בלאט 1 פון 1

בחירות בארצינו הקדושה למי לבחור

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2019 11:57 am
דורך חוקר ודורש
מורי ורבותי עס קומט בחירות און א״י פרעגט זיך די שאלה ווען מיר וואלטען געוואונט דארט (הלוואי) פאר וועם וואלטען מיר געשטימט פאר, איז מיר ציען דאך רעכטס סיי מחמת עניני דת סיי מחמת אידיעלאגיע, איז לאמיר פארגעסן פון מרץ, עבודה, און אפי׳ פון כחול ולבן פון המן און אחשוורוש (לפיד איז דאך אוודאי המן און גאנץ איז די שטילע אחשוורוש וואס געט די שליסעליך כידוע די גמרא און מגילה) מען דארף נאר געבן א קוק אויף זייער Platform וועט מען זעהן ווי זיי שטייען מיט דת, און מיט אנדערע זאכן זענען זיי א געמישאכץ פון אלעס פון מרץ ביז ליכוד, איז בלייבט איבער ליכוד וואס איז די מושל בימין און בפרט יעצט איז א שעת חירום צו שטימען פאר זיי צו ראטעווען די גאנצע רעכטע לאגער אבער עס איז דאך נישט די פרומסטע פארטיי, נאכדעם איז דא אונזער היימשע אגודה די ציבור שטימט נישט ווער זאל זיי מציג זיין נאר די רבי׳ס וואס דאס איז א גרויסע חסרון ווי מען זיהו אז זיי טוהן נישט אויף אזוי סאך ווייל זיי זענען פארזיכערט מיט זייער פלאץ, אויך ליגען זיי מער און העלפען זייער קהילות ווי צו קוקן ווי צו העלפען די מדינה, און דא קומען מיר צו הימין החדש וואס די גרויסע פראפעסער מרדכי קדר האט געזאגט אז ״זהו״ דאס איז דאס בעסטע מנהיגות דער שותפות פון בנט און די פרוי שקד, איז אפי׳ בנט גייט א קאפל ווייס איך נישט ווי סאך בעסער ער איז בעניני דת ווי פון ליכוד, און נאכדעם איז דא די מזרחי פארטייען וואס זיי האבן די ריכטיגע ״אהבה״ צו די מדינה און זיי זענען די ריקן ביין פון ארץ ישראל השלימה זיי וואונען און די שטחים במסירת נפש און זיי גייען און מליטער מיט א לשם יחוד, איז אויב איינער האלט זיך פאר א מזרחי קען ער שטימען פאר זיי, און יעצט האבן זיך די כהניסטים זיך אויך מצטרף געווען צו זיי וואס זיי אפעלירען צו אונז, נאכדעם בלייבט איבער ליברמן און נאך צווי דריי קליינע פארטייען וואס וואקעלען צו דורך גיין די אחוז החסימה