מאדנע גויאישע צדקה סטאנדארטן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

מאדנע גויאישע צדקה סטאנדארטן

שליחה דורך העניך »

עס טוט זיך הימל און ערד איבער א פארפאלק וואס האט צוזאמען מיט א היימלאזן פארשוין ארויסגענארט צדקה פון טויזנטער מענטשן. וואס האט פאסירט? לאמיר גיין שטייטלעך.

אנגעפאנגען האט זיך עס א יאר צוריק מיט א רירנדער דערציילונג. א פארפאלק, קעיט מעקלור און מארק ד'אמיקא האבן דערציילט אז זיי האבן געהאלטן אינמיטן וועג ווען זיי זענען אויסגעלאפן פון גאז. פונקט האבן זיי נישט געהאט קיין שום געלט צו באצאלן פאר גאז, און זיי האבן זיך געטראפן אין א שטארקער פארלעגנהייט. פלוצלינג האבן זיי געזען א היימלאזן מאן, דזשאני באביט, און יענער האט זיי אנגעבאטן זיין לעצטן צוואנציגער אז זיי זאלן קענען קויפן גאז און ווייטער פארן זייער וועג.

אלס הכרת הטוב פאר דעם געוואלדיגן מסירת נפש אקט פון דעם היימלאזן מאן, האט דאס פארפאלק געעפנט א "גאו-פאנד-מי" קאמפיין אויפצוטרייבן געלט פאר דעם פארשוין, אז ער זאל זיך קענען צוריקשטעלן אויף די פיס.

איבער'ן גאנצן לאנד זענען מענטשן גערירט געווארן פון דער געשיכטע, און די "גאו-פאנד-מי" פושקע האט אנגעהויבן קלונגען. ס'געלט איז געוואקסן ווי אויף הייוון, און ביז וואו-וואס-ווען איז עס אנגעקומען צו דער קאלאסאלער סומע פון איבער 400,000 דאלאר.

חדשים זענען דורכגעלאפן, עס האבן זיך געמאכט פראבלעמען צווישן דעם פארפאלק און מר. באביט, אבער דאס האט נישט צוגעגרייט צו דער גרויסער אנטדעקונג פאריגע וואך: פראקורארן האבן געמאלדן אז די גאנצע מעשה איז לא דובים ולא יער. די דריי חברה האבן צוזאמען קאנספירירט אויפצוקומען מיט דער דערציילונג, כדי צו ברענגען געלט פאר'ן היימלאזן מאן, און פאר'ן פארפאלק אויך, שטייציך.

מ'האט די דריי חברה אריינגעשליידערט אין חד גדיא, און עס ווארט זיי אפ קרימינאלע קלאגעס פאר'ן נעמען צדקה באזירט אויף א ליגנט.

מאדנע מענטשן, די גוים. כו"ע מודי אז דער היימלאזער מאן מעג געניסן פון צדקה, ער איז דאך א ריכטיגער עני הגון. יעדער פארשטייט אויך אז דאס פארפאלק מעג אראפנעמען פופציג פראצענט, כמנהג פאנדרעיזערס יהודאין. איז וואס איז דער טומל אז מ'האט איינקאסירט צדקה פון הארציגע מענטשן מיט א פאלשער מעשה?

גיי לערן מיט א גוי ברטנורא.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר