דער פאזיטיווע איינפלוס פון די 'גזירת גיוס'

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
מאמר קדישין
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 29, 2018 11:31 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

דער פאזיטיווע איינפלוס פון די 'גזירת גיוס'

שליחה דורך מאמר קדישין »

(C) מאמר קדישין קאוועשטיבעל 2018 Kaveshtiebel.com

עס זעט אויס אז היסטאריא טוישט זיך יעצט אין גרויסען.

אמאליגע צייטן, איז עס געווען א מילתא דפישטא אז די רעכטע זייט וועט אייביג זיגן. אין די ערשטע יארען נאך די נצחון פון השכלה און רעפארם האט מען געמיינט אז אידישקייט גייט שוין אונטער, אבער די נצחון איז געווען אין די הענט פון די רעכטע לאגער, וואס מער רעכט, אלס מער זיג.

און דאס איז געבליבען לחק בני ישראל עד היום הזה. כמעט. ווען סאטמאר האט זיך צוטיילט, האבען די זאלוינים זיך דערקלערט אלס די 'פרומערער' צד. מה עשו האהרוינים? זיי האבען אפיר געזוכט חומרות און עניינים, כדי זיי זאלען זיך קענען בארעכטיגען אלס די פרומערע צד. ווייץ מיט שחיטה מיט ווער ווייסט וואס, אלס כדי נישט צו שפירען באקלאפט אלס די מעסיגע צד, די מאדערנערע צד.

יעדער הכשר דארף זיך בארימען, נישט מיט די קוואליטעט פון די פסקי הלכה פון זייער רבנים, נאר מיט וואס זיי זענען מחמיר. אין ריזיגע פלאקארטען פון מצות למכירה אויף פסח, רעכענט מען אפיציעל אויס די אלע חומרות, וכן הוא ביי סת"ם און נאך זאכען. נאר אן אויבער חכם קוקט אויף דעם קרום, און מ'פארענטעפרט זיך לייכט מיט א 'עבדא בהפקירא ניחא ליה' אונטער די וואנצעס.

אין א"י האט מען ממציא געווען, לצורך הענין, א מימרא פון דער חזון איש אז דאס אליינס אז מ'שלאגט זיך מיט די קנאים, איז שוין א סבה נישט עפעס צו טון, ווייל 'יעדער וואס שלאגט זיך מיט זיי, ווערט קעלטער אין אידישקייט'. און אויף דעם האבען זיי געטראפען א מימרא פון אים אז' יעדער קאלטקייט אין אידישקייט איז ביההרג ואל יעבור', נישט מער און נישט ווייניגער.

און אזוי וואלגערט זיך די וועלט ווייטער, עפעס וואס איז געווען בלויז א חומרא צו אן ענין פאר בני עליה, איז שוין א חק ולא יעבור וואס מ'שרייבט ספרים וואס פאסירט ווען בדיעבד האט מען עס געטון מיט די לינקע האנט. מ'דארף שוין כשר'ן כלים וואס האבען געדינט עסנווארג וואס שטימט מיט די שלחן ערוך און דרכי אבותינו ורבותינו, אבער נישט דרכי האכשר דרא. אלס ציט אויף רעכטס.

ביז עס איז געשען א ריזיגע אפשטעל. די ברעיקס האבען געקוויטשעט און עס קלינגט איבער די גאנצע וועלט ווי דער באן האט זיך געמוזט דרייען די אנדערע וועג.

די פאליטיק אין א"י, אחוץ די אלע קליינע מעשיות און פרטים דערפון, האט ארויס געברענגט אט די נקודה. איין צד האט זיך דערקלערט אלס די 'פרומערע קנאישע צד', זיי זענען 'לוחמי גיוס' און זיי לייגען א שטעמפל אויף די אנדערע צד אלס 'תומכי גיוס'. און וואס איז געווארען דערפון? האט איינער זיך געבויגען דערפאר? האט זיך די וועלט געטוישט? האבען זיי א בענקל ביי די זיצונגען יעצט, ווייל זיי זענען די פרומערע צד? א פייג, א מכה בדופק! די סאטמוירים טון וואס סאטמוירים טון, און זיי זענען בכלל נישט וויכטיג אין ערגעץ נישט. אבער אין די וועלט, האבען זיי גארנישט אויפגעטון, קיינער קוקט זיי נישט אן אלס אן עמטליכע צד, און מ'זעט בכלל נישט אז דארט ליגט די אמת. דאס ציען רעכט איז איין מאל נישט געלונגען.

די סבות דערצו קען מען אריין טייטשען ווי מען וויל, און שערי תירוצים לא ננעלו. אבער האדם נפעל לפי פעולותיו, און עס איז געווארען א מציאות אז ציען רעכט איז שוין נישט קיין get out of jail free קארטל. מ'דארף שוין נאך עפעס דערצו.

דאס איז א געוואלדיגע אויפטו אין דער וועלט, און יהי רצון שתשרה שכינה במעשה ידיהם. איך וואלט געזאגט אז אפילו ווען די קנאים זענען דא גערעכט געווען, און דער גיוס איז יא א פראבלעם, האט עס א געוואלדיגע פאזיטיווע אספעקט אויך, און עס איז מעגליך כדאי געווען אלע צרות אויף די נקודה ארויס צו ברענגען.

(C) מאמר קדישין קאוועשטיבעל 2018 Kaveshtiebel.com

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר