בלאט 1 פון 1

הכונו למעמד פרודענשל סענטער, ווען בלומינגבורג טרענקט זיך

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 06, 2019 5:05 pm
דורך וויליאמסבורגער
איך קוק מיט ווייז-ווינדער אין די אלטערנאטיוו ריאליטי וואס מיר לעבן. ביי קהילת כ"ק אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א גרייט מען זיך צו א מאסיווע געלט אקציע א' שלח אין פרודענשל סענטער לטובת די מוסדות פון די תלמידים פון הגר"ש אויבערבאך זצ"ל.

איך נעם נישט אוועק, ס'איז א חשוב'ע זאך. סאטמאר דארף שטיין צו די האנט פון אידן וואס שטייען מיט די שיטה הק'. אבער ווי קען מען דאס מסביר זיין אז אין די זעלבע צייט זענען דא צענדליגע היימישע סאטמארער משפחות וואס וואוינען בחוץ לעיר אין בלומינגבורג, וואס זענען ארויס ווייל די קהילה האט עס געשטיצט, און זיי האבן געהאפט אז מ'וועט זיי העלפען, אבער זיי טרענקען זיך!! מ'צאלט נישט פאר די כולל יונגעלייט, די חדר איז אפען נאר ביז 12, און די לעבן דארטען איז א גיהנום.

וואס גייט דא פאר???

אז ס'איז דא געלט פאר די ליטווישע אידן אין א"י, דארף דאס נישט ענדערש גיין פאר אונזערע אייגענע יונגעלייט?? דארף מען נישט ענדערש בויען מוסדות און כוללים פאר אונזערע אייגענע??

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 07, 2019 5:58 pm
דורך וויליאמסבורגער
.

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 07, 2019 9:10 pm
דורך איסר האטלקי
איך האב גראדע א שטיקל ביאור, די שאלה איז אויב נאך דעם ביאור גייט אלעס פארענטפערט ווערן אדער מ'גייט סייווי הערן פאר די נעקסטע אכט וואכן בלומינגבורג מוסדות?



פאראיאר איז מיר גראדע שווער געווען פארוואס מ'שאפט מיליאנען פאר עפעס א קליינע ישיבה פונעם ראב"ד, אין צייט וואס די זעלבע האבן נישט באצאלט קיין איינגעשטעלטע אין וויליאמסבורג, אבער כ'בין געבליבן שטיל ווייל די תירוץ איז פשוט.

הודעהפורסם: פרייטאג מערץ 08, 2019 2:29 am
דורך לבי ובשרי
וויליאמסבורגער האט געשריבן:איך קוק מיט ווייז-ווינדער אין די אלטערנאטיוו ריאליטי וואס מיר לעבן. ביי קהילת כ"ק אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א גרייט מען זיך צו א מאסיווע געלט אקציע א' שלח אין פרודענשל סענטער לטובת די מוסדות פון די תלמידים פון הגר"ש אויבערבאך זצ"ל.

איך נעם נישט אוועק, ס'איז א חשוב'ע זאך. סאטמאר דארף שטיין צו די האנט פון אידן וואס שטייען מיט די שיטה הק'. אבער ווי קען מען דאס מסביר זיין אז אין די זעלבע צייט זענען דא צענדליגע היימישע סאטמארער משפחות וואס וואוינען בחוץ לעיר אין בלומינגבורג, וואס זענען ארויס ווייל די קהילה האט עס געשטיצט, און זיי האבן געהאפט אז מ'וועט זיי העלפען, אבער זיי טרענקען זיך!! מ'צאלט נישט פאר די כולל יונגעלייט, די חדר איז אפען נאר ביז 12, און די לעבן דארטען איז א גיהנום.

וואס גייט דא פאר???

אז ס'איז דא געלט פאר די ליטווישע אידן אין א"י, דארף דאס נישט ענדערש גיין פאר אונזערע אייגענע יונגעלייט?? דארף מען נישט ענדערש בויען מוסדות און כוללים פאר אונזערע אייגענע??

נישט קיין וואונדער אז ממש פאר'ן אפרייזן קיין צרפת איז דער גאול פון שאפן געלט געהעכערט געווארן צו גרעסערע סכומים.

צרפת_ובלומינגבערג_היינו_הך.
אין אדם עמוד על דעת... אלא עד...

הודעהפורסם: פרייטאג מערץ 08, 2019 4:48 pm
דורך לאקש
געב עס ביז נאך שבת, און נאכדעם פרעג איבער...

הודעהפורסם: מוצ"ש מערץ 09, 2019 9:12 pm
דורך וויליאמסבורגער
ב"ה אז מיין וויי געשריי איז אנגעקומען צו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, און ער געמאלדען אז מ'גייט זיך נעמען צו די עבודה צו ראטעווען בלומינגבורג.

הודעהפורסם: מוצ"ש מערץ 09, 2019 9:48 pm
דורך שמעון וואלף
כ'האב געהערט אז מרז"ל האט געזאגט אז ער טוט גארנישט ווייטער פאר קיין שום אקציע ביז בלומינגבורג איז מסודר. די שאלה איז אבער פארוואס עס איז אנגעקומען צו אזא מצב, עפעס מוז זיין דארט מיסמענעזשט.
למעשה האט מען פראקלאמירט ביי די קבלת שבת דרשה אז ס'מוז געשאפן ווערן א האלב מיליאן דאללער - א זשאוק קעגן אנדערע אקציעס. וועט דאס זיין גענוג אז מ'זאל זיך נישט ווידערזעהן אין אזא מצב א יאר ארום?

הודעהפורסם: מוצ"ש מערץ 09, 2019 10:15 pm
דורך לאקש
שמעון וואלף האט געשריבן:כ'האב געהערט אז מרז"ל האט געזאגט אז ער טוט גארנישט ווייטער פאר קיין שום אקציע ביז בלומינגבורג איז מסודר. די שאלה איז אבער פארוואס עס איז אנגעקומען צו אזא מצב, עפעס מוז זיין דארט מיסמענעזשט.
למעשה האט מען פראקלאמירט ביי די קבלת שבת דרשה אז ס'מוז געשאפן ווערן א האלב מיליאן דאללער - א זשאוק קעגן אנדערע אקציעס. וועט דאס זיין גענוג אז מ'זאל זיך נישט ווידערזעהן אין אזא מצב א יאר ארום?


אזוי ווי יעדע נייע פלאץ, האבן זיי זיך אנהויב זייער זייער געמוטשעט, וואס דאס האט זיי אריין געלייגט אין שווערע כוחות, בעצם קענען זיי זיך דעקן חודש'לעך, נאר די שווערע חובות האט זיי דערטרונקען, איצטערט, איינמאל דאס איז געדעקט, קענען זיי גיין ווייטער, מיט זייער געהעריגע בודזשעט.

הודעהפורסם: מוצ"ש מערץ 09, 2019 11:18 pm
דורך וויליאמסבורגער
באקומען אין אישי

וויליאמסבורגער האט געשריבן:ב"ה אז מיין וויי געשריי איז אנגעקומען צו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, און ער געמאלדען אז מ'גייט זיך נעמען צו די עבודה צו ראטעווען בלומינגבורג.

ס'איז נישט קיין ווערטל. איך ווייס פאר א פאקט אז די עסקנים זענען געווארן באמבערדירט מיט לינק'ס צו דעם אשכול און דאס האט זיי אויפגעוועקט פאריגע דאנערשטיג

הודעהפורסם: מוצ"ש מערץ 09, 2019 11:19 pm
דורך קלוגסטער פון אייראפע
וויליאמסבורגער האט געשריבן:באקומען אין אישי

וויליאמסבורגער האט געשריבן:ב"ה אז מיין וויי געשריי איז אנגעקומען צו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, און ער געמאלדען אז מ'גייט זיך נעמען צו די עבודה צו ראטעווען בלומינגבורג.

ס'איז נישט קיין ווערטל. איך ווייס פאר א פאקט אז די עסקנים זענען געווארן באמבערדירט מיט לינק'ס צו דעם אשכול און דאס האט זיי אויפגעוועקט פאריגע דאנערשטיג

א גוטע וויץ גוט פאר חודש אדר...

הודעהפורסם: זונטאג מערץ 10, 2019 2:08 am
דורך שושן פורים
.

הודעהפורסם: זונטאג מערץ 10, 2019 10:37 am
דורך חיים יואל
וויליאמסבורגער האט געשריבן:ב"ה אז מיין וויי געשריי איז אנגעקומען צו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, און ער געמאלדען אז מ'גייט זיך נעמען צו די עבודה צו ראטעווען בלומינגבורג.

:like

ס'קומט דיר קרעדיט!

הודעהפורסם: זונטאג מערץ 10, 2019 11:37 am
דורך איסר האטלקי
חיים יואל האט געשריבן:
וויליאמסבורגער האט געשריבן:ב"ה אז מיין וויי געשריי איז אנגעקומען צו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, און ער געמאלדען אז מ'גייט זיך נעמען צו די עבודה צו ראטעווען בלומינגבורג.

:like

ס'קומט דיר קרעדיט!

נו אודאי, די 20 צעטלעך, לאגאס, מארקעטינג אפאראט און מאסיווע קאמפיין וואס איז שוין אין קראפט האט מען געמאכט פון דאנערשטאג ביז שבת....

און אפילו אויב איז עס יא צוליב דעם אינטערנאציאנאלן ווי-געשריי, איז עס נישט דיין קרעדיט, נאר בלומינגבערג שרייט מען שוין זייט צרפת, און אויף טוויטער איז מען שוין פארנומען מיט בלומינגבורג ווס. אויערבאך פון א וואך פאר דו האסט עס געלייגט אויף קאווע שטיבל. (יא, האסידיק האט 10 מאל מער פאלאוערס פון וויפיל עס האבן געליינט די אשכול....

אפי' אויף אייוועלט האט מען שוין איבער א וואך צוריק פארמאכט 10 אשכולות ווען אלע ארוינישע בעביס האבן פלוצלינג אנגעהויבן רחמנות האבן אויף בלומינגבורג... איך בלעים זיי נישט, ביי די צרפת מערכה זענען זיי הייזעריג געווארן מיט א האלב מיליאן תירוצים פארוואס מהר"א איז נישט אינוואלווד, און יעצט ציטערן זיי אין די הויזן פון אן איבערשפיל...

הודעהפורסם: זונטאג מערץ 10, 2019 11:41 am
דורך איסר האטלקי
דאס אלעס האט מען מסתם אנגעהויבן פרייטאג מיטאג....

הודעהפורסם: זונטאג מערץ 10, 2019 11:42 am
דורך איסר האטלקי
און אויך דאס...

הודעהפורסם: זונטאג מערץ 10, 2019 1:03 pm
דורך יעקב מענטש
סאטמער מהרז"ל איז אריינגעטרויטן אין זומפ מיט בלומינגבערג.

ס'איז באמת א דורכפאל פון א איידיע, זייער ווייט פון שטאט און בעיקר איז דער פראבלעם אז ס'קאסט דארט א הויז 2-3 מאל מער פון וויפיל מ'וואלט געקענט בעטן פון אינגעלייט צו מאכן אזא מסירת נפש.

איך בלעים נישט מהרז"ל פאר דעם, אדרבא איך געב אים קרעדיט ווען ער האט זיך דאס אינטערגענומען און ס'איז געווען בשעתו (ארום 6 יאר צוריק אויב נישט מער) די איינציגע אפציע ווי א אינוועסטאר (פארשטייט זיך מיט אייגענע אינטערעסן אבער דאך א אינוועסטאר) איז גרייט געווען צו אינוועסטירן אבי מ'זאל אים צושטעלן קונים.

לעיקוואד האט נישט פארגעזאגט דעם פאטענציאל, אויך איז עס אזוי ווי זיך אריינציען ביי די ליטאים אין דיינונג רום, און ס'איז ווייט פון די שטאט.

דזשערסי סיטי איז נישט אזוי פראקטיש פאר א מאסן איינוואנדערונג צוליב דעם וואס מ'דארף אפקויפן די הייזער פון אינדיווידואלע ערלים וואס באגרעניצט און פארשווערט דעם גאלאפ, און בכלל איז עס א שלעכטע געגעגט. (למעשה מאכן זיי שיין פראגרעס)

מאנסי איז איבערגעפילט און די מוסדות האבן נישט קיין געלט אויף צו אקאמאדירן די צאל אידן וואס זוכן א מקום מנוחה, און בכלל איז עס שוין נישט אזוי ביליג (לעצטענס איז טאקע די פרייז דארט נישט געשטיגן צוליב די מוסדות פראבלעם, און בכלל ציהט זיך דער עולם דארט ארויס אין די ארומיגע געגענטער, אבער ס'איז נאך אלץ טייער)

קרית יואל האט דעמאלטס אויסגעקוקט ווי ס'איז דא א דירות קריזיס פונקט ווי ברוקלין, (מ'האט נאך געהאלטן פאר ע. ה. קליינ'ס פראיעקט און פאר די אעקסעישאן)

ממש די איינגסטע האפענונג איז געווען בלומינגבערג, און מהרז"ל האט עס גענומען אויף זיינע פלייצעס.

למעשה קענען זיי נישט צושטעלן קיין דירות פאר 150 אלפים, נאר פאר ארום 350-380 אלפים, מיט א טעקס ביל ענליך צו מאנסי. פארוואס אין די וועלט זאל א מענטש דיסיידן אהינצוגיין, ווען ער קען קויפן א דירה (טאקע א "דירה" נישט קיין פריוואטע הויז) בערך די זעלבע סייז אין ק"י פאר בערך די זעלבע פרייז אן דארפן דורכגיין די חבלי לידה פון וואוינען אין א נייע שטעטל.


ס'איז א פראבלעם, מ'קען דאס נישט אויסשפייען און ס'איז זייער שווער אראפצושלונגן ווען דער עתיד איז אומקלאר.