זכרונות פון די יונגע יארען

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3425 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

זכרונות פון די יונגע יארען

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

[center]א באבע באזוכט מען[/center]

יא, ערלעדיגט. מ'גייען מיר באזוכען די עלטער באבע. געוואוינט האט זי אין א קליינע דירה העכער די סטארס, און קוים וואס מ'האט זיך געקענט ערגעץ זיך ארום דרייען אין די קליינע צימערן וואס זי האט גענוצט פאר איר לעבן. אבער, א באבע איז זי פארט, און מ'באזוכט ווייל זי איז א באבע. פארוואס, פרעגסטו? פרעג מיר א לייכטערע שאלה, עפעס אויף הלכות עגונות. מ'גייט באזוכען די באבע ווייל א באבע באזוכט מען. וואס דען? מ'זאל איר אויפעסען? וואס דען טוט מען מיט א באבע? אחוץ באזוכען איז נישט דא וואס צו טון.
שוין, מיר פאקען זיך איין אין קאר און מ'פארט דארט אראפ. מיין ברודער שטופט זיך אריין אין מיר, און איך גיב אים א ציפ. פאר מיר הענגען די צעפ פון מיין שוועסטער און לא ניתנה תורה למלאכי השרת, האב איך זיי א שלעפ געטון. טאטי פון פארנט סטראשעט אז מ'לייגט שוין אין גאס און איך וועל מוזען גייען צופוס. בקיצור, אלס איז פונקט אינדערארדנונג, ווי געראכטען און געהאפט.
און מיר קומען שוין דארט אן, בשעה טובה ומוצלחת. פון די ערשטע טרעפ הערט מען שוין ווי זי זינגט 'ברוך הבא, מיין טייער קינדער זענען דא'. איר אונגארישע אקצענט אויף די אידיש ווערטער, א שפראך וואס זי האט אדאפטירט נאכ'ן חתונה ווען איר פוילישע מאן האט קיין אונגאריש נישט גערעדט, און פויליש האט זי נישט געוואלט זיך אויסלערנען, איז פרעמד צו אונזער ליטווישע אויערן. אבער א באבע איז א באבע, און א באבע באזוכט מען.
ווען מיר זענען געבוירען געווארען, די ערשטע אור-אייניקלעך צו די אונגארישע באבע, האט זי נישט געוואלט הייסען 'עלטע באבע'. דאס קלינגט צו אלט אין איר יונגער אויערן, און הגם זי האט געדענקט די ערשטע וועלט'ס קריג מיט א קלארקייט, האט זי זיך געהאלטען ווי א יונגע פרוי, וואס לויפט ארום, קאכט און קויפט איין, און ווייסט נישט זיך אפצושטעלן. מיר האבען איר גערופען די 'אנדערע באבע', און דאס האט זיך אנגעהאלטען א פאר יאר, ביז די קאזינס האבען זיך אנגערוקט, און זיי האבען שוין געהאט אן עלטער זיידע פון די אנדערע זייט, וואס האט זיך ווייניג געקימערט מיט ווי אלט מ'האלט אים צו זיין, און עלטער איז אריין געקומען אין די לעקסיקאן.
שוין, מיר גייען מיר אריין, און די קוקוריקו זייגער קלינגט שוין. אמער, א פערטל שעה איז שוין אריבער זייט די לעצטע מאל וואס די זייגער האט זיך געלאזט הערן, און באלד וועט מען מיינען אז זי איז הייזעריג געווארען. לאזט זי ארויס א קריי ווי א האנדל, און דערנאך רוהט זי זיך איין און זי זיצט ווייטער אין איר שאפע. ב"ה, יעצט איז שוין שטיל, ווי די שפריךווארט גייט.
אז מ'איז שוין ביים באבען, מוז דאך זיין טשאקאלאד. דאס פארטיילט באבע פאר די אייניקלאך און אור אייניקלעך צוגלייך. וואס איז די הכשר אויף די טשאקאלאד? א געניטע אויג וואלט באמערקט אז טאטי רירט גארנישט אן פון די טשאקאלאדען, אבער גענוג שכל האט ער דאך געהאט נישט עפעס צו דערמאנען פאר זיין קינדער. ער איז דאך א טאטע, ניין? מאנדלעך זענען אויך אויפ'ן טיש, אבער פאר עפעס א סבה האט זי געהאלטען פון רויע מאנדלעך דוקא. איך האב אייביג געמיינט אז זי האט א ספעציעל'ן טעם אין איר מאנדלעך, ווייל איך האב זיי קיינמאל נישט געזען ערגעץ אנדערש. ביז איך האב געכאפט אז אירע מאנדלעך זענען געווען רוי, און אין אנדערע ערטער זענען זיי געבראטען.
זי האט געהאט א טעלעוויזשען אין שטוב, זי איז דאך אן אלטע פרוי און נישט איר האט מען געמיינט ביים גרויסע צעטליך און בילדער פון קינדער וואס ווערן מאלפעס פון קוקען טעלעוויזשע. אבער איך האב עס קיינמאל נישט געזען אנגעצינדען. זי האט אייביג עפעס געקאכט, עפעס געבאקען און צוגעגרייט. זי אליינס האט קיינמאל אבער נישט געגעסען פון איר ארבעט. א רונדיגע געשטעל האט זי געהאט, און זי האט גארנישט אריין גענומען אין מויל אריין! זי פלעגט טראגען איר העלדזעל און לעבער, גריבענעס און גאלא, פאר פארשידענע מענטשען אין שטאט. די וואס האבען שוין נישט געהאט קיין כח צו קאכען (טעיקאוט האט דעמאלס נישט עגזיסטירט. אחוץ אפשר פיצה) האבען באקומען פעקלעך פון איר. אומגעראכטען איז זי אנגעקומען, א קלאפ געטון אויפ'ן טיר, און נאך ווען יענער האט זיך אנגעשאקעלט צום טיר אין די פאנטאפעל, איז געשטאנען מיין עלטער באבע מיט א פעקל אין האנט. 'שנעל שנעל, עס איז נאך ווארעם. כאפ אריין איידער עס ווערט קאלט'. און דערנאך זיך שנעל און פלינק זיך אפגעפוצט.
מיר זיצען דארט און זי פרעגט על דא ועל הא. אבער ווילאנג דארף מען שמועסען? איר ברודער האט אונז שפעטער פארציילט 'פון אלס קינד איז זי געווען די שטילע פון די שוועסטערס. אנדערע האבען קאמאנדעוועט און געשריגען, און זי האט געוואוסט וויאזוי צו שווייגען'. און זיצען זיצט זי דארט שטיל, און באקוקט נחת פון די אייניקלאך. זי אוט און אאאט אוי יעדער נייע צאן אין די קליינע מיילער, יעדער וואס איז געווארען אזוווווי גרויס אז מ'דערקענט זיי שוין נישט, יעדער וואס קען אויפעסען א גאנצע שטיקעל מזונות אליינס, אלס פונקט ווי ערווארטעט.
דער שטילקייט ווערט שוין אביסל צו לאנגווייליג, און די באבע פאנגט אן פארציילען א מעשה. נישט ווייט פון איר שטוב האט זיך געעפענט א ביבליאטעק פון אידיש ביכער, און זי פלעגט פון דארט בארגען, ליינען, גלייבען און דערנאך פארציילען. 'ווי עס געפעלט מיר די צוויי הייליגע ברידער, נעמען די טארבעל אויפ'ן אקסעל און גייען אין גלות פאר אידען'ס טוועגען'. מיין טאטע גיבט מיר א וואונק, איך ווייס א ער גלויבט גארנישט אין די סארט געשיכטעס, אבער א באבע איז א באבע, און א באבע באזוכט מען.
זי נעמט זיך דערציילען פון בארג און טאל ושאר ירקות. מיין אויפגאבע איז צו געבען א קליין שטופ צו מיין טאטע טאמער ער הייבט אן שנארכלען. זי זאגט און זאגט, און די אלע מעשיות מישען זיך אויס אין איין גרויסע פריץ, קלעפ, ארימאן, רב, שוחט, ראש הקהל, בלאטע, פערד, שמייסער און רויע מאנדלען. ווייל א באבע באזוכט מען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
רעאגיר