און גאט האט געהייסן זאגן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 298 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1512 מאל

און גאט האט געהייסן זאגן

שליחה דורך מיימון »

פון דעם טאג וואס גאט האט פאר'מיאוס'ט אין זיין היכל און דערווייטערט די קרבנות, האט ער באפוילן זיינע אידן צו זאגן.

נישט מיט שטורעם און נישט מיט פייער ווי אין דעם טאג וואס ער האט די תורה געגעבן האט גאט געטוישט זיין באפעל. נאר מיט א תחנונימ'דיקער שטימע, און מיט א בענקענדיק אגדה ניגונ'דל, בעט זיך גאט ביי זיינע קינדער, "אמרו לפני" - זאגט פאר מיר.

און די אידן זאגן. זיי זאגן און זאגן און הערן גאר נישט אויף צו זאגן. פון באגינען ביז אין דער נאכט אריין זאגן זיי. און ווי דאס זאגן איז פיל, תפילות, תחינות, סליחות, בקשות, און זמירות, אבי מען זאגט נאר.

אז גאט האט געהייסן איינס זאגן זיי צויי, און אז די לויים האבן אין בית המקדש געזונגען א קאפיטל לייגן זיי צו נאך איינס פון פארדעם און איינס דערנאכדעם, מיט א קדיש צום פארשלינגען.

און ווער רעדט נאך אין אזא אומגליקליכן טאג וואס מען זאגט אין אים יא צו תחנון, לייגט מען אריין נאך א קאפיטל אין דערינען, א רחמנות אויפן ארימען ארבייטער וועלכער איילט זיך פון שול ארויס, ער קען זיך פשוט נישט דערענדיגן דאס דאווענען.

אלע זאגן זיי. יונג און אלט, ארים און רייך, שטייען זיי אזוי איינגעבויגן ביים מחזור'ל און זאגן מיט פלייס די לאנגע פיוטים פון רבי אליעזר הקליר, וועלכע ציען זיך ווי א ענדלאזער ים ביז אינעם נקדישך אריין.

מען זאגט. מען זאגט. אויף יעדן טאג איז דא זיין זאגעכץ. צי זאל עס זיין חנוכה צי פורים אדער פסח שני, וועט מען דאס סידור'ל אפירנעמען און זאגן. זיבן מאל יושב בסתר, אכט מאל אנא, און ווער ווייסט וויפיל מאל מזמור לדוד.

א גאטספארכטיגער איד וועט נישט פארציכטן אויף די קרבנות, און וועט דאס אפילו אפענדיגן שוין נאכן דאווענען אויב האט זיך אן אונס פאסירט, און פון וואו נעמט מען גאר די כוחות צו מעביר זיין די סדרה שנים מקרא ואחד תרגום?

שבת צונאכטס ביים טיש וועלן וואוילע אידן נישט אויסלאזן פון די זמירות גארנישט. און מוצאי שבת זעט שוין פילייכט אויס אז מען נאר אבי עפעס צו זאגן?

און אז די אידן זאגן האבן זיי נישט קיין צייט צו טראכטן, אינזינען צו האבן דעם פירוש המילות. אבער נישט בא'דאגה'ט. מען וועט זיך אן עצה געבן. העט מען זאגן נאך א שטיקל אין וועלכן מען נעמט זיך אויס כאילו התכוונתי, ונשלמה פרים שפתינו.

און דאס זאגן נעמט נישט קיין סוף. קומט אריין א בן נח אין שול קען ער צו קיינעם קיין ווארט נישט רעדן, אלע ווייזן זיי אים מיט די האנט אויפן מויל, און צוצקענען פרום " נו, אה".

אבער אז גאט האט געהייסן זאגן זאגט מען, און וועט זיך עס דען עמיצער איינשטעלן זיין עולם הבא פאר א ספק? זאגט מען טאקע אלע ביידע נוסחאות, און עפעס וועט זיך שוין דערמיט מאכן.

איז לאמיר'זשע אלע זאגן צוזאמען, זאגטס'זשע אידן, זאגטס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מיימון, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר