שרף טרעידמארק

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
הגיון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 23, 2016 11:10 am
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

שרף טרעידמארק

שליחה דורך הגיון »

קאך_לעפל האט געשריבן:[justify]אין די חסידישע וועלט איז פארהאן בלויז דריי הייליגע צדיקים וועלכע האבן זיך דערארבן דעם טיטול שרף. דער הייליגער רבי אורי פון סטרעליסק זי''ע, דער הייליגער רבי מענדל פון קאצק זי''ע, און דער הייליגער רבי חיים מאיר יחיאל פון מאגלניצא זי''ע. ווארשיינליך צוליב זייער אויסטערלישע הייליגע פייערדיגער קאך צום הייליגן באשעפער. און ס'זאל נישט קומען קייינער און דעקלערן אז רבי אלימלך טאהשער ז''ל, אפגעזען פון זיין צדקות און ערליכקייט גייט אריין אין די קאטאגאריע פון א שרף. דאס דעקלערן רבי אלימלך טאהשער ז''ל אלס א שרף, איז א שאנדע פאר די אויבענדערמאנטע הייליגע צדיקים, און ס'איז בלויז טאהשע פארפירישע הוילע פראפאגאנדע.

דאס זעלביגע איז מיטן סקולענער צדיק. קיינער צווייפלט נישט חלילה אין זיין אהבת ישראל, אדער אין זיין אויסטערלישע עבדות השם, וואס איז ווירקליך געווען א זעלטנהייט אינעם היינטיגן דור. אבער ביטול מלאכה? זעמער אונז טאקע אין גאנצן פון זינען אראפ? איז ער דען געווען א עובדיה יוסף? אדער א מנחת יצחק? וואס האט דען דער דור גענאסן פון אים? וואס האט ער באשטייערט פארן כלל ישראל אויסער חסד לאברהם? מ'מאכט פון אונז ליצי ליצנות... און אויב עמיצער זאגט א ווארט עפענט זיך דער גאנצער גיהינום אויף אונטער זיינע פוס. און יא און וועמען אטאקירט מען? איר האט גוט צוגעטראפן, דעם הייליגן בעל לב אהרן, אדער ווי די אנגעבליכע צדיקים-פארטיידיגער פון דא אינעם שטיבל רופן אים מיט שטאלץ דער בעל תחת אהרן... זענען מיר ווירקליך אין גאנצן פארוקט אויפן קאפ? מ'טאר שוין גאר נישט צווייפלן אין די שטירן אפפאל פון די סקולענע פראפאגאנדע מיניסטעריום? וואו איז אונזער רעכט צו טראכטען ראציאנאל?

א פרישע אויסברויך פונעם סאטמאר-האסער רבי ארי נוהם זאל זיין געזונט איז ערווארטעט מיט שעצונג...[/justify]


אזוי ווי האדמו"ר מ[tag]קאך_לעפל[/tag] האט אנגעשמירט די שכניותדיגע אשכול מיט טראליזעם, עפען איך דא א באזינדערע אשכול.

קאך לעפל מסאטמאר טענהט אז נאר 3 צדיקים האבן געקלעימט די טיטול שרף, און האבן ארויף-געלייגט א טרעידמארק דערויף, סטרעליסק, קאצק און מאגלניצא.

איך זאג אלץ אין אזא פאל, אדער קען יעדער נוצן שרף אדער קען קיינער נישט. אויב איז דאס די פראפאגאנדע וואס געבט די טיטול שרף, אפשר האט קאך לעפל נישט געליינט גענוג איבער סטרעליסק וואס איז אוועק צו כמעט 200 יאר צוריק. אפשר איז דאס דאן געווען אויך בלויזע פראפאגאנדע?

יעצט צום ענין פון טאאש. קודם כל, נאכן מאכן א שנעלע ריסערטש אויף גוגל, זע איך אז דו מישט אויס צווישן דער ערשטע טאההשער רבי און דער צווייטער. דער ערשטער טאהשעער רבי האט געהייסן ר' משולם פייש, ער איז אוועק פאר 145 יאר צוריק, די טיטול שרף איז געגאנגען צו אים. כמדומה, האב איך געזען השרף מטאש אין אלטע סיפורים אדער ספרים, אויב מאכט דאס א נפקה מיניה וועל איך דיך דאס אפיר זיכן. ער איז אוועק יונג, די מעשה גייט אז ער האט אפגעשטעלט א מגיפה מיט זיין טויט, ער איז געווען פון די אשווארע חברייה, זיך געדרייט ביי צאזנער רב.

דער צווייטער טאשער רבי איז געווען ר' אלימלך, אים האט מען נישט גערופען שרף. ער איז געווען די בעלבעטישע רבי פון וועמען מען רעדט.

עס זעט מיר אויס ווי קאך לעפל איז אנגעווייטאגט פארוואס בית סיגוט און סאטמאר האט נישט באקומען די טיטול. איז דען נישט געווען גענוג פראפאגאנדע מינסטערן אין סאטמר, אז מען זאל זען אנהייבן צו רופן השרף ייטב לב?

איך וועל דיך צוליב טון און אנהייבן צו רופן קרית יואלער רבי השרף מלב אהרן.

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר