מיינע נקודות וועגן דעם "משפחה שווינדלער"

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

מיינע נקודות וועגן דעם "משפחה שווינדלער"

שליחה דורך העניך »

עס טוט זיך א טומל איבער דעם שווינדלער וועלכער האט אין לויף פון יארן אויסגעפאפט פארשידענע משפחות אז ער איז א זייערס א קרוב דורך קרובים וואס מ'האט געמיינט אז זיי זענען אומגעקומען ביים קריג. יענעמ'ס מאסקע איז יעצט ענדליך אראפגעקומען נאכדעם וואס משפחת שישא פון ירושלים איז געפאלן א קרבן, און נאכ'ן פובליצירן די פריידיגע נייעס אז זיי האבן געטראפן אן אייניקל פון א פארשטארבענעם פעטער, האט ר' יצחק פראנקפורטער, דער רעדאקטאר פון "עמי" מאגאזין, יענעם דערקענט אלס דער וואס האט שוין געטון גענוי דעם זעלבן שפיצל מיט משפחת זינגער עטליכע יאר צוריק.

דריי נקודות וואס כ'האב געקלערט:

1. אויף אייוועלט זע איך אז טייל פארשטייען נישט פארוואס מ'רייסט אזוי ווילד אראפ דעם איד. "וואס האט ער דען געטון? האט ער גענומען געלט פון איינעם? בלויז געמאכט א שפיצל! נו, מילא." דער סענטימענט קומט פון אונזער ליידער פארשפרייטער ביטול פאר אמת, און דער ווערד פון אמת. כ'האב שוין אמאל געשריבן איבער א טומל אין דער גויאישער גאס נאכדעם וואס מ'האט צאמגענומען צדקה פאר אן אמת'ן נצרך, אבער דורך א פאלשער געשיכטע. ס'ווארט יענע חברה אפ ביטערע קלאגעס.

געלט איז נישט אלעס! אין א ציוויליזירטער וועלט איז אמת פונקט אזוי וויכטיג, אדער נאך מער וויכטיג, ווי געלט. עמאציאנעלע פיין איז אן אמת'ע זאך, זאגן ליגנט פאר א משפחה איז א מיאוס'ער פארברעכן וואס מ'דארף באשטראפן בכל חומר הדין גארנישט ווייניגער ווי א געלט-גנב!

2. מענטשן קומען אויף מיט כל מיני טעאריעס וויאזוי יענער האט געקענט טרעפן די אלע פרטים. מענטשן שאצן אונטער וויפיל א געניטער פארשער קען היינט טרעפן אנליין, און אין ביבליאטעקן. מ'קען אויף יעדער משפחה טרעפן פרישע אינפארמאציע אנליין וואס קיינער אין דער משפחה ווייסט נאך נישט. ס'איז גארנישט אזא פליאה וויאזוי דער קראנקער פארשוין האט געקענט אזוינס אפטון.

3. מ'ציטירט די געטראפענע משפחות אז יענער האט געברענגט אינפארמאציע "וואס איז ממש אוממעגליך צו וויסן." קודם כל, מ'שאצט אונטער וויפיל ס'איז מעגליך צו וויסן אויב מ'ווייסט וויאזוי צו פארשן, כנ"ל. און צווייטנס, די משפחות זענען דאך נעבעך געפאלן קרבנות פאר דעם שווינדלער. מיינסט אז זיי זענען באקוועם מיט דעם פאקט אז מ'האט זיי פארנארט? אוודאי וועלן זיי ענדערש זאגן אז די אינפארמאציע איז געווען אזוי איבערצייגנד פשוט אראפצונעמען אביסל די שאנדע אז זיי האבן זיך געלאזט פארנארן. איך פערזענליך האלט נישט אז ס'איז א שאנדע. יעדער קען פאלן א קרבן פון געניטע שווינדלער, אבער ס'איז די טבע פון מענטשן, אז אויב איז ער פארנארט געווארן, וועט ער ענדערש ווילן האבן פארנארט געווארן דורך אן אויסטערלישן מומחה ווי איידער דורך א נארישער מענטש וואס האט בעצם גארנישט געהאט צו פארקויפן.

אלזא, כ'בין נישט אזוי אנציקט פון ציטירן די געטראפענע משפחות. כ'סימפאטיזיר מיט זיי גאר שטארק, און כ'קוק זיי בכלל נישט אראפ פאר'ן פאלן קרבנות צו דעם חולה נפש, אבער כ'נעם נישט אן זייערע ווערטער אז דער שווינדלער האט ממש געברענגט אינפארמאציע וואס איז "אוממעגליך" צו טרעפן דורך נארמאלע פארשערישע וועגן.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 30 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר