זכרונות...

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 298 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1512 מאל

זכרונות...

שליחה דורך מיימון »

בילדעס איז א היבש קילער אוונט היינט, יעצט ווען די זון הייבט שוין אן צו פארגיין שפירט זיך די קעלט אלס מער. די ביימער אינעם שטאטישן פארק שאקלען זיך שטיל און די קאטשקעס אינעם טייכל ווערן צוביסלעך פארשוואונדן.

עס איז די נאכט פון בדיקת חמץ. די אידן יאגן זיך אין שול אריין, און אינדערהיים רוישט מיט לעצט-מינוטיגע הכנות צום יום טוב. א הייליגע ערנסטקייט באנעמט יעדעס קינד. אלע שפירן דעם קדושה'דיגן גייסט פון דעם לאנג-אויסגעווארטן פסח וואס שטייט שוין ביים שוועל. און איך זיץ דא אין פארק איינזאם אליין.

די נאכט פאלט שוין צו. מענטשן שפאצירן ארום שטיל מיט זייערע הינטלעך. קיינער ווארפט נישט קיין בליק אויף דעם חסידישן אינגערמאן וואס זיצט דא אזוי אליין אויפן באנק. מיינע מחשבות וואנדערן. אייגנטליך זיי וואנדערן שוין גארנישט ארום. ווי צו להכעיס עקשנ'ען זיי זיך דוקא יעצט דא צוריק אריינצוקריכן אין ערטער וואו איך האב זיי שוין לאנג פארבאטן. אויסגעשלאסן. אבער זיי געבן נישט אויף און נאגן דעם מח, ווי איר צו מאכן נאך מער קאלעמוטנע דוקא אין אזא אומבאקוועמע מינוט.

וואס טוט זיך אינדערהיים? טראכטן מיינע עלטערן וועגן מיר? מיין ווייב? מיינע קינדער? און אויב יא? ווייסט איינער פון זיי בכלל וואו איך געפין זיך? און אויב איך הייב זיך יעצט אויף און ווער פארשוואונדן אין איינעם פון די שטעט, אדער גאר איך שפרונג אריין אין ים, וועט עמיצער בכלל וויסן וואו איך בין אהינגעקומען? וועט איינער בכלל זיין אינטערעסירט מיך צו זוכן?

דערדרוקנדע מחשבות לויפן איינס נאכן צווייטן. די גרויסע קאטשקע וואס איז פריער דא ארומגעשווימען אזוי געמיטליך איז שוין אויך נישט דא. עס קומט פסח. א יום טוב מיט אסאך באגאזש. פסח איז דער קאמף פאר אמונה. דער סימבאל פון דעם אינערליכן קאנפליקט אין הארץ פון דעם געוועזענעם חסיד'ישן עובד, און איצט-- איצט וואס? צי גלייב איך? גלייב איך נישט? גייט עס איינעם אן בכלל?

עס איז שוין פינסטער. די גאסן ווירבלען נאך, מענטשן קומען און גייען, און אין אידישן קווארטל איז מען עוסק מיט מצוות. איך כאפ זיך אריין אין חב"ד הויז און לייג זיך שלאפן אויף א באנק. איך קען זיך נישט געפינען יעצט אין ערגעץ נישט. איך האב נישט קיין ארט אויף דער וועלט. איך בין נישט תופס קיין מקום בכלל.

[center]*[/center]

די בעלת-הבית איז מיר געקומען לאדענען צום סדר. באמת שיין פון איר. איך וואלט הנאה געהאט צו קומען. אבער זי קען נישט פארשטיין פארוואס איך בין אזוי איבערגענומען געווארן, בין איך באליידיגט געווארן? חלילה, רעביצין טייערע, איך בין נישט אויף דיר ברוגז בכלל. דו האסט גארנישט געמיינט. האסט נאר געוואלט גוטס.

דו האסט נישט געקענט וויסן ווען דו זאגסט מיר אזוי ליבליך "דו ביזסט דא א איידעם" וואספארא שטורעם אין הארצן דו האסט מיר געמאכט. נאך אזא לאנגע תקופה וואס קיינער דארף מיך נישט האבן. איך בין פארווארפן און צושאסן. דו האסט נישט קיין אנונג וואס דו האסט געטון מיט מיר.

איך בין נישט געקומען. נישט ווייל איך בין געווען באליידיגט. נישט ווייל איך האב געהאט ערגעץ אנדערש וואו צו גיין. איך בין אין ערגעץ נישט געווען. איך בין געליגן אין בעט. איך האב פשוט נישט געקענט. זיי מיר מוחל רעביצין. איך האב נישט געקענט.

--------------------------------------

געשריבן לכבודו פון א חשובן ידיד וואס גייט אדורך שווערע צייטן. דו האסט מיר דערמאנט זאכן וואס איך האב שוין געוואלט פארגעסן אבער איך וועל נישט. וואס וועט בלייבן אייביג א טייל פון מיין לעבן. א טייל פון מיר. וואס וועט אויספארעמען מיין עקזיסטענץ פאר אייביגקייט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מיימון, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר