קאפיטאליזם ווס. סאציאליזם - מיט א ראיה פון תורה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3424 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

קאפיטאליזם ווס. סאציאליזם - מיט א ראיה פון תורה

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

עס ווארפט זיך ארום ווערטער דא אין שטיבל, און יעדער טייטשט יעדעס ווארט לויט זיין הנחות קדומות. דעריבער וויל איך דא אוועק שטעלן די יסודות אויף וואס די מיינונגס פארשידענהייט איז געבויט.

דער וועלט פון מסחר מוז באשטיין פון זאכן צו פארקויפן. למשל די פרוכט וואס מ'פארקויפט אין מארק, ווי אויף די קאמפיוטער וואס מ'פארקויפט אנליין און די קלייד וואס מ'קויפט אין א געשעפט, אלע פון זיי זענען געמאכט געווארען דורך א מענטש. דאס הייסט מ'האט גענומען רויע מאטיריאל און דערפון האט איינער א מענטש זיך באזעצט עפעס מאכען דערפון.

ווען מ'קוקט אן די ענדגילטיגע פראדוקט, איז עס אויסגעמישט מיט די רויע מאטיריאל און די ארבעט וואס מ'האט אריין געלייגט דערין. שטעלט זיך יעצט די שאלה, פאר וועמן באלאנגט די פראדוקט? ווען נישט די רויע מאטיריאל, וואלט גארנישט דערפון געווארען, אבער ווען נישט דער ארבעטארער וואלט אויך גארנישט דערפון געווארען. היכי לידייניה להאי דינא?

דאס איז א מארלישע פילאזאפישע שאלה, אזוי ווי די גאנצע מושג פון בעלות. געבויט איז עס אויף אן איסור גניבה וגזילה וואס איז אויך א מארלישע פילאזאפישע פארבאט. ממילא קומט נישט אריין די מאכט פון די צד אדער יענער. יא, דער מעכטיגער וועט מעגליך געווינען די מלחמה, אבער פון מאכט ווערט נישט קיין רעכט. ווער איז גערעכט אין די שאלה?

די קאפיטאליסטישע שיטה איז אז דער בעל הקאפיטאל איז אייביג דער בעלעבאס. ער דארף אפצאלען די ארבעט פון די ארבעטארער, לויט וויפיל ער דארף, און דערנאך איז ער דער בעלעבאס. דער סאציאליסט זאגט אז דער עיקר איז דער ארבעטארער און די ארבעט וואס ער האט אריין געלייגט. ער דארף אפצאלען דער בעלעבאס פאר זיין רויע מאטיראל און דערנאך איז אלסדינג זיינס.

פארשטייט זיך אז דאס איז גאר סימפליסטיש, און למעשה זענען זיי ביידע שותפים, אינהו ברגלוהי ואינהו במעוהי, אבער אין די שותפות קען מען אויך קלערן ווער דארף זיין דער עיקר און ווער דער טפל.

קיין ראיות קען מען דאך נישט ברענגן אין א פילאזאפישע שאלה, נאר סברות. אבער אונז אידען האבען דאך א קוואל פון מאראלען פון וואנעט מיר קענען יא ציען א ליניע צו אונזער לעבן. דער תורה דערציילט אונז א מעשה וועגן א מאדנע לאנד מצרים. דארט איז באשטאנען א מציאות וואס אנדערע לענדער האבען נישט געהאט און זיי האבען נישט היינט. די גאנצע לאנד האט נישט באלאנגט פאר די בירגער און איינוואוינער, עס האט באלאנגט צו די מלוכה. זיי האבען עס איבערגעגעבען פאר יוסף'ן כדי צו קויפען תבואה פאר זייער משפחות. דערנאך זענען זיי געווארען די ארבעטארערס אין דער לאנד. דאס הייסט די קאפיטאל האט באלאנגט פאר דער רעגירונג און די ארבעט איז געקומען פון די פויערים. זאגט אונז די תורה וויאזוי זיי האבען צוטיילט די פירות פון די לאנד. וְהָיָה֙ בַּתְּבוּאֹ֔ת וּנְתַתֶּ֥ם חֲמִישִׁ֖ית לְפַרְעֹ֑ה וְאַרְבַּ֣ע הַיָּדֹ֡ת יִהְיֶ֣ה לָכֶם֩ לְזֶ֨רַע הַשָּׂדֶ֧ה וּֽלְאָכְלְכֶ֛ם וְלַאֲשֶׁ֥ר בְּבָתֵּיכֶ֖ם וְלֶאֱכֹ֥ל לְטַפְּכֶֽם: א פיפטעל האט גענומען דער בעל הקאפיטאל און פיר פיפטלעך האבען גענומען די ארבעטארערס.

אוודאי דארף מען אריין נעמן אין חשבון וואס קען זיך ווירקליך אויספירען, מ'קען נישט מקריב זיין די מציאות פאר די שיטה. און דעריבער דארף מען קוקען אויף וואס ארבעט און וואס מ'דארף ענדערן פאר די ספעציפישע אומשטנדן ווי מ'שטייט. ווען אבער מ'וויל רעדן פון די מאראל, האט דער תורה לכאורה געלאזט וויסען איר מיינונג.

(מ'זאל זיך נישט אויסמישען מיט קאמיוניזם, וואס דאס באדייט א פאראייניגטע בעלות אויף אלסדינג אין לאנד, און מ'צוטיילט פאר יעדער איינער לויט זיין נויט. דאס איז אן אנדערע מיינונג, און וויבאלד עס איז לכאורה אוממעגליך אויסצופירען, כאפט זיך נישט קיין נ"מ לגבי די שיטה זעלבסט. סאציאליזם איז יא מעגליך, און עס האט אסאך מעגליכקייטען און דארף נישט זיין גענצליך עקסטרעם, דעריבער דארף מען אויסשמועסן די פרטים דערפון)

פון דעם קען זיך בויען א שיטה אז די ארבעטארער זאלען ווערן די בעלעבתים אויף די קאפיטאל ועוד ועוד, אבער די יסודות זענען אזוי.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר