מחזור של התעללות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3272 מאל

מחזור של התעללות

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

איינע פון די סוב ג'אנרעס פון פאנטאזיע פילם אפטיילונג, איז די זאמביס ג'אנרע. די ג'אנרע איז געבויט אויף איינע פון די הייטישע ( Haitian) פאלקס לענגענדעס, ווי א מענטש פארלירט די כח המשבה און בחירה דורך א ביס פון א צווייטע אנגעשטעקטער, און ער ווערט פארוואנדעלט און בלוט דורשטיגע חיה ויקרא שמו בהייטי "זאמבי".

לעצטענס איז מיר אויסגעקומען צו זען אזא פילם און עס האט מיר זייער באנומען. ספעציעל איין סצענע ווי מען זעהט איין מינוט איז מען אן אדם חשוב, חושב, ומתחשב באחרים, א הארץ דאקטער, וואס איז פארנומען צו ראטעווען צאללאזע לעבענס, און נאכן כאפן א ביס ווערט ער אפעקטירט און פארלירט די שכל און צורת אדם און דערנאך איז ער נושך נשיכת זאמבי אין זיין בן יחיד א תינוק בן שנתיים און איז עובר אויף דמו לא תאכלו לויט אלע מפרשים, און ער איז אים גומר אויפן פלאץ.

ונבוך הייתי, ווי אזוי שפירן מיר לגבי דעם מציל נפשות וואס תוך כדי נשיכה אחת איז נתהפך געווארן לזאמבי אחר, און זיך אנגעפאנגען באשפעטיגן מיט הריגת נפשות. פון איין זייט האבן מיר געהאט א געוואלדיגע רחמנות אויף אים, ער איז נעבעך געביסן געווארן אין פארוואנדעלט געווארן אין א זאמבי שלא באשמתו, אבער פון די אנדערע זייט זענען מיר געווען געפערליך אנטריסט אויפגערעגט און צעשוידערט ווי אזוי ער האט געהארגעט זיין ביז איצטיגע בת עינו, זיין בן יחיד'ל, מיט אזא אזכריות ווי א נשיכת עורף.

דער אמת איז אז מיר מיר זענען צוגעוואוינט צו צוטיילן די וועלט אין צוויי חלקים, שחור ולבן, שווארץ ווייס, די פרעדיטערס און די וויקטימס, די וואס שעדיגען אנדערע און די וואס ווערן געשעדיגט, אבער אין אונזער פאל, אז מען איז משים לב איז באמת נישטא קיין פרעדעיטערס בכלל, עס איז נאר דא א סייקל פון וויקטימס, ווייל ווען מען ווערט געביסן פון אן אנשטעקעדיגער, אפעקטירט עס די מח און די בלוט צעלן, מען פארלירט די צורת האדם, כח הבחירה, און מען ווייסט נאר פון דורשט פאר בלוט.

כלפי מה דברים אמורים, מיר זענען פארנומען צו האסן און פארדאמען מאלעסטערס, כאילו דער איז נאך בצורת אדם, און האט נאך א בחירה ווי מיך און דיך און ער איז א פרעדיטאר שכל כולו רוע לב ואכזריות, און מיר האבן רחמנות און נעמען זיך אן פאר די וויקטימס. ווען דער אמת איז, אז צוואנציג יאר צוריק איז דערפרעדיטאר געווען די זעלבע וויקטים ווי פאר וועם מיר נעמען זיך יעצט אן. ועוד, אין צוואנציג יאר ארום וועט דער היינטיגער וויקטים פאר וועם מיר האבן אזוי רחמנות, זיין די זעלבע פרעדיטאר ווי וועם מיר האסן און פארדאמען יעצט מיטן גאצן אייפער.

אוודאי איז דא אויסנאמם פעלער אויף ביידע זייטן, פרעדיטארס וואס האבן א כח הבחירה און זיי זענען בחור ברע, אדער וויקטימס וואס ווערן נישט קיין פרעדיטארס און פארלירן נישט די כח הבחירה. אבער בדרך כלל איז עס א סייקעל, ווי דער זאמבי וואס בייסט אריין אין א מענטש (וויקטים), וואס דערנאך ווערט ער אליין א זאמבי און בייסט אריין אין נאך א מענטש (פרעדיטאר) וחוזר חלילה.

נישט אז עס מאכט א חילוק למעשה, מיר מענטשן ברויכן נאך אלס פרובירן צו אויסראטן און איינשפארן פרעדיטארס די זעלבע ווי מיר ברויכן אויסשיסן אלע אפעקטירטע זאמביס. אבער פון די אנדערע זייט אויב איז פארהאן וואספארא מהלך פון היילן אין ארבעטן מיט א פרעדיטאר ברויכן מיר דאס טוען מיטן גאנצן אייפער און ברען, פשוט ווייל מיר מוזען זען אין דעם היינטיגען גרויסען פרעדיטער אן אמאליגע קליינע וויקטים.
חמין במוצאי שבת מלוגמא

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר