אויב חב"ד 770 וואלט געווען אין דייטשלאנד 85 יאר צוריק

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19600
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24537 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14893 מאל
קאנטאקט:

אויב חב"ד 770 וואלט געווען אין דייטשלאנד 85 יאר צוריק

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך ווייס אז וואס איך גיי יעצט זאגן וועט נישט שמעקן פאר א סאך אידן וועלכע האלטן אז זיי זענען דוגל בשיטת רביה"ק מ'סאטמאר, זי"ע. זיי וועללן אפילו קרומען מיט די נאז...אבער...!

ס'האט מיר אזוי אריינגעבליצט א מחשבה. וואס וואלט געווען ווען די ליובאוויטשער חב"ד ארגאניזאציע מיט זייער כח ההשפעה וואלטן געווען און פונקציאנירט אין דייטשלאנד בערך אין דעם יאר 1935 למספ'. צי ס'וואלט זיי אפשר געלונגען מחזיר בתשובה צו זיין דעם המון עם אין דייטשלאנד אז זיי זאללן זיך אויפוועקן פון זייער זיסן שלאף און זיי זאללן תשובה טון. אוועק צו ווארפן די עבודה זרה פון רעפארם. און אנהייבן מקיים זיין מצוות מעשיות ווי שמירת שבת. כשרות און טהרת המשפחה. און ערליך מתפלל זיין אז די שונאי ישראל זאללן האבן א מפלה. זעמיר דאך זיכער אז די נאציס, ימ"ש צוזאמען מיט זייער פיהרער און אנדערע שונאי ישראל וואלטן געליטן א זיכערע מפלה...ווייל די גמ' זאגט דאך ...אם אין ישראל עושין תשובה. אני מעמיד להם מלך קשה כהמן הרשע"...וואלט אפשר דער גאנצער האלאקאוסט געקענט פארמיטן ווערן...!

איך זאג נישט דאס וואס איך האלט, מיט א לייכט געמיט. אזוי ווי געוויסע משפיעים פון ספרד'ישן אפשטאם. וועלכע מאכן אלערליי אריינטייטשונגען און פשטים אין דעם גרויסן חורבן פון דעם אידישן פאלק. אפשר ווייל זיי אליינס האבן נישט דירעקט געליטן. און זיי האבן נישט פארלוירן גאנצע משפחות דורך די נאציס. ווייל פון מיין משפחה.סיי פון מיין טאטע'ס זייט און סיי פון מיין מאמע'ס זייט איז ליידער רוב פון די משפחה אומגעקומען דורך די נאציס, ימ"ש. אבער איך טראכט א ביסל אביעקטיוו. פארשטייצעך. אז ס'איז סותר און ס'גייט אקעגן די אנגענומענע מיינונג ביי א טייל פון אונזערע קרייזן אז ליובאוויטש איז פסול. אבער חב"ד בדרך כלל. און ספעציעל ר' מנחם מענדל שניאורסאן נ"ע האבן געהאט א געוואלדיגן כח השפעה בס"ד. (און זיי האבן נאכאלץ). ביניך זיכער אז אויב זיי וואלטן פונקציאנירט אויף אן ארגאניזירטן אופן און מיט אן עקשנות דקדושה ארומגעפארן איבער גאנץ דייטשלאנד פרובירן מחזיר בתשובה צו זיין די אידישע באפעלקערונג. אז די היסטאריע וואלט גאנץ אנדערש אויסגעזעהן...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר