מיינע העלדן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 296 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1512 מאל

מיינע העלדן

שליחה דורך מיימון »

נישט האבנדיג וואס צו טון וועל איך דא אפשרייבן א ליסטע פון מיינע "העלדן". מענטשן וועם איך באטראכט אלס וויכטיג אין מיין לעבן, וואס האבן געהאט א טייל אין אויספארעמען מיין לעבנס-בליק אויף דער וועלט, דורך זייערע שרייבערייען און ווערטער.

צום אלעם ערשטן פארשטייט זיך דער מורה הגדול דער רמב"ם, נאך וועם איך הייס, מיימון. וואס איז שייך צוצולייגן? עדות זאגן אז אזא התעוררות האבן זיי נאכנישט געזען ביים קבר הרמב"ם ווי אין דעם טאג וואס איך בין דארט געלעגן אויסגעשטרעקט בפישוט ידים ורגלים.. יא יא, איך האב זיך אויך אנטשולדיגט פאר אים פארן קומען, איך ווייס ער גלייכט עס נישט..

נאכהער דער אנדערער מיטן זעלבן נאמען רמב"ן (בנו"ן, קרעדיט היהודים באים). טאקע נישט אזוי אויפגעקלערט ווי דעם פאריגן אבער פארט, זיין פירוש אויף חומש איז א איי אופענער. נאכן איבערלערנען די תורה מיט א נייעם בליק, אן די אלע קינדערישע מעשהלעך וואס מען איז צוגעוואוינט פון חדר, איז מען גרייט צו באטראכטן אידישקייט אויך פונדאסניי.

ווער נאך? אבן עזרא, אוודאי. דאס אז ער האט עס באוויזן זיך צו האלטן אויפן חומש'ל א זעקס הונדערט יאר איז לדעתי א מפורש'ע ראיה אויף השגחה פרטית (בכללים, כמובן). וואס דארף מען רעדן? ער אליין האט דאך געקארגט מיט ווערטער ווי א קמצן. אנדערע ראשונים זענען אויך נישט אוועקצומאכן. רשב"ם זאגט גוט בדרך הפשט. רד"ק איז געשמאק און פליסיג. יונה אבן ג'נאח איז א געים טשעינדזשער אין הבנת לשון הקודש. זיינע ווייטגרייכנדע חידושים האבן ווייט מקדים געווען זיין תקופה. (נישט פארגעסן ר"א בן הרמב"ם און רס"ג).

תקופת האחרונים. בין איך געווען אמאל א שטארקן חסיד פון חתם סופר. איך האב דורכגעליינט אלע אגדות וואס דער מענטש האט נאר געשריבן, און ער האט געשריבן אסאך. בנוסף צו אסאך תשובות און חידושים. זיין קריעטיוויטי האט מיר זייער אינספייערט.

רש"ש איז עקסעפשענאל. ער האט זיך ארויפגעזעצט אויפן תלמוד בבלי מיט געוואלד. אבער וויפיל חסידים זאלן קרומען גייט ער נישט אראפ. עס איז נישט דא קיין איין שטיקל וואו ער איז נישט גערעכט, און האט עס געזאגט מיט די מינימום צאל קערעקטערס. א גר"א מיט בלויז די מעלות.

דערנאך די משכילים. שד"ל איז דאך עפעס מתוק מדבש. איך גלייב באמונה שלימה אז ווען ער וואלט געלעבט מיט עטליכע הונדערט יאר פריער וואלט ער געווען איינער פון די באקאנטסטע ראשונים. אזא מין שארפקייט און קלארקייט, דזשאסט וואו.

שי"ר איז דאך א היימישער. אז מען גייט נישט אין קאלעדזש וועט מען מוזן מאכן שבת פון וואס מען האט יא. באוויזן צו ארויסקראצן פון גמרא אזעלכע חידושים וואס עין לא ראתה. אבער שלמה מיימון איז נאך סאך שטערקער א אונזעריגער, א עובד, א מבקש, דרייט זיך ביי כל מיני משפיעים. און על כולם די הייליגע מיסטעריעזע שמועסן אין די לאנגע נעכט מיט א חבר וואו מען פאקט זיך ארויס די צומישעניש און די ספיקות, הוי שלמה, איי פיל יו, איך האב עס אויך מיטגעמאכט.

רנ"ק איז פשוט א ווייטאג אז ער האט נישט געשריבן. דאס ביסל וואס איז דא ווייזט אויף א דזשייענט.

שפעטעריגע איז דא צו סאך שוין. א.ח. רוזנברג'ס אוצר השמות איז אפשר פארצייטיש אבער אזוי ווי אנציקלופדיה מקראית איז נישט עוועילעבל אנליין האב איך זיך באגנוגט מיט דעם. וואס זאל איך אייך זאגן, איטס סאטמינג. נישט נאר וואו ער ברענגט עוואלד און וועלהאוזען, נאר אפילו בלויז איבערגיין די פרשה פון מגילת אסתר מיט א נייעם בליק איז געוואלדיג. און צו ווייסט איר וואס מיינט ארובות השמים?

איך וועל אפילו נישט דערמאנען די אנדערע וואס כהאב געפאטשקעט ווי שמואל אלכסנדרוב. און גיין גלייך צו די היינטיגע. נתן סליפקין, רעדט זיך נאך אלץ איין אז איין טאג וועט מען מאכן א רעשאנאל דזשודעיזם. יא, אונז האמיר אים באגלייט אין זיינע שטורמישע בלאגער יארן און אסאך קונה געווען דעמאלטס. הרב יצחק שילת איז מיי קיינד אוו עי גיי, א דיי הארד מזרחי'סט און רמב"מ'יסט, וואס קען זיין בעסער? נדב שנרב איז א שפיציגער איפכא מסתברא'ניק מיט געניאלע חידושים. אבי דטלנסקי העברי איז געוואלדיג מיט זיין חוש פון הומאר. און אז מען רעדט שוין פון עצכח'ניקעס אוודאי דעם רבי'ן מיימוני (אביסל צו לאנג מיימוני, נעקסט טיים מאך עס קורץ).

און ווי קען מען פארגעסן אונזער שטיבל? יאיר, הוי יאיר, אויב איך דארף אויסקלויבן א גאט איז עס יאיר (קען מען רעדן יאיר? אבער ביטע, נישט קיין מענטשליכע קרבנות). און אוודאי לעיקוואוד מיט זיינע תמיד אומאויסרעכנבארע מיינונגען מראה פנים לכאן ולכאן. איי, יעצט זאגט ער דרשות אויף די סדרה, שוין. הוגה, אייביג רואיג און גלייכע שורות און ענדלאזע טיפזיניגע תגובות. ווער נאך? יידל געדענק איך וואו פון חלום. קאווע טרינקער מיט זיין ליצנות. געפילטע פיש (העי, נישט אזוי שארף). פארוואס_מיט_א_קוועסשאן_מארק (אויסער די מאטעמאטיק וואס איך פארשטיי נאך היינט נישט). ראובן דארף מען דאך נישט רעדן עס איז אליין גערעדט.

שוין, דאס איז וואס איך געדענק איצט אויפן פלאץ. אנדערע וועלן נאכקומען ווען עס וועט נאכאמאל זיין לאנגווייליג. דער עולם איז מכובד אויסצורעכענען זייערע היראוס.

דער אשכול פארמאגט 67 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר