דער באדייט פון די שטראלנדע ליכט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יהורם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1160
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 554 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2198 מאל

דער באדייט פון די שטראלנדע ליכט

שליחה דורך יהורם »

די נעכט פון חנוכה זענען איינגעקריצט ביי יעדן איד טיף אין הארץ, יעדן יאר ווען מען נעמט ארויס די מנורה וועקן זיך אויף אין הארץ נאסטאלגישע געפילן און מען ווערט ארומגענומען מיט א ווארעמקייט.

חנוכה איז דער סימבאל פון דעם אידישן פאלקס זעלבסשטענדיגקייט, אנגעהויבן פון די דרייסטע מכבים וועלכע האבן אונטערגעברענגט די גריכישע הערשאפט מיט מאכט און עס ענדיגט זיך נישט.

דורכאויס אלע יארן וואס אונזער פאלק האט מיטגעמאכט, ווען עס געקומען כסלו און מען האט ארויסגענומען די מנורה און געצינדן די ליכטעלעך האט עס אונז אייביג געשטארקט.

אין די זעלבע צייט וואס אידן אין אייראפע האבן ביים פענסטער געצינדן די מנורה און זיך איינגעקוקט אין די צאנקענדע ליכט אפשפיגלענדיג זיך אין זייער איידעלע שאטן זענען אידן אין די מזרח לענדער געשטאנען און געזינגען איבער זיייערע ליכטעלעך און די וועלט איז פיל געווארן מיט לויטערע ענערגיע פון אידישע שטאלץ.

אין שפאניע האט מען געצינדן די מנורה אין דעם פארהוילענעם שול, דער שמש האט אנגעצינדן איין ליכט נאכן צווייטן און אלע האבן אכט געגעבן אז עס זאל זיך נישט ארויסהערן די שטימע פון זייער זעל וואס שרייט אמן!

אידן אין די לאגערן האבן געשיילט קארטאפל אין די גרויזאמע קיכן פון די דייטשן, זיי האבן באהאלטן די שאלעכץ אונטער זייערער צעלעכערטע לאגער קליידער, שפעט ביינאכט אין די באראקן איז מען זיך צוזאמגעקומען און געצינדן ליכט אין א מנורה פון קארטאפל שאלעכץ, אלע האבן געוויינט און געזינגען פון טרויער און האפענונג דעם באקאנטן לידל פון מעוז צור דערמאנענדיג זיך די ליכט צינדן אינדערהיים ארומגענומען מיט ליבליכע פאמיליע, מען האט געשמועסט איבער די זכרונות פון דאן ביז שפעט ביינאכט, ווען די ליכטעלעך האבן זיך פארלאשן איז מען געגאנגען צוריק אין בעט צום פארשאלטענעם רעאליטעט.

אין רוסלאנד אונטער די קאמוניסטן זענען אידן זיך צוזאמגעקומען אין קעלער און ארויסגענומען א פארזשאווערטער מנורה פון א באהאלטענעם שאנק, מען האט אריינגעלייגט די קנויטן מיט ציטער און געצינדן די ליכט, מיט די דאשיקעס האט מען פארשטעלט דעם שאטן און געזינגען כמעט אן א שטימע, חשוף זרוע קדשך...

דעריבער ווען מען צינדט די חנוכה ליכט און מען קוקט זיך איין אין די ליכט ווי זיי ברענען מיט אן איידלקייט, עס דערמאנט אונז פון אידישע נאטור, רואיג איידל און אינאיינוועגס הייס און ברענעדיג, מיר זענען אויסגעשטאנען דורכאויס די אלע יארן און מיר שטייען נאך אויס און מיר וועלן נאך האבן אויסצושטיין.

אבער די ליכטעלעך ווייזן אונז אז נצח ישראל לא ישקר, מיר וועלן אייביג דורכשוויצן און אריבערגיין וואס אימער עס וועט אונז אין וועג שטיין.

לאמיר עס מיטנעמען מיט זיך אויך אייביג און זיך פרייען מיט אונזער פאלקס נצחון וואס האט זיך אנגעהויבן פאר טויזענטער יארן צוריק און עס גייט ווייטער אן ביזן היינטיגן טאג.

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר