וויליאמסבורגער האט געשריבן:איך קוק מיט ווייז-ווינדער אין די אלטערנאטיוו ריאליטי וואס מיר לעבן. ביי קהילת כ"ק אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א גרייט מען זיך צו א מאסיווע געלט אקציע א' שלח אין פרודענשל סענטער לטובת די מוסדות פון די תלמידים פון הגר"ש אויבערבאך זצ"ל.
איך נעם נישט אוועק, ס'איז א חשוב'ע זאך. סאטמאר דארף שטיין צו די האנט פון אידן וואס שטייען מיט די שיטה הק'. אבער ווי קען מען דאס מסביר זיין אז אין די זעלבע צייט זענען דא צענדליגע היימישע סאטמארער משפחות וואס וואוינען בחוץ לעיר אין בלומינגבורג, וואס זענען ארויס ווייל די קהילה האט עס געשטיצט, און זיי האבן געהאפט אז מ'וועט זיי העלפען, אבער זיי טרענקען זיך!! מ'צאלט נישט פאר די כולל יונגעלייט, די חדר איז אפען נאר ביז 12, און די לעבן דארטען איז א גיהנום.
וואס גייט דא פאר???
אז ס'איז דא געלט פאר די ליטווישע אידן אין א"י, דארף דאס נישט ענדערש גיין פאר אונזערע אייגענע יונגעלייט?? דארף מען נישט ענדערש בויען מוסדות און כוללים פאר אונזערע אייגענע??
שמעון וואלף האט געשריבן:כ'האב געהערט אז מרז"ל האט געזאגט אז ער טוט גארנישט ווייטער פאר קיין שום אקציע ביז בלומינגבורג איז מסודר. די שאלה איז אבער פארוואס עס איז אנגעקומען צו אזא מצב, עפעס מוז זיין דארט מיסמענעזשט.
למעשה האט מען פראקלאמירט ביי די קבלת שבת דרשה אז ס'מוז געשאפן ווערן א האלב מיליאן דאללער - א זשאוק קעגן אנדערע אקציעס. וועט דאס זיין גענוג אז מ'זאל זיך נישט ווידערזעהן אין אזא מצב א יאר ארום?
וויליאמסבורגער האט געשריבן:ב"ה אז מיין וויי געשריי איז אנגעקומען צו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, און ער געמאלדען אז מ'גייט זיך נעמען צו די עבודה צו ראטעווען בלומינגבורג.
ס'איז נישט קיין ווערטל. איך ווייס פאר א פאקט אז די עסקנים זענען געווארן באמבערדירט מיט לינק'ס צו דעם אשכול און דאס האט זיי אויפגעוועקט פאריגע דאנערשטיג
וויליאמסבורגער האט געשריבן:באקומען אין אישיוויליאמסבורגער האט געשריבן:ב"ה אז מיין וויי געשריי איז אנגעקומען צו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, און ער געמאלדען אז מ'גייט זיך נעמען צו די עבודה צו ראטעווען בלומינגבורג.
ס'איז נישט קיין ווערטל. איך ווייס פאר א פאקט אז די עסקנים זענען געווארן באמבערדירט מיט לינק'ס צו דעם אשכול און דאס האט זיי אויפגעוועקט פאריגע דאנערשטיג
וויליאמסבורגער האט געשריבן:ב"ה אז מיין וויי געשריי איז אנגעקומען צו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, און ער געמאלדען אז מ'גייט זיך נעמען צו די עבודה צו ראטעווען בלומינגבורג.
חיים יואל האט געשריבן:וויליאמסבורגער האט געשריבן:ב"ה אז מיין וויי געשריי איז אנגעקומען צו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, און ער געמאלדען אז מ'גייט זיך נעמען צו די עבודה צו ראטעווען בלומינגבורג.
![]()
ס'קומט דיר קרעדיט!
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט