איך בין נישט...

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 296 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1512 מאל

איך בין נישט...

שליחה דורך מיימון »

איך בין נישט קיין סאטמארער דעריבער געפין איך זיך נישט דאס פלאץ ביי די כ"א כסליו חגאות.

אבער איך בין אויך נישט קיין אמעריקאנער דעריבער געפין איך זיך נישט דאס פלאץ ביי קיין ספארט געימס.

איך בין נישט קיין רעליגיעזער מענטש דעריבער געפין איך זיך נישט דאס פלאץ אין שול.

אבער איך בין אויך נישט קיין O.T.D. דעריבער געפין איך זיך נישט דאס פלאץ ביי פוטסטעפס.

איך בין נישט קיין פארהייראטער מאן דעריבער געפין איך זיך נישט דאס פלאץ אינדערהיים.

אבער איך בין אויך נישט קיין גרוש (און נישט קיין בחור) דעריבער געפין איך זיך נישט דאס פלאץ ביי די ארגאניזאציעס פאר זיי.

איך בין נישט קיין מאמין אין קבלה אדער חסידות דעריבער געפין איך זיך נישט דאס פלאץ ביי ר׳ מאטל זילבער.

אבער איך בין אויך נישט קיין פארבלאנדזשעטע נשמה דעריבער געפין איך זיך נישט דאס פלאץ ביי די קירוב גרופעס.

איך בין נישט קיין אויבערפלעכליכער מענטש דעריבער געפין איך זיך נישט דאס פלאץ צו פארברענגען מיט סתם געווענליכע יונגעלייט.

אבער איך בין אויך נישט קיין באגאבטער קאווע שטיבל שרייבער און דענקער דעריבער געפין איך זיך נישט דאס פלאץ ביי די עליט סאסייעטי.

איך בין נישט קיין משוגענער דעריבער געפין איך זיך נישט אין שפיטאל.

אבער איך בין אויך נישט קיין נארמאלער מענטש דעריבער געפין איך זיך נישט דאס פלאץ צווישן מענטשן.

איך בין נישט קיין ברסלבער אדער דראג עדיקט דעריבער געפין איך זיך נישט דאס פלאץ אין אומאן.

און איך בין נישט קיין חב"דסקער דעריבער געפין איך זיך נישט דאס פלאץ אין 770.

איך בין נישט קיין קילער יונג דעריבער געפין איך זיך נישט דאס פלאץ ביי פענסי גרילס.

אבער איך בין אויך נישט קיין כעניאק דעריבער גיי איך נישט אין מקוה.

איך בין נישט קיין איד דעריבער געפין איך זיך נישט דאס פלאץ אויפן עולם הבא.

אבער איך בין אויך נישט קיין גוי דעריבער געפין איך זיך נישט דאס פלאץ אויף דעם וועלט.

דערפאר שפאציר איך מיך יעצט דא ארום איינער אליין אין די פינסטערע גאסן בשעת אלע אידן זענען אין שול און זינגען לכו נרננה.

א גוט שבת.

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר