בלאט 1 פון 1

טרינקען און דרייוון:

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2019 12:24 pm
דורך קאך_לעפל
[justify]דער הייליגער יום טוב פורים שטייט שוין אט אט אונטער טיר, די פיבערהאפטיגע פארברייטונגען זענען שוין אין פולן שוואונג, די איינגענעמענע גערוך פון די טראדיציאנאלע האלעפצעס און געפילטע העלזל פארפולן יעדע אידישע שטוב, ס'איז פרייליך אויף דער וועלט, דער לוסטיגער פורים איז שוין באלד דא.

איינס פון די סאמע וויכטיגסטע פליכטן וואס איד דארף פארפילן אינעם פורים, איז דעם תלמוד'ישער פליכט וואס לויטעט אז מ'דארף זיך גוט אנטרונקען מיט וויין, אזש מ'זאל נישט וויסן אויף וועלכע וועלט מ'געפינט זיך. דער גרויסער אדלער אין הלכות מגילה (פ''ב הל' ט''ז) לייגט אראפ גענוי ווי אזוי דער סעודת פורים זאל געפראוועט ווערן, אט דאס זענען זיינע הייליגע ווערטער: "ווי אזוי איז דער פליכט פון די דאזיגע סעודה? מען זאל עסן פלייש, און אפרעכטן א שיינע סעודה לויט זיינע מעגליכקייטן, און ער זאל טרונקען וויין ביז ער ווערט שיכור, און איינשלאפן אין זיין שכרות".

חסיד'ישע אידן נעמען דעם דאזיגן הייליגן פליכט גאר ערנסט. אלעס פיין און וואויל. זאגאר וואס מ'דארף אינאכט נעמען איז ווי פאלגענד:

דער געזעץ זאגט קלאר און דייטליך, אז עמיצער וואס איז אונטער די איינפלוס פון אלקאהאל, טאר אויף קיין שום פאל נישט טרייבן קיין אַוטאָמאָביל, אפגעזען אונטער סיי וואספארא אומשטענדן. די פאליציי דא אין ניו יארק אינפארסירן דעם דאזיגן געזעץ מיט אן אייזערנעם פויסט. אין רעזולטאט פארפלאנטערן זיך אידן יעדן פורים מיטן געזעץ, און ליידן זיך צוזאם דורכאויס דעם יאר פון ציפקע צרות פון די לעגאלע אויטאריטעטן.

ארעסט:
ווען איר ווערט אפגעשטעלט דורך די פאליציי, דארפט איר וויסן אז איינס פון די ערשטע זאכן וואס זיי טוען איז זיי שמעקן דיין אטעם פון אלקאהאל אדער אנדערע אומלעגאלע ביאלאגישע סובסטאנצן. און אויב האט איר געטרינקען זאלט איר באלד וויסן אז איר זענט אויף געהאקטע צרות... דער אפיציר וועט אייך באלד פרעגן צו איר האט געטרינקען, אדער וויפיהל איר האט געטרינקען, אפגעזען צו איר ענטפערט דעם אמת אדער נישט, וועט ער אייך פרעגן צו איר זענט גרייט דורך צו גיין א ברעטהערלייזער טעסט. אויב זענט איר איינשטימיג, און דער מאשין צייגט אז אייער בלוט אלקאהאל שטאנד איז נול פונקט אכט, ווערט איר זאפארט ארעסטירט אויפן ארט. אויב איר אנטזאגט זיך צו נעמען דעם טעסט - וואס איז אייגנטליך אייער לעגאלע רעכט - דאן איז אייער שיקזאל גענצליך אין די הענט פונעם אפיציר. ער האט די רעכט צו אנטשיידן אז איר זענט ווירקליך אונטער די איינפלוס פון אלקאהאל און אייך צו נעמען אין ארעסט. און אנדערע ווערטער סיי אז איר נעמט דעם טעסט, און סיי אז איר אנטזאגט זיך צו נעמען דעם טעסט, זענט איר מער ווייניגער אויסגעשטעלט צו באלדיגע ארעסט.

אין אלגעמיין וועט דער פאליציי אפיציר פראבירן אייך צו באווירקן מיט גוטן און מיט בייזן, אז איר זאלט יא נעמען דעם ברעטהערלייזער טעסט, דאס איז שטארק גינסטיג פאר זיי אין געריכט. דערפאר איז וויכטיג זיך צו אנטזאגן צו נעמען דעם טעסט, דאס איז צוליב צוויי אורזאכן. ערשט ווייל איר האט לייכטע שאנסן אז דער פאליציי וועט אייך פילייכט לאזן גיין. און צוויי, אויב נעמט איר נישט דעם טעסט אויפן ארט, נאר שפעטער אינעם פאליציי סטאנציע נאכן ארעסט, האט איר העכערע שאנסן אז אייער בלוט אלקאהאל שטאנד וועט נידערן צו נידעריגע ציפערן, און דאס קען אייך שטארק בייהילפיג זיין שפעטער אין געריכט.

ס'איז קריטיש וויכטיג זיך צו האלטן רואיג און נישט אריינפאלן אין היסטעריע, רעדן וואס ווייניגער, אבער גלייכצייטיג פולשטענדיג קאאפערירן מיט די פאליציי. מ'דארף געדענקען אז די פאליציי איז דא צו בויען וואס מער א שטערקערע און שטאנדהאפטיגע קלאגע קעגן אייך, און וואס מער איר רעדט אדער די מינדעסטע אומקאאפעראציע פון אייער זייט, פאלט איר אריין צו זיי אין די הענט ווי א רייפע פרוכט. האלט דעם קאפ אויפן פלאץ, איר קענט אין יעדענס פאל נישט ענדערן אייער שווערע סיטואציע, און קיין שום עסקן אדער קנאקער האט נישט די מעגליכקייטן אייך צו העלפן אין די לאגע אין וועלכע איר געפונט זיך. אנערקען די סיטואציע און זייט באוואוסטזיניג אז פאר קומענדיגע 24 שטונדן גייט איר זיין גענצליך אפגעזונדערט און איזאלירט פון ציוויליזאציע.

תיכף איר קומט אן אינעם פאליציי סטאנציע, ווערן אלע אייערע פערזענליכע זאכן קאנפיסקירט, אריינגערעכנט אייער קעש געלט - העכער הונדערט דאללאר, און אייער סעלפאן און טייסטער. מען שטייט מיט די הענט געבינדן אויף ארונטער, און מ'ווערט פראסעסירט, מ'נעמט אייער בילד, און פינגער אפדרוקן און אייער פערזענליכע אינפארמאציע. דאן באקומט איר די רעכט צו מאכן בלויז איין טעלפאנישע רוף, און באלד דערויף ווערט איר אריינגעשליידערט אין א אייזערנעם שטייג אינאיינעם מיט די ארגסטע ניו יארקער פארברעכער. און דאן הייבט זיך אן די אויסטערלישער פיין פון ענדלאזע ווארטן.

די פאליציי ווארט אז דער קאנצעליי פונעם באצירק-אדוואקאט זאל אריינגעגעבן די אפיציעלע קלאגע אין געריכט. דאס איז א לאנגע פראצעדור, וויבאלד דער קאנצעליי פונעם באצירק-אדוואקאט האט א וועלט מיט צייט, זיי יאגן זיך אינגאנצן נישט צו שרייבן די קלאגע, ס'שטערט זיי אינגאנצן נישט אז דער אנגעבליכער קרימינאל געפונט זיך אונטער די שווערסטע צושטענדן וואס ס'איז בלויז פאראן. עס קען נעמען א גוטע צען שטונדן ביז דער אפיציעלע קלאגע דערגרייכט דעם טיש פונעם געריכט. ווען די קלאגעס פון די ארעסטירטע אינעם סטאנציע ווערן עמטליך רעגעסטירט אינעם געריכט, נעמט די פאליציי צוזאם אלע ארעסטירטע, און מ'קייטלט זיי צו איינעם צום צווייטן, און מ'שטופט זיי אריין אין א פאליציאיישע טענדער וואס לאזט זיך באלד ארויס מיט שרייענדע סירענעס צום געריכט זאל, וואס געפונט זיך אינעם אונטערשטן באצירק פון ברוקלין.

סענטראל בוקינג:
פון נידעריגער צו נידעריגער – אויב ס'איז פארהאן א ארט אויף די וועלט, וואו די ווירדן פון א מענטש נידערט צו די נידעריגסטע שטופעס, איז דאס בלויז אין סענטראל בוקינג. דורכאויס די טונקלקייט פון די נאכט רומפאזשירן די ניו יארקער פאליציי ארום איבער די ניו יארקער גאסן, און קלייבן צוזאם אלערליי פארברעכער וואס נוצן אויס די פינסטערניש פון די נאכט דוכצופירן זייערע אומלעגאלע טעטיגקייטן. די אלע ווערן דאן צוזאם געברענגט אונטער איין דאך אין סענטראל בוקינג, וואו זיי ווערן פראצעסירט און רעגעסטרירט. די אנגעבליכע פארברעכער ווערן געהאלטן אן די מינימאלע הומאנעריסטישע איינריכטונגען. די גרויע נאסע ווענט, און די פילע קייטן און שלעסער, די אייזערנע שטייגן, און שטיינערנע בענק, דערמאנען די טרויעריג-בארימטע טורמעס פונעם שווארצן מיטל אלטער. פאר א איד זיך צו געפונען דארט אינאיינעם מיט דאס נידעריגסטע פון מענטשהייט, איז ערגער וואו דער גיהנום.

אין סענטראל בוקינג נעמט מען ווידער אייער פינגער-אפדרוקן און אייער בילד, און דאן ווערט איר אריינגעשליידערט אין א אייזערנעם שטייג, צוזאם געשטופט מיט אלערליי סארטן פארברעכער, מייסטנס פונעם ערגסטן סארט, ביז אייער דאקע דערגרייכט דעם טיש פונעם ריכטער. ערשט דאן ווערט איר גערופן ביים נאמען, און ארויפגעפירט צום העכסטן שטאק וואו איר ווערט ווידער אריינגעשליידערט אין א שטייג, און דארט ווארט איר צו זען אן אדוואקאט. די אדוואקטן זענען אממיינסטענס פונעם שוואכערע קאליווער, זיי פארטרעטן אייך גענצליך אומזיסט, זיי ווערן באצאלט דורכן געריכט. זאגאר אין אייער פאל איז דאס נישט קיין גרויסע אונטערשיד, ווארום אפגעזען צו איר ווערט פארטרעטן דורך א גוטער אדוואקאט אדער א שוואכער, איז אייער שיקזאל מער ווייניגער די זעלבע.

דער אדוואקאט וועט אייך אין אלגעמיין ראטן אז איר זאל זיך דעקלערן שולדיג. ווייל אויב נישט, דאן קענט איר ווערן קרימינאל אנגעקלאגט, און עס קען אייך דראהען א טורמע טערמין, אבער ווען איר דעקלערט זיך שולדיג, און איר פראקאלאמירט זיך אלס אן אלקאהאליקער וואס קען זיך נישט העלפן, דאן שיקט אייך דער געריכט פאר הילף און איר ווערט נישט קרימינאל אנגעקלאגט. און אלגעמיין כאפן זיך מערסטייל מענטשן צי צו די דאזיגע אפציע. מ'מיינט נעבאך אז דאס איז אזוי פשוט....

אין געריכט:
אט ווערט איר אריינגעברענגט אין געריכט זאל א געבינדער אין אייזערנע קייטן, און איר ווארט אז דער געריכט פארזיצער זאל רופן אייער דאקע. אין אלגעמיין איז דאס שוין כמעט גאנצע 24 שטונדן נאכדעם וואס איר זענט ארעסטירט געווארן. איר שטייט א א הונגעריגער און א אויסגעשעפטער, אפגעריסן און אפגעשליסן פארן ריכטער מיטן שווארצן כאלאט. דער ריכטער פרעגט דאס ערשטע ווי אזוי איר דערקלערט זיך, שולדיג אדער נישט שולדיג. אייער אדוואקאט ענטפערט 'נישט שולדיג'. דאן בעט דער ריכטער אייער דרייווינג לייסענס, און ער סוספענדירט אייער לייסענס אויף צום ווייניגסטן א יאר! און דאן גיבט אייך דער געריכט איבער צו די הענט פון דעם טעסק אגענטור פאר ווייטערדיגע באהאנדלונג, און דער ריכטער באשטימט פאר אייך א פרישער געריכט דאטום. און ערשט דאן זענט איר פריי אהיים צו גיין.

די נאכווייען:
דער טעסק אגענטור וועט אייך אין אלגעמיין צווינגען זיך איינצושרייבן אין א ספעציעלע רעהאַביליזאצע צענטער, וואו איר מוזט ערשיינען עטליכע מאל א וואך פאר סעסיעס און לעקציעס איבער אלקאהאל און אנדערע אומלעגאלע ביאלאגישע סובסטאנצן צוגעבינדנקייט, און איר זענט גלייכצייטיג געצווינגען דורכצוגיין א ספעציעלע טעסט וואס צייגט אויב איר זענט געקומען אין בארירונג מיט אלקאהאל אדער אנדערע סובסטאנצן. און אויב דער טעסט צייגט פאזעטיוו, ווערט דאס באריכטעט פארן געריכט, און איר ליידט דערנאך אומאיינגענעמענע קאנסעקווענצן...

דער געריכט קען אייך צווינגען צו טראגן אויף אייער פוס א ספעציעלע מאשינקע, וואס אויב איר קומט אין בארירונג מיט אלקאהאל אדער אנדערע סובסטאנצן, קלונגט דער מאשין אוטומאטיש צום געריכט... און אפילו שפעטער ווען איר זענט שוין יא ערלויבט צו דרייון, קען די געריכט אייך צווינגען צו אינסטולירן אין אייער קאר א מאשינקע אין וועלכע איר מוזט אריין אטעמען איידער איר צינדט אן אייער קאר. און אויב האט איר פארזוכט משקה, צינדט זיך די קאר נישט אן...

דורך צו גיין א די-יו-איי. אדער א די-דאבעליו-איי, קאסט אפ א פארמעגן פון צייט און געלט, און אומהויערע פלאג און עגמת נפש, וועלכע איר האט געקענט פארמיידן. דעריבער איידער איר זענט מקיים דעם מצות היום, לייגט אוועק אייער קאר שליסלעך. ס'לוינט נישט די אומזיסטיגע עגמ''נ.[/justify]