דער סקולענער רבי וויל נישט אריין אין גן עדן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

דער סקולענער רבי וויל נישט אריין אין גן עדן

הודעהדורך העניך » מאנטאג אפריל 01, 2019 7:02 pm

דער סקולענער רבי וויל נישט אריין אין גן עדן

פון: העניך

ווען דער סקולענער רבי זצוק"ל האט צוגעמאכט זיינע הייליגע אויגן, און זיין אויסגעלייטערטע נשמה האט זיך ארויסגעגליטשט פון זיין גוף, האט ער פלוצים געשפירט ווי א וואלקן פון ליכטיגקייט נעמט ארום זיין גאנצן גוף. די וועלט וואו ער האט פארברענגט זיינע לאנגע יארן האט ער פלוצים געזען פיל קלארער און שארפער ווי סיי ווען. די מענטשן ארום זיין בעט האבן נאך נישט געכאפט אז ער איז שוין נפטר געווארן; זיי האבן נאך געשריגן פסוקי יחוד און געהאפט אויף א ישועה. אבער דער רבי האט זיי קלאר געקענט זען פון אויבן, ווי ער וואלט גערייזט אין א העליקאפטער. אפילו זיין גוף האט ער געזען ליגן אויפ'ן בעט, מיט פייפנדע מאשינען ארום.

דער רבי האט זיי געוואלט בארואיגן. 'זארגט נישט,' וואלט ער זיי געזאגט ווען ער קען ווען אראפשרייען. 'ס'איז מיר גוט, ס'איז מיר אנגענעם.' דער רבי האט געשפירט ווי אלע זיינע גופניות'דיגע יסורים זענען פארשוואונדן געווארן, ס'האט אים ארומגענומען א געפיל פון הונדערט-פראצענטיגער שלות הנפש. אוועק פון דעם עולם הגשמי, אריין צום עולם שכולו טוב. צום ריינעם אמת, צו אייביגער רוחניות.

אין סעקונדעס האבן די גאסן פון אנגעהויבן ווערן קלענער און קלענער פאר זיינע אויגן. דער רבי האט גאר שנעל געשוועבט אויף ארויף. ער האט נאך געוואלט כאפן א בליק אויף די בארא פארקער גאסן וואו ער האט געפירט זיין עבודת הקודש אזויפיל יארן, ס'האט אים שוין אנגעהויבן בענקען אויף צוריק. אבער ער האט געפילט ווי ער ווערט אוועקגעריסן, און ס'האט אים נישט באנג געטון. 'אויף דעם האב איך דאך געארבעט אלע יארן,' האט דער רבי געטראכט. ענדליך וועל איך שוין זיך געפונען בצילא דמהימנותא, נהנה זיין מזיו השכינה, צדיקים יושבים ועטרותיהם בראשיהם, אין שפיץ פון הייליגן טאטן רבי אליעזר זוסיא זכותו יגן עלינו.

אנקומענדיג אין הימל מינוטן נאך דער פטירה איז דער רבי אנגעקומען אין א ריזיגן ווארטזאל פון טויזנטער מענטשן. דא קומען אן אלע מענטשן גלייך נאכ'ן שטארבן, אידן ווי גוים צוגלייך, און ווערן סארטירט לויט דעם אפשטאם און רעליגיע. די רגע וואס דער רבי איז אנגעקומען איז געווארן א רעש אין הימל. מ'האט געהערט א הויך קול אויסרופן: "מאכטס פלאץ פאר'ן צדיק הדור!" אלע פארזאמלטע האבן זיך גערוקט אין א זייט, און געמאכט פלאץ פאר'ן רבי'ן. דער רבי'ס פנים האט געשיינט. אידן וואס האבן געקענט דעם רבי'ן בחיים חייתו האבן זיך גלייך צוגעשארט צו אים. אנדערע האבן געקוקט מיט נייגער און התפעלות.

מלאכי השרת זענען אנטקעגן געקומען דעם רבי'ן, און האבן אים אנגעהויבן פירן צו א גרויסן פרעכטיגן היכל. דארטן האט דער רבי געזען א בי"ד פון דריי צדיקים אנגעטון מיט טליתים. אינדערמיט איז געווען הג"ר שמואל וואזנער זצוק"ל, אויף דער רעכטער זייט איז געזעסן דער סאטמארער רבי זצוק"ל, און אויף דער לינקער זייט איז געזעסן הג"ר עובדיה יוסף זצוק"ל.

הרב וואזנער האט אנגעהויבן רעדן. ער איז איבערגעגאנגען די מעשים פון דעם הייליגן רבי'ן, איין צדקות און נאך א חסד. איין דבר שבקדושה און נאך אן עבודת הקודש. א לאנג לעבן א קייט פון מצוות ומעשים טובים. "דו קענסט תיכף אריין אין גן עדן!" איז געווען דער פסק. "נאך מער פון דעם, הייליגער רבי. אין דיינע לעצטע יארן האסטו געפירט א הייליגע מלחמה קעגן טעכנאלאגיע מיט א תמימות און אן אש קודש. דו וועסט צובאקומען אויף דעם נאך פיל שכר."

"ברוכים הבאים, הייליגער סקולענער רבי, צום גן-עדן," האבן די דריי צדיקים צוזאמען אויסגערופן, און האבן זיך אויפגעשטעלט אים צו באגלייטן צו גיין אויפ'ן וועג צום גן-עדן. דער סקולענער רבי האט זיי אנגעהויבן נאכגיין, און אינמיטן צווישן די אלע פראכטפולע קארידארן און פאלאצן, האבן זיי זיך פארבלאנזשעט. "וואס גייט דא פאר?" האט דער רבי געפרעגט פון הרב וואזנער. "וואו גייט מען ווייטער?" הרב וואזנער איז אביסל פאררויטלט געווארן, און געגעבן א פארלוירענעם בליק צום סאטמארער רבי'ן. דער סאטמארער רבי האט צוריקגעבליקט דערשראקן. הרב עובדיה יוסף האט זיי ביידע אנגעקוקט און געגעבן א זאג, "למה אתם מתביישים?! שכחתם שאנחנו נמצאים בעולם האמת?!"

"יא, ס'איז דער עולם האמת," האט הרב וואזנער געזאגט. "יא, ס'איז," האט דער סאטמארער רבי געזאגט. "נו."

הרב וואזנער האט ארויסגעשלעפט זיין אייפאון XS מעקס, אריינגעלייגט "חצרות סקולען" אין גוגל מאפעס, און געזאגט, "אה, דא גייט מען!"

"וואס איז דאס?" האט דער פרישער גאסט געפרעגט הרב וואזנער. "נע, גארנישט. אזא מאשינקע וואס איז דא אין עולם הבא, וואס ווייזט וואו מ'דארף גיין. ס'איז דאך זייער גרויס דא, און מ'קען פארלוירן ווערן."

"ס'ווייזט ווען מ'דארף זיך איינדרייען, גענוי ביז וואו מ'דארף אנקומען," האט דער סאטמארער רבי מסביר געווען.

"זה כלי שיודע הכל!" האט הג"ר עובדיה יוסף צוגעלייגט.

"א כלי?!" האט דער סקולענער רבי געפרעגט. "דאס איז דער כלי אויף וואס כ'האב געוויינט אלע יארן?!"

נאך פאר די צדיקים האבן געהאט א געלעגנהייט צו ענטפערן זענען זיי אנגעקומען אין גן-עדן. די ריזיגע טויערן האבן זיך געעפנט, און אלע צדיקים האבן זיך געשטעלט אין די רייע אפצוגעבן שלום פאר'ן רבי'ן. אין יעדנ'ס האנט האט דער רבי געזען די זעלבע כלי.

"דאס זענען די כלים טמאים!" האט דער רבי אויסגעשריגן דערשראקן פון פארבליפט. הרב וואזנער און דער סאטמארער רבי האבן זיך איבערגעווינקען, ווי צו זאגן 'כ'האב דיר געזאגט!'

"לאמיך דיר מסביר זיין," האט הרב וואזנער מסביר געווען פאר'ן סקולענער רבי'ן. דו האסט געפירט א גרויסע מלחמה קעגן די כלים, ווייל דו האסט בתמימות געמיינט אז דאס ברענגט אונטער אידישקייט. דא אין הימל שעצט מען זייער דיין עבודת הקודש - און קוק נאר, דו ביסט דא אין דעם העכסטן היכל פון גן-עדן. אבער דא איז דער עולם האמת," האט הרב וואזנער ממשיך געווען, "דא ווייסן מיר אז דער כלי איז א חסד ה' וואס ער האט געשיקט צו דער מענטשהייט צו טון גוטס און צו וואקסן אויף כל מיני אופנים."

"מיר אלע האבן עס דא," האט דער סאטמארער רבי צוגעלייגט. "דער אויבערשטער אליין גיט דאס פאר אלע צדיקים אין דעם דריטן טאג לחיי עולם הבא."

"אבער מ'קען דאך צוקומען מיט דעם צו כל מיני תועבה!" האט דער סקולענער רבי אנגעהויבן וויינען. "ווי קען זיין אז אינעם עולם האמת זאל מען אזוינס צולאזן?!"

"זארג נישט רבי," האט דער רבי פלוצים געהערט א שטימע. דאס איז געווען הרב שאול יצחק ראבינאוויטש וועמען מ'האט שנעל געלאזט רופן פון זיין מקום אויפ'ן עולם האמת. "ס'איז כשר וישר, רבי. דער כלי האט א פילטער וואס לאזט נישט אריין קיין שום תועבות. קיין שום שמוץ, אייוועלט, בלאט און איד קען מען נישט זען דא. דא קען מען נאר זען זאכן וואס זענען אמת!"

"אט כאפט א בליק אויף מיין אשכול אין קאווע שטיבל," האט הרב ראבינאוויטש צוגעלייגט מיט א שמייכל.

דער סקולענער רבי האט פארבראכן די הענט מיט געוויין. "ס'קען נישט זיין! ס'קען נישט זיין!" האט ער געשריגן. "אבער גאטליב האט דאך געזאגט אז ס'איז א חורבן! אבער מ'האט מיר געזאגט אז א כלי איז א זיכערע טויט! ווי קען זיין אזא זאך אויפ'ן עולם האמת?!"

"וויי געוואלד! דאס איז אן עולם השקר! ס'קען נישט זיין!"

און דער סקולענער רבי איז געבליבן שטיין אינדרויסן פון דעם טויער פון גן-עדן, און געזאגט, "אין אזא מקום גיי איך נישט אריין."
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 413
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2149 מאל

הודעהדורך יין שרף » מאנטאג אפריל 01, 2019 7:53 pm

ער האט נאך געוואלט כאפן א בליק אויף די בארא פארקער גאסן וואו ער האט געפירט זיין עבודת הקודש אזויפיל יארן, ס'האט אים שוין אנגעהויבן בענקען אויף צוריק. אבער ער האט געפילט ווי ער ווערט אוועקגעריסן, און ס'האט אים נישט באנג געטון. 'אויף דעם האב איך דאך געארבעט אלע יארן,' האט דער רבי געטראכט. ענדליך וועל איך שוין זיך געפונען בצילא דמהימנותא, נהנה זיין מזיו השכינה, צדיקים יושבים ועטרותיהם בראשיהם, אין שפיץ פון הייליגן טאטן רבי אליעזר זוסיא זכותו יגן עלינו.

דו האסט נישט אנגעהויבן קענען דעם איד, אויב דו מיינסט אז זיין עבודה איז געווען כדי צו קענען נהנה זיין מזיו השכינה, אדער סיי וואס פאר א שכר בעוה"ב.

לגבי דיין פאונט, אמת אז די רבי זצוק"ל איז געווען תמימות'דיג, משונה'דיג תמימות' דיג! אבער נאר אינזין געהאט כבוד שמים. נישט קיין ברעקל כבוד עצמו אדער זיין קהילה. אין די צייט וואס אלע רבי'ס שוויצן פאר זייער כבוד, בענקל, רעספעקט און מוסדות, האט ער געשוויצט פאר די רבוש"ע'ס קינדער (עכ"פ לדעתו אז זיין טאטעס מוסדות עקזעסטירן נאך..) פאר סור מרע פון כלל ישראל און עשה טוב.

ער האט באמת געגלייבט וואס מען דערציילט אים, און ער האט באמת געגלייבט אז ער טוט אויף.. אז גאט ב"ה וואלט אים דערציילט אנדערש, וואלט ער מקבל געווען...
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2008
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4152 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2527 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מאנטאג אפריל 01, 2019 10:04 pm

העניכ'ל, ווי לאנג ליגט שוין דער אשכול ביי דיר אין דרעפט?
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2077
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1289 מאל

הודעהדורך העניך » מאנטאג אפריל 01, 2019 10:11 pm

יין שרף האט געשריבן:
ער האט באמת געגלייבט וואס מען דערציילט אים, און ער האט באמת געגלייבט אז ער טוט אויף.. אז גאט ב"ה וואלט אים דערציילט אנדערש, וואלט ער מקבל געווען...

אבסאלוטלי. דאס איז בלויז דעם רבי'נס ערשטע שעות אין גן-עדן. כ'גלייב אז ביים דריטן טאג ווען דער אויבערשטער אליין וועט אים געבן זיין אייפאון XS מעקס, וועט דער סקולענער רבי גאר פארפאסן א נייעם טאנץ-ניגון אויף דעם אייפאון.

אגב, הרב וואזנער האט אויך נישט גלייך געוואלט אריין אין גן-עדן. ס'נעמט אביסל ביז מ'קומט איבער פונעם שאק.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 413
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2149 מאל

הודעהדורך העניך » מאנטאג אפריל 01, 2019 10:13 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:העניכ'ל, ווי לאנג ליגט שוין דער אשכול ביי דיר אין דרעפט?

אנגעפאנגען נעכטן צו שרייבן די ערשטע צוויי פאראגראפן כדי נישט צו פארגעסן דעם געדאנק. היינט געענדיגט ס'איבעריגע.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 413
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2149 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » מאנטאג אפריל 01, 2019 11:04 pm

און וואס מיינט איהר טוט זיך אפהעט מיט די קנאישע רבנים ווען מזאגט הלל אין גן עדן ביום ירושלים?
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 817
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 566 מאל

Re: דער סקולענער רבי וויל נישט אריין אין גן עדן

הודעהדורך יהודי פשוט » דינסטאג אפריל 02, 2019 12:37 am

תורה ומדע האט געשריבן:און וואס מיינט איהר טוט זיך אפהעט מיט די קנאישע רבנים ווען מזאגט הלל אין גן עדן ביום ירושלים?
די זעלבע וואס טוט זיך אפהעט מיט די ציונ'יסטישע רבנים ווען מ'זאגט תחנון אין גן עדן ה' אייר
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 604
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 369 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » דינסטאג אפריל 02, 2019 3:42 am

מבהיל הרעיון, דער עולם אפלאדירט.

העניך, ביסט נישט קיין אויפגעקלערטער,<פארמעקט> אנטשולדיגט אויף די פערזענליכע אטאקע אבער אזא זינלאזער ארטיקל צו שרייבן אין די פיר און צוואנציג שעה פון ווען כלל ישראל האט פארלוירן דעם קשר צום פריערדיגן דור ווייזט אליין וואס פונקטליך מען האט דיר אריינגעלייגט אין שכל שיסל.

דו אליין האלטסט אויך נישט וואס דו האסט געשריבן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך סדרן אום מיטוואך אפריל 17, 2019 9:48 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: אטאקע
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 227
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » דינסטאג אפריל 02, 2019 4:20 am

We should be considerate to the living; to the dead we owe only the truth. - Voltaire

פארשוועכט דעם קשר צווישן דעם און דעם דור האחרון האבן דיע וואס האבן אים ארומגעשלעפט און פארדרייט א קאפ מיט שטותים די לעצטע יארן. כ'באנעם נישט פארוואס מענטשן ווערן אזוי באליידיגט ווען מען מאכט אפאר וויצן אויף זייערע פארשטארבענע רבי. דאסי ריכטיגע אמונה טפילה.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2779 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג אפריל 02, 2019 4:42 am

מאך זיכער האט געשריבן:מבהיל הרעיון, א אפגעריסענער גרוש שרייבט אן ארטיקל אין טוילעט צווישן איין נפיחה און דעם צווייטן, און דער עולם אפלאדירט.

העניך, ביסט נישט קיין אויפגעקלערטער, ביסט א נאר, אנטשולדיגט אויף די פערזענליכע אטאקע אבער אזא זינלאזער ארטיקל צו שרייבן אין די פיר און צוואנציג שעה פון ווען כלל ישראל האט פארלוירן דעם קשר צום פריערדיגן דור ווייזט אליין וואס פונקטליך מען האט דיר אריינגעלייגט אין שכל שיסל.

דו אליין האלטסט אויך נישט וואס דו האסט געשריבן.


גראדע איז העניך זייער נאנט צו מיר און ער האט מיר געשריבן אין אישי אז ער איז שוין קאַנסטאפּטעט א שיינע פּאר טעג און ער גייט נישט ארויס אלזא קען נישט זיין אז ער האט עס געשריבן אין טוילעט צווישן איין נפיחה און דעם צווייטן...

איך האב אים בארוהיגט און אים געזאגט אז סאיז נישט אזוי געפערליך צו ליידן אויף עצירות ווייל יעדע שטודיע דערווייל האט קלאר אויפגעוויזן אז רוב מענטשען אויף די וועלט וואס ליידן פון עצירות געבן נישט קיין ש*ט במלוא מובן המילה...
.I believe Washington should work for you—not billionaires or Wall Street
I'm Elizabeth Warren, and I approve this message

!!!WARREN 2020
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5996
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4781 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3512 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג אפריל 02, 2019 5:01 am

מאך זיכער האט געשריבן:מבהיל הרעיון, א אפגעריסענער גרוש שרייבט אן ארטיקל אין טוילעט צווישן איין נפיחה און דעם צווייטן, און דער עולם אפלאדירט.

העניך, ביסט נישט קיין אויפגעקלערטער, ביסט א נאר, אנטשולדיגט אויף די פערזענליכע אטאקע אבער אזא זינלאזער ארטיקל צו שרייבן אין די פיר און צוואנציג שעה פון ווען כלל ישראל האט פארלוירן דעם קשר צום פריערדיגן דור ווייזט אליין וואס פונקטליך מען האט דיר אריינגעלייגט אין שכל שיסל.

דו אליין האלטסט אויך נישט וואס דו האסט געשריבן.


אינטערסאנט, יעדע מאל א היימישע איד וויל אוועקמאכן איינער וואס איז אויפגעקלערט שרייט מען די זעלבע זאכן׃


א. אפגעריסענער גרוש

ב. פארביטערטע נשמה

ג. וואוינט אין א בעיסמענט

ד. זעלבסט האסער

ה. נעבעך געווארן מאלעסטעט אלץ קינד

ו. ער איז בכלל נישט אזוי קלוג/ האט נישט קיין טראפּ שכל

ז. זיי נוצן דאס נאר אלס א תירוץ נאכצוגיין די תאוות

ח. זוכט פשוט אטענשאן

ט. געכאפט צופיל מכות פון די רבי אין חדר

י. צומישטע נשמה

סאיז שוין העכסט צייט אפירקומען מיט נייע סלאגאנס...
.I believe Washington should work for you—not billionaires or Wall Street
I'm Elizabeth Warren, and I approve this message

!!!WARREN 2020
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5996
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4781 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3512 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג אפריל 02, 2019 5:13 am

בכלל כאפ איך נאכנישט די גאנצע טשעפע פון זיין א גרוש... כמעט יעדע געלונגענע קלוגע מענטש וואס האט נאר געלעבט אויף די וועלט האט זיך גע׳געט אדער געוואוינט אליינס.

איך בין אפגעריסנע גרוש און איך וואלט נאכמאל נישט חתונה געהאט אפילו פאר כל הון דעלמא...

די גרויסע רבי פון פילאסאפיע ארטור שאפענהויער האט געזאגט:

“To live alone is the fate of all great souls”
און אוי ווי גערעכט ער איז...

(דאס מיינט נישט אז מקען נישט האבן קיין ״פריינדשאפט״ אדער נאנטע ראמאנטישע באציאונגען מיט אנדערע מענטשען אבער ״חתונה האבן״ און וואוינען מיט א צווייטען זאל דיין שונא...)
.I believe Washington should work for you—not billionaires or Wall Street
I'm Elizabeth Warren, and I approve this message

!!!WARREN 2020
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5996
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4781 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3512 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » דינסטאג אפריל 02, 2019 5:45 am

מיט דיין לעצטע תגובה האט מען שוין ארויס די גאנצע געשרייבעכץ...

די וואונד איז נאך צו פריש אויף זיך צו ווערטלען, איך פארשטיי אינגאנצן נישט דער וואס טענה׳ט אז נישט לאזן מאכן קיין ווערטלעך אויף א נפטר איז אמונות טפילות.

מילא נעקסטע וואך, יעצט איז נאך די בלוטיגע שניט נישט פארהארטעוועט, שטעל זיך פאר אז דיין באליבטער ליגט טויט און מען ווערטלט זיך.

ספעציעל אזא נידריגע אוממאראלישער ארטיקל, מען קען זען אין די שורות אז דער שרייבער האט געהאלטן זיין פינגערל אויפן שיק קנעפל און די רגע וואס ער האט געהערט די נייעס אז ס׳דערנאך האט ער מיט אן הילכיגער ווידערקול משלשל געווען דאס גאנצע פון פאראויסגעגרייטע דייעריע.

זאלסט מיר שטארק אנטשולדיגן אבער דער שרייבער האט ארויסגעגעבן קינדישע ווערק און ניטאמאל קאמיש, אין אנדערע ווערטער דאס אומריכטיגע אין די נישט ריכטיגע צייט.

און אז מען רעדט שוין יא, האב איך געקענט דעם סקולענער רבי׳ן גאר גוט, ער איז געווען ממש ווי א טאטע צו מיר, כ׳זאג דיר אז ער איז נישט געווען אזוי פארמאכט ווי אלע האבן געמיינט, ער האט געהאלטן אז זאל זיין וואס זאל זיין איז די טעכנאלאגיע א מכה, נאך איין פרט אז ער האט זיך ווינציג געקימערט מיט וואס די קאווע שטיבלער שרייבן אויף אים, דעריבער האט ער נישט געהאט קיין פראבלעם צו לופטערן זיין דעה ברבים.
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 227
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » דינסטאג אפריל 02, 2019 6:29 am

מאך זיכער האט געשריבן:
און אז מען רעדט שוין יא, האב איך געקענט דעם סקולענער רבי׳ן גאר גוט, ער איז געווען ממש ווי א טאטע צו מיר,

אט אזוי, דאס מיין איך. אנערקען אז דאס איז א פערסאנעל זאך. אז דו ביסט צעבראכן, פיין אבער נישט איעדער דארף מיטקלאגן מיט דיך. דער וואונד איז דיינער!

איך האב נישט קיין פראבלעם אז ס'באדערט דיך איך האב אויך נישט קיין פראבלעם אז דו זאגסט אלעמען. איך האב א פראבלעם אז דו לאזט נישט א צווייטן זאגן אז אים באדערט עס נישט.

אודאי וועט מיך ווייטוהן אז דו איזדעקעוועסט זיך בשעת ווען מיינס א נאנטער'ס בלוט איז נאך ווארעם אבער איינס אפשר ווילסטו דאס (דעמאלס הענג עס נישט אן אין צדיק - זאג אז מען טשעפעט מיט דיך) און צוויי דיין ליצנות מאכן דארף נישט מאכן מיין נאנטער א פינטעלע קלענער אין מיינע אויגן.. ער איז חשוב און גרויס ביי מיר אהן דיין הסכמה.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2779 מאל

הודעהדורך זאפטיג » דינסטאג אפריל 02, 2019 8:13 am

סע האט אמאל איינער געזאגט אז יעצט בעפאר דער קבורה קען מען נאך רעדן ווארום ער איז נאכנישט קיין שוכן עפר.....

עניוועי עס גייט זיין אסאך סופרייזעס אויף יענער וועלט... וועיט ענד סי

סאקמערע תמימים וועלן פלוצלונג זעהן ווי הגראי''ל שיינט אין דער העכסטע עולמות
קלויזנבורגר עלן זעהן רבינו יואל זאגן תורה בישיבה של מעלה
און נאך אסאך
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אפריל 02, 2019 8:17 am

טאמער מ'דארף מסביר זיין די ציל פון די אשכול, מוז מען.

מיר גלויבן אלע אז די מערכה וועגן טכנולוגיה איז נישט אין פלאץ. עס האט אסאך שקרים און גרייזן, און זייער גאנג איז נישט אויסגעהאלטן. זאגט העניך אז קודם כל דאס טוט נישט אוועקנעמען פון די חשיבות פון דעם סקולענער רבי ז"ל. ער האט געמיינט די זאך ערנסט און ממילא זיין גן עדן ווערט נישט נפגע. נאר אמת בלייבט אמת, און די טכנולוגיה איז נישט קיין 'טמא'נעם כלי', אחוץ טאמער עס האט אנגערירט א שרף צו געווען אין אן אהל המת. איהם וועט אפשר שווער זיין איינצושלינגען דעם אמת פון דעם עולם האמת, און דאס איז מסתמא ריכטיג פאר אונז אלע. צו אנערקענען מיט אן אמת אז אלעס צו וואס מיר האבן געשטרעבט א גאנץ לעבן, ווי כבוד, מאכט, סתם תאוות און געלט, זענען טאקע ריין בלאטע, וועט נישט זיין לייכט און געשמאק. דאס נעמט ארום יעדער מענטש, כמעט. דער זוכט א געשמאקער דאנט באדער מי לעבן, און דער זוכט אסאך געלט. הצד השווה שבהן איז אז אפילו זיי זינדיגן נישט און עס קומט זיך זיי ג"ע, וועט ג"ע זיין א ריזיגע culture shock. זיך פארגרייטן צו יענעם עולם דארף אריין נעמען די מציאות.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8638
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8092 מאל

הודעהדורך זאפטיג » דינסטאג אפריל 02, 2019 8:20 am

ליטוואק
איך גלויב נשיט אז מען וועט אינז פשוטע אידן אפיר נעמען דארט אין גן עדן
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אפריל 02, 2019 8:43 am

פארוואס מיינסטו אזוי? ג"ע איז נאר פאר מיוחסים? וואס עפעס? אין הימל איז נישט דא קיין זכות אבות, נאר דא אין די וועלט. דארט פרעגט מען דיר נישט ווער דיין טאטע מאמע זענען, און נישט וואס איז דיין פאסטן געווען. דיין געראנגל מיט דיין יצה"ר זענען די אייניגסטע וויכטיגע זאכען. עס איז ממש א פארקערטע וועלט צו דא, און מיר אלע זענען זייער געבונדען צו די וועלט, און דעריבער איז עס א culture shock
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8638
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8092 מאל

הודעהדורך העניך » דינסטאג אפריל 02, 2019 9:01 am

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:טאמער מ'דארף מסביר זיין די ציל פון די אשכול, מוז מען.

מיר גלויבן אלע אז די מערכה וועגן טכנולוגיה איז נישט אין פלאץ. עס האט אסאך שקרים און גרייזן, און זייער גאנג איז נישט אויסגעהאלטן. זאגט העניך אז קודם כל דאס טוט נישט אוועקנעמען פון די חשיבות פון דעם סקולענער רבי ז"ל. ער האט געמיינט די זאך ערנסט און ממילא זיין גן עדן ווערט נישט נפגע. נאר אמת בלייבט אמת, און די טכנולוגיה איז נישט קיין 'טמא'נעם כלי', אחוץ טאמער עס האט אנגערירט א שרף צו געווען אין אן אהל המת. איהם וועט אפשר שווער זיין איינצושלינגען דעם אמת פון דעם עולם האמת, און דאס איז מסתמא ריכטיג פאר אונז אלע. צו אנערקענען מיט אן אמת אז אלעס צו וואס מיר האבן געשטרעבט א גאנץ לעבן, ווי כבוד, מאכט, סתם תאוות און געלט, זענען טאקע ריין בלאטע, וועט נישט זיין לייכט און געשמאק. דאס נעמט ארום יעדער מענטש, כמעט. דער זוכט א געשמאקער דאנט באדער מי לעבן, און דער זוכט אסאך געלט. הצד השווה שבהן איז אז אפילו זיי זינדיגן נישט און עס קומט זיך זיי ג"ע, וועט ג"ע זיין א ריזיגע culture shock. זיך פארגרייטן צו יענעם עולם דארף אריין נעמען די מציאות.

דברים של טעם. דער סקולענער רבי איז געווען א הייליגער איד, און כ'בין כמה פעמים געווען ביי אים. מיין ארטיקל וואלט איך נישט געדרוקט אין "עונג שבת" ווייל די לייענער פון עונג שבת האלטן מסתמא אז דער סקולענער רבי איז געווען גערעכט מיט זיין מערכה אויף טעכנאלאגיע. אבער מיר אלע דא, וואס נוצן דעם אינטערנעט שלא לצורך פרנסה, האלטן אז דער סקולענער רבי האט נעבעך פארשווענדעט לאנגע יארן פון ענערגיע פאר א לעכערליכער מערכה. מיין ארטיקל קומט זאגן אז מיר, אינטערנעט באנוצער, דארפן נישט פארלירן דעם רעספעקט פאר אזא אדם גדול בלויז ווייל ער איז געווען תמימות'דיג און געמיינט אז דער אינטערנעט איז א חורבן פאר אידישקייט.

נ.ב. אלע וואס זענען קעגן דעם ארטיקל, און אויך די וואס זענען דערפאר: ביטע שרייבן נארמאל בדרך כבוד, און נישט אנשמוצן מיין אשכול מיט וואולגארער שפראך. א דאנק.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 413
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2149 מאל

הודעהדורך זאפטיג » דינסטאג אפריל 02, 2019 9:11 am

אפשר קענסטו מיר געבן צו פארשטיין פארוואס עס איז נישט דא קיין סכנה בכלל אין דער אינטערנעט און סאשעל מידיע?
ווען די רעדסט וועגן רבינוביץ מיט זיינע שומרים קארטלעך פארשטיי איך, אבער א מערכה צי מאכן אויפמערקזאמקייט איבער דער שעדליכקייט פון אינטערנעט און ווי אזוי זיך צו באנוצען אויף א כשר'ן אופן, וואטס דע אישו?
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

הודעהדורך העניך » דינסטאג אפריל 02, 2019 9:19 am

@זאפטיג, דער סקולענער רבי זצוק"ל איז געווען פון די וואס האבן גענצליך גע'אסר'ט דעם אינטערנעט שלא לצורך פרנסה. ווי איינער וואס שרייבט אויף דעם אינטערנעט שלא לצורך פרנסה, האלטסטו אפנים אז ער האט זיך טועה געווען. וואס גענוי ווילסטו אז איך זאל דיך מסביר זיין?
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 413
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2149 מאל

Re: דער סקולענער רבי וויל נישט אריין אין גן עדן

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אפריל 02, 2019 9:37 am

זאפטיג, דו לייקענסט די גוט׳ס אין די אינטרנט? נעכטן נאכט האט מיין חברותא נישט געקענט קומען, ער האט געמוזט נעמן זיין זון צו אן אפאוינטמענט און ווארטען אויף איהם. האב איך איהם געוויזען וויאזוי צו נוצען היברובוקס, און מיר האבען געלערנט אויפ׳ן טלפון. האסט עפעס קעגן לערנען?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8638
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8092 מאל

הודעהדורך זאפטיג » דינסטאג אפריל 02, 2019 10:36 am

עס פאסט נישט פאר דיר ליטוואק אזוי צי פארדרייען מיינע ווערטער!
האב איך געזאגט אז אינטערנעט איז נישט גוט??
איך ווייס אויך פונקט ווי דיר אז אינטערנעט אזי דער גרעסטע מתנה וואס דער בורא עולם האט אונז געשאנקען די לעצטע יארן,
נאר איך האב פארשטאנען פון העניך אז ער איז אקעגן דער גאנצע איידיע פון אווערנעס איבער דער סכנות וואס ליגט אין דער אינטערנעט און סאשעל מידיע
דעטס אל!!
פרעג מיך נישט ווי א יצמח ''האסט עפעס קעגן לערנען'' !
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אפריל 02, 2019 10:58 am

אנטשולדיגט, איך האב בדוקא געפרעגט ווי א יצמח כדי צו ווייזן די צד שכנגד. זיי רעדן פון א'׳טמא'נעם כלי' וכדו', כאילו די גאנצע זאך איז נאר די עבירות וואס מ'קען טון. האב איך פארדרייט די זאך אויף פארקערט. נישט נאר פאר פרנסה און טשארידדי קאמפעינס, נאר אין אסאך חלקים פון לעבן, איז דער אינטערנעט א געוואלדיגע ברכה. ליידער האט דער סקולענער רבי נישט געזען ווייטער ווי די עבירות, אבער ב"ה יעצט זעט ער שוין.

נ.ב. איך בין פארהייראט, און איך האב זיך קיינמאל נישט גע'גט.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8638
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8092 מאל

הודעהדורך דולה ומשקה » דינסטאג אפריל 02, 2019 11:07 am

שבת אחים האט געשריבן:בכלל כאפ איך נאכנישט די גאנצע טשעפע פון זיין א גרוש... כמעט יעדע געלונגענע קלוגע מענטש וואס האט נאר געלעבט אויף די וועלט האט זיך גע׳געט אדער געוואוינט אליינס.

איך בין אפגעריסנע גרוש און איך וואלט נאכמאל נישט חתונה געהאט אפילו פאר כל הון דעלמא...

די גרויסע רבי פון פילאסאפיע ארטור שאפענהויער האט געזאגט:

“To live alone is the fate of all great souls”
און אוי ווי גערעכט ער איז...

(דאס מיינט נישט אז מקען נישט האבן קיין ״פריינדשאפט״ אדער נאנטע ראמאנטישע באציאונגען מיט אנדערע מענטשען אבער ״חתונה האבן״ און וואוינען מיט א צווייטען זאל דיין שונא...)


איך זעה נישט אז רבי בן ציון אריה לייביש מבאבוב שליט"א זאל זיין אזוי קלוג, מזל אפשר האט ער, אבער שכל מאן יאמר?

אגב, רעדענדיג אינעם סקולענער אשכול, וויל איך דא דערציילן א מעשה וואס האט פאסירט עטליכע חדשים צוריק.

איין פרייטיג צו נאכטס, ביי באבוב רב (48) שליט"א בליל שבת קודש, ביים אדורכגיין זאגען גוט שבת, האט ער באמערקט א גרעסערע צאל מספר פון בחורים פון סאטמאר. האט ער אפגעשטעלט איין בחור אין געפרעגט פון ווי זיי קומען? און וואס איז ספעציעל דעם שבת?

דער בחור האט געענפערט אז זיי לערנען אין די סאטמאר ישיבה אין קרית יואל און וויבאלד דער רבי [מהר"א ט"ב] איז אוועק געפארען דעם שבת זענען זיי געקומען קיין בארא פארק צום סקולענער רבי.

מהרב"ץ האט רעאגירט זאגענדיג: "אז משה רבינו פאהרט אוועק דארף מען שוין מאכען אן עגל"...
די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"...
(קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע בולשיט"...
(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2639
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1768 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט