וואס ענטפערט מען פארן גוי?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

וואס ענטפערט מען פארן גוי?

שליחה דורך קאך_לעפל »

מיר שטייען אצינד אין א צייט וואס די יעזעס-דינער גרייטן זיך צו פייערן דעם געבורטס פון זייער פארשמייליגטען יעזעס. די גאסן און הייזער זענען באצירט מיט די פאסיגע קריסליכע סימבאלן פון די א.ג. הייליגע דרייפאכיג, ג-ט, דער זון, און דעם הייליגער גייסט. מאנכע פרימע לייגן נאך צו סטאטועס פונעם מאמע פונעם זון פון ג-ט די נאבעלע האר-פלעכטערן פון בית לחם, יהודה, מרים. וואס איז נעבאך דורכגעפאלן מיט יוסף דער שיסטער.

די יעזעס-דינער דרייען זיך ארום מיט די קאפ אין די הויך, אינגאנצן איינגעהילט אין א געהויבענעם גייסט, פולשטענדיג אינספערירט פונעם גרויסקייט פונעם טאג. און זיי קוקן זיך צי מיט שטוינונג ווי אזוי די אידן אינטערסירט דעם גאנצן יום יו''ט עטוואס ווייניגער ווי דער פאריאריגער שניי. זיי שטעלן אפ אידן אין די גאסן, און פרעגן מיט אויסטערלישע וואונדער. פארוואס גלייבט איר נישט אין אונזער יעזעס?, נעמליך, ער איז דאך געווען פון ענקערע באגאבונדן, און ענקערע נביאים האבן דאך פאראויסגעזאגט אז: יתן השם הוא לכם אות, הנה העלמה הרה וילדת בן וקראת שמו עמנו-אל, אז דער מיידל איז פארשוואנגערט און זי וועט געבוירן א זון...

דער דורכשניטליכער איד וועט אין אלגעמיין ענטפערן די אלטע אידישע לאוזונג אויף אלע אנגלעגנהייטן אנבאלאנגט דעם געקרייצטן. נישט געשטויגן און נישט געפלויגן. און גארנישט מער.
דער גוי קוקט דאס עפעס אן, אז דער איד גלויבט נישט אין יעזעס אן קיין שום זאכליכע מאטיוו. ער קען נישט עקלערן פארוואס ער גלויבט נישט. דאס שאפט עטוואס דער איינדרוק ווי די חכמי ישראל האבן פארפירט די אידן און זיי פארבאטן צו גלויבן אין יעזעס, אפגעזען וואס אין תנ''ך שטייט באשיינפערליך אז דער יעזעס איז א זון פון ג-ט, און מ'דארף אין אים גלויבן, און ער וועט זיין אונזער אויסלייזער.

איז פארהאן א זאכליכע עקלערונג מיט וועלכע מ'קען זיך באנוצן צו עקלערן פארן גוי מיטן טומבאַל קאפ פאר וואס אידן גלויבן נישט אין יעזעס?

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר