אידישקייט אין שאטן פון גלאבאלער אינטערנעט פראבלעם

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1767
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1331 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2158 מאל

אידישקייט אין שאטן פון גלאבאלער אינטערנעט פראבלעם

שליחה דורך פרייוויליג »

[justify]לעצטער וואך איז אפגעהאלטן געווארן אן אסיפה אין די קאנטינענטעל זאלן פון וויליאמסבורג, וואו פרומע אידן זענען זיך צוזאמגעקומען צו באוויינען די פטירה פון הרב שאול יצחק ראבינאוויטש נ"ע. די אסיפה איז באגלייט געווען מיט בעלי דרשנים, ובראשם הרב בערל טויבער ני"ו פון מאנסי. הרב טויבער האט געדארפט זיין די הויפט מאמענט פונעם אווענט. פארשטייט זיך אז איך בין נישט דארט געווען, אבער נאכדעם וואס הרב טויבער האט געזאגט: "די וואס דארפן דא זיין זענען נישטא, און די פארוועמען עס איז נישט נוגע זענען יא געקומען". און וויבאלד איך דארף דאך עס האבן, האב איך גענומען די מיה, און אויסגעהערט דעם גאנצן דרשה אויפן טעלעפאן ליין, וואס האט אנגעהאלטן א גאנצע שעה. דאס קומט אויך נאכדעם וואס ידידינו הרב [tag]געפילטע פיש[/tag] האט מיך געמאכט נייגעריג מיט זיין לעצטן ארטיקל איבער: די נארמאלע אינטרנעט מערכה".

איך וואלט זייער געוואלט מוסף זיין בנופח שלי, וואס איך האב ארויסגענומען פונעם דרשה. קודם לאמיר ציטירן די הויפט נקידות פון זיין דרשה. איך גיי ציטירן גאנצע קוואוטס. פארשטייט זיך אז איך גיי נישט דא איבערזעצן די גאנצע דרשה, אבער איך וועל פראבירן איבערצוזעצן גאנצע ליינס:

"הרב וואזנער ז"ל האט געפסק'נט אז יעדער איינער וואס פארמאגט אינטערנעט, איז ער ברור כשמש וועט נישט האבן די זכיה צו זיין א חלק פון די בנין בית המקדש השלישי".

"ווען דו זעסט דיין חבר מיט א סמארטפאון זאלסטו וויסן אז ער איז פאריקט, ממש פאריקט פון זינען".

"98% פראצענט פון קינדער וואס גליטשן אוועק פון אינטערנעט, איז דאס געשען ביי די אייגענע עלטערן".

"ביים גירוש שפאניע, זענען אלע אידן וואס זענען געבליבן, איז גארנישט געבליבן פון זייערע דורות. מען האט פארטריבן די אידן, אבער די וואס האבן געוואלט דארט בלייבן האט געקענט זיך באהאלטן. און די אנוסים זענען דארט פארבליבן נאר "לצורך פרנסה". אלע וואס זענען נישט אוועקגעגאנגען, איז גארנישט איבערגעבליבן פון זייערע דורות".

"קינדער קענען דורכברעכן יעדן סארט פעסווארד וואס עס איז דא אויף דער וועלט. געווען אמאל א קינד וואס האט אויפגעפענט די פינגערפרינט-סענסער דורך די פינגער פון די מאמע וואס איז געשלאפן, און אזוי אויך געקענט צולייגן זיין אייגענע פינגערפרינט".

"א איד איז אמאל געווען אין שול, און ארויסגענומען זיין סמארטפאון. נאכדעם וואס אפאר מתפללים האבן געשריגן אויף אים, האט ער גערופן פאליציי. ווען פאליציי איז אנגעקומען, האבן זיי געגעבן א פארציע מוסר פארן אינגערמאן, אז אין אלע קירכעס ברויך מען אויסלעשן די פאון, און ער זעט נישט וויאזוי די אינגערמאן האט די אוידאסעטי ארויסצונמען זיין פאון".

"א פארפאלק וואס איז געזיצן אין א פארק מיט זייערע פאונס, און האבן געשטיפט די קינד אויפן סווינג. נאך אפאר מינוט וויינען אז מזאל אים נאכאמאל שטיפן, האט די מאמע זיך אויפגעהויבן פון די פלאץ, מיט אירע אויגן אינעם פאון און געשטיפט א צווייטן קינד"..

[center]***[/center]
וויפיל מאל איך הער און איך ליין וועגן אינטערנעט, טראכט איך, וויאזוי האט כלל ישראל אויסגעזען בעפאר די תקופה פונעם אינטערנעט. לויט די צאל פאטאליטעטן, מוז זיין אז פאר 25 יאר צוריק האט כלל ישראל געשפרידעלט. יא עס איז געווען נסיונות דא און דארט. עס איז געווען טעלעוויזיע, עס איז געווען ציונית, געווען אמאל א קינד וואס איז אראפ פון אידישן וועג. אבער די סטעטוס פון יהדות איז געווען פארהעלטענמעסיג גוט אין פארגלייך צו היינט. אינטערנעט איז דאך די גורם פאר יעדן צרה ואסון וואס פאסירט נאר. נעם אוועק אינטערנעט האסטו 50% ווינציגער פראבלעמען.

וואס איז די מטרה פון פאררופען אן אסיפה פאר כולל אינגערלייט, וואס האבן קיין שום מגע ומשא נישט צו קיין אינטערנעט?

נישט אז זיי קענען נישט אויך האבן נסיונות, אבער פארוואס רעדן צו א ציבור וואס וואלטן סייווי נישט געהאט קיין אינטערנט. הרב טויבער האט אינמיטן די דרשה געדארפט מסביר זיין וואס "מאדרען ארטאדאקסיע" איז. פאר די וואס ווייסן נישט, וועל איך אייך מסביר זיין וואס מאדרען ארטאדאקסיע איז. איר פארשטייט וואס דא טוט זיך? אידן וואס ווייסן נישט וואס מאדרען ארטאדאקסיע איז, גייט מען אויסלערנען די סכנה פונעם אינטערנעט. וואס פאסירט דא?

יעדער מענטש דארף א שונא.

נישט נאר יעדער מענטש דארף א שונא, נאר יעדער לאנד אין דער וועלט פארמאגט אן עדווערסערי. עס גייט נישט אנדערש. כך הוא דרכו של עולם. מען דארף האבן א פיינט. די זעלבע איז מיט אלעמען, אנגעהויבן פון רעליגיע ביז יעדער אינדיווידועל. ביי א לאנד איז דאס די תאוות השררה, איך בין שטערקער פון דיך, אויב איז נישטא שוואכערס פון מיך דאן מיט וואס בין איך שטארק. ביי רעליגיע איז דאס דער פארגעניגען אז יענער איז ערגער פון מיך און שוואכער פון מיך.

ביי אידן איז אמאל דער שונא געווען, צדוקים ובתוסיים נאכדעם איסיים קראים און שבתאות, נאכפאלגענדיג מיט השכלה, ולאחרונה ציונית. און יעצט אז ציונות איז כמעט געשטארבן איז דאס "אינטערנט". "דער שונא" איז, איך בין בעסער ווייל עס איז דא שוואכערע. ווי שוואכער די שונא איז, אלס מער קאנטרעסט איז דא ביי מיך. וויפיל נסיונות עס איז דא ביי מיין חבר, אלס מער טו איך דאס באשטיין מיטן נישט זיין ווי יענעם. עס איז א קאנפארמעטי, אויב קען מען האבן א שונא איז דאס פרייזלאז. דעריבער קען מען גרינג פארשטיין פארוואס די אסיפה איז געשאפן געווארן, און מיט וואספארא פארגעניגען די אסיפה האט זיך געשלאסן. ב"ה אז מיר האבן א שונא.


אינטערנעט איז מער א סאציעלע פראבלעם ווי איידער א אידישער פראבלעם.

איך ווייס נישט אויב עס איז דא איין ראציאנאלער אינטערנעט באנוצער וואס ווייסט נישט און זעט נישט די שרעקליכע מענטשליכער חרבנות פון אינטערנעט. ווען מ'באטראכט די תוצאות פון אינטערנעט איז די פראבלעם פון אידישקייט ווי א שפיי אין וואסער. קיינער גייט נישט זאגן: אז מזאל נישט לאזן אן אנגעפילטער רעוואלווער אויפן טיש אינדערהיים, ווייל א קינד גייט קענען הרג'נען מיט דעם און עובר זיין אויף לא תרצח.

דער וואל סטריט זשורנאל האט געדריקט פאריאר א לאנגער ארטיקל וואס האט ארומגערעדט איבער די שעדליכקייט פון סמארטפונס. צווישן אנדערע שרייבט דאס: די אינפארמאציע וואס מיר באקומען פון אינטערנעט איז א סך מאל יצא שכרו בהפסדו, דער מענטש פארגעסט שנעלער ווען ער ליינט דאס אויף א סקרין ווי אויף א פאפיר. אדער מענטשן קענען ליידן פון אן אילוזיע אוו אינטעליגענס, עס קען זיך זיי דאכטן ווי זייער אייגענע מיינד האט נארוואס באשאפן די אינפארמאציע און נישט זייערע דעווייסעס. עס איז אינטערסאנט צו כאפן א בליק, און דורכליינען דעם ארטיקל. זייער ציפעדיג און שארף.

די פראלבעם פון סמארטפאונס זען מיר איבעראל. אנשטאט אפיצירן זאל וואכן שפילן זיי זיך מיט זייערע מאשין אין קאר. מען זיצט ביי א מסיבה און אנשטאט שמוסן מיט די חבירים שפילט מען זיך מיט די טעלעפאן. ווען מען איז אינדערהיים שפילט מען זיך מיט די טעלעפאן אויפן חשבון פון די קינדער. מיר נוצן די פאון אין בעט און מען שלאפט איין ביז דער פאון פאלט אראפ אויף די נאז. אין ארבעט, בנוסף פון ביזנעס אקטיוויטיס איז די קאפ 10% אין גראפס, 10% אין טשעטס און 10% אין נייעס. אין שולעס האבן סטודענטן פאונס נאך שולע, די קאפ איז אין די פאון.

מיר ברויכן האבן פאר די קומענדע דור דאקטורים, אינזשענירן, סייענטיסן, אויב שפילן מיר זיך מיט די פאונס וואס וועלן מיר זאגן פאר די קומענדע דור? אפילו אז מ'וועט טרעפן אן ארטיקל דא און דארט אז טעכנעלאגיע מאכט אונז בעסער אויסגעשטעלט. אבער פאר יעדער ארטיקל האט מען צען אנדערע ארטיקלן און דאקטורים וואס זאגן אז עס "היידזשעקט אונזערע מוחות". מיר אלע באנוצן זיך דערמיט, מיר קענען נישט לעבן אן דעם. הקב"ה האט אונז באשאנקן מיט א זאך וואס מאכט אונזערע לעבן טויזענט מאל גרינגער און בעסער, אבער מיט וואספארא פרייז? איך ווייס נישט אויב עס איז דא איין מעמבער דא אין שטיבל, וואס האלטן נישט אז אינטערנעט פארמאגט נישט איינס פון די 4 עלעמענטן: 1) עדיקשען, 2) צייט פארלענדונגס מאשין, 3) שטער אין ביזנעס, 4) שטער אין סאשעל. מיר אלע סטראגלען מיט דעם זה בכה וזה בכה. כל זמן א מענטש וואס האט צוגעטשפעט א קליינע מאשין צו זיך און ער האט דאס אפען רינדע זייגער, ליידט ער פון איינס פון די 4 זאכן למחצה ולשליש ולרביע. בלי שום יוצא מן הכלל.

הרב טויבער איר דארפט אנהייבן רעדן פון סאציעלע אישוס.

אינטערנעט האט מיליאן מאל מער חרוב געמאכט די סאציעלע אינסטינקטס ווי די אידישע השקפה. ווען איר פארציילט אז א מאמע שפילט זיך מיטן פאון אין פארק, דערציילט איר א סאציאלע אישו. ווען איר דערציילט אז קינדער ליידן פון דעם דערציילט איר א סאציאלע אישו. אויב עמיצער האנדלט זיך איין א פאון וואס איז משומר, הייבט זיך ערשט אן די פראבלעמען. משומר נעמט נישט אוועק סאציעלע אישוס.

די מעשה פונעם קינד וואס האט גענוצט זיין מאמעס שלאפעדיגע האנט איז לכאורה מבושל אדער מאופה. יעדער פינגערפרינט סענסער ברויך האבן א פעסווארד אויך. אויב איז די מעשה אמת, האט דאס קינד ענדערש אויפגעכאפט די פעסווארד, וואס דאס לאזט אים אריין אנעם פינגערפרינט. עס איז פאדערט זיך א סך קוראזש צו נעמען די מאמעס פינגער. פארוואס זאגן פרעכע ליגענטס צו פיטערן אגענדעס?

איך וואלט זייער געוואלט אויב איינער קען מיר אנצייכענען אין די גירוש שפאניע היסטאריע, אז די אידן וואס זענען דארט געבליבן, זענען געבליבן אך לפרנסה, און די מענטשן האבן פארלוירן אלע קינדער. איך ווייס אפילו נישט אויב מען קען דאס נאכגיין. פארוואס זאגן פרעכע ליגענטס צו פיטערן אגענדעס?

אלע פראבלעמען וואס מיר האבן היינט האבן מיר געהאט פאר 50 יאר צוריק.

נעמט אוועק אינטערנעט און איר טרעפט ווייטער אלע פראבלעמען. נעמט אפיר די קונטרס פון 'מדור דור' פון קאשוי'ער רב זצ"ל פון תש"ל, און איר וועט דארט טרעפן יעדע פראבלעם פון היינט. כשרות, צניעות, אפיסעס, נישט דאווענען מיט מנין, שוואכע אינגערלייט. האט איר א קליינער קוואט: "מלבד מה שעצם השקעת ראשו ורובו של אדם בממון וגשמיות מרחיקו מאחרי ה', הוא מביא רעות רבות בהכרח. ראשית, נלקה עובדה שבלב זו תפלה. חלק גדול מתושבי בארא פארק, ואף וויליאמסבורג, שאין מתפללים בצבור כל השבוע, לא מיבעיא מנחה ומעריב, אל אף שחרית". ער רעדט פון קליידער, פון פריצות און פון וואס נישט. אלעס אין די אפוועזענהייט פון אינטערנעט.

אידישקייט איז דער פועל יוצא פון אינטערנעט. דאס אז די קינד וועט זען די עלטערן שפילן זיך דערמיט א גאנצע טאג, דאס אז די עלטערן ליידן פון די אינטערנעט, דאס אלעס וועט האבן א שטארקע אפעקט אויפן קינד. דאס אז די קינד וועט נעמען א פאון און קוקן שמיץ דערויף איז א שטארקע פראבלעם, אבער דאס אז די אינטערנעט איז מכלה דעם מענטש פון סאסייעטי, און מאכט אים שווערער צו זיין א טאטע, א מאן, א ווייב, א חבר, א סטודענט, אן אפיציר, אן אינזשינער, איז מיליאן מאל ארגער.

איך ווייס נישט וויאזוי א מענטש שעמט זיך נישט צו זאגן אזא ליגענט פון: "98% פראצענט פון קינדער וואס גליטשן אוועק וועגן אינטערנעט, איז דאס געשען ביי די אייגענע עלטערן". פארוואס זאגן פרעכע ליגענטס צו פיטערן אגענדעס? רוב קינדער וואס קוקן שמיץ קוקן דאס ביים חבר, און פון די געציילטע פעלער וואס די עלטערן זענען פערדעריש נישט צו פארזיכערן זייערע מאשינען, האט דאס דער קינד געטון מרצונו הטוב. אמאל איז דאס געווען מאגאזינען, אמאל איז דאס געווען שמיציגע מעיל, אדער שמיציער ליטעראטור אויפן גאס, און היינט איז דאס אויפן פאון. א קינד מיט געזונטע הארמאנען וואס פעדערט אים די זאכן וועט ער טון כל טצדיקי תבל צו באקומען וואס ער דארף. צו איז דאס אז DVD צו איז דאס א מאגאזין, און צו איז דאס א פאון. וואו קען מען זיין נאריש צו בלעימען אלע עלטערן וועגן 5% פארנאכלעסיגטע עלטערן. עס שאדט הונדערט מאל מער פאר א קינד אז זיין טאטעס קאפ איז נישטא ווי דאס אז ער וועט אמאל זען שמיץ. אנטשולדיגט, נישט הונדערט מאל מער נאר טויזענט מאל מער.

א פערד וואס קען אנרופן "יעדער וואס האט א סמארטפאון איז פאריקט", קען מאכן זיינע צוהערער פאר פערדן ווען ער קען פארציילן מעשיות אז א פאליציי אפיציר האט אנגעשריגן א אינגערמאן. פארוואס זאל מען נישט מסביר זיין אז א סמארטפון איז א נעסעסטי, און אויב מען באגרעניצט זיך נישט דערמיט קען מען אנווארען סאסייעטי און די וואוילזיין פון די קינדער? פארוואס אנרופן "מענטשן וואס האבן שיך" פאריקט, וויבאלד עס זענען דא מענטשן וואס וואקן קרום דערמיט, אדער שטויסן דערמיט? זייט זיי מסביר אז א שיך מוז מען האבן נאר מען דארף זיך אויסלערנען וויאזוי מען וואקט.

יא, די מענטשהייט גייט איצט דורך זייער א שווערע תקופה, פארוואס דארף מען דאס נעמען פאר אייגענע געברויכן?

מיר לעבן אין א וועלט היינט וואס מענטשן האבן מורא "מה יאמרו הבריות", ווען א מענטש וויל זאגן א ליגענט גיבט ער אכטונג אז מזאל אים נישט כאפן, נישט ווייל ער האט מורא פון אן עבירה. ווען מען רעדט צו מענטשן דארף מען קענען דערציילן זאכן וואס רעזינעטן מיט זיי. מען קען נישט האקן אויף אינטערנעט מיטן דערציילן שקריות'דיגע מעשות וואס רעדט איבער אידישקייט, ווען די פראבלעמען פון דעם איז פי כמה וכמה מער די סאציעלע אישוס. רעדט פון די אישוס, נישט פון אייער אישוס. שווערע אינטערנעט געוואונהייטן איז א גלאבאלע פראבלעם, און דאס אז מיר זענען חסידישע אידן מאכט אונז דאס נישט מער אמיונט צו דעם. אויב עמיצער איז קראנק ל"ע וועט ער שווערער קענען אנגיין מיטן לעבן, ערציען זיינע קינדער, לעבן צווישן מענטשן, אויכעט וועט ער קענען טון ווייניגער מצוות..[/justify]

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר