סייענטיסטען מאכן דיינעסאורס און וועקסינס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

סייענטיסטען מאכן דיינעסאורס און וועקסינס

הודעהדורך המלוכה והממשלה » זונטאג אפריל 14, 2019 1:20 am

פליצלינג איז יעדער טויט לאגיש. "ס'קען נישט זיין" אז די גאנצע מעדיקעל עסטעבלישמענט האט א קאנספיראציע צו שטיפען וועקסינס. דאס וואלט פארלאנג אז אלע דאקטוירים און סייענטיסטען זאל צוזאמען פלאנען אזא ווילדע פלאן און איינ-נארן די גאנצע וועלט.

ס'קען נישט זיין.

אין דער איד און דער בלאט און דער שטערן און די צייטונג און JPגעמיינדע ווינדערט מען זיך ווי אזוי ס'קען זיין אז קליגע אידן גלייבען אזעלכע שטותים. ס'קען דאך נישט זיין!!

אבער זעמיר נישט אויפגעוואקסען אז אלע סייענטיסטען זענען נארישקייטן און טפשות ווען זיי זאגן אז דיינעסאורס האבן געלעבט מיליאנען יארן צירוק?? האט מען אינז נישט געזאגט אייביג אז אלע סייענטיסטען אין יעדע discipline , אסטאראנעמער , געאלאגער , ביאלאגיסטען , וכו' וכו' אלע זענען בעצה ובמזומה אחת איינצורעדן אז די וועלט איז אפאר ביליאן יאהר אלט????

נו פארוואס פארשטייסטו נישט אז די זעלבע ריזיגע קאנספיראציע קען זיין ביי וועקסינס??
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1028 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1434 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » זונטאג אפריל 14, 2019 1:23 am

נישט דאס טענהט נתן סליפקין?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2514
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1559 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » זונטאג אפריל 14, 2019 1:31 am

באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2514
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1559 מאל

הודעהדורך העניך » זונטאג אפריל 14, 2019 1:39 am

איך וויל פארשטיין טראמפיסטן וואס זענען אינגאנצן פאר וואקסינאציע: פארוואס קען נישט זיין אז די זעלבע וויסנשאפטלער וואס האבן געמאכט דעם גלאבעל ווארמינג "האוקס" זאלן אויך מאכן דעם וואקסינען האוקס?

אויב 80 פראצענט פון אונזער געמיינדע שטיצט טראמפ, איז בעצם א חידוש אז די אנטי-וואקסערס זענען נאר א מינאריטעט ביי אונז.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 409
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 412 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2111 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » זונטאג אפריל 14, 2019 1:43 am

נו אלא מאי, פיר אויס?

אז וואקסינס לייגט זיך אויפן שכל און גלאובל ווארמינג נישט.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2064
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1059 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1280 מאל

הודעהדורך העניך » זונטאג אפריל 14, 2019 2:00 am

איסר האטלקי האט געשריבן:נו אלא מאי, פיר אויס?

אז וואקסינס לייגט זיך אויפן שכל און גלאובל ווארמינג נישט.

אה, הייסט ס'ווענדט זיך וואס עס לייגט זיך אויף דיין שכל. וואס פארשטייסטו נישט יענעם וואס טענה'ט אז וואקסינען לייגט זיך נישט אויף זיין שכל?
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 409
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 412 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2111 מאל

הודעהדורך שבת אחים » זונטאג אפריל 14, 2019 3:30 am

איסר האטלקי האט געשריבן:נו אלא מאי, פיר אויס?

אז וואקסינס לייגט זיך אויפן שכל און גלאובל ווארמינג נישט.


פארוואס לייגט זיך נישט גלאובל ווארמינג אויפן שכל? סייענטיסטן האבן קלארע עדות אז די וועלט איז שוין אפאר מאהל דורך גלאובל ווארמינג...

וואס איז דא נישט צופארשטיין בכלל? CO2 אין די אטמאספארע האלט די היץ געטרעפט (גרין-הויז עפעקט) סאיז פשוטע א״ב פון כעמיע... און סאיז א פאקט אז די וועלט ווערט ווארימער פון יאהר צו יאהר. סאיז א פאקט אז בערך א דריטל פון די אייז האט זיך שוין צולאזט. און ווערט ערגער און ערגער.
If you have selfish ignorant citizens, you’re going to get selfish ignorant leaders. And term-limits ain’t going to do you any good. You’re just going to wind up with a brand new bunch of selfish, ignorant Americans
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5906
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3477 מאל

Re: סייענטיסטען מאכן דיינעסאורס און וועקסינס

הודעהדורך לולקע באנוצער » זונטאג אפריל 14, 2019 3:47 am

שבת אחים האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:נו אלא מאי, פיר אויס?

אז וואקסינס לייגט זיך אויפן שכל און גלאובל ווארמינג נישט.


פארוואס לייגט זיך נישט גלאובל ווארמינג אויפן שכל? סייענטיסטן האבן קלארע עדות אז די וועלט איז שוין אפאר מאהל דורך גלאובל ווארמינג...

וואס איז דא נישט צופארשטיין בכלל? CO2 אין די אטמאספארע האלט די היץ געטרעפט (גרין-הויז עפעקט) סאיז פשוטע א״ב פון כעמיע... און סאיז א פאקט אז די וועלט ווערט ווארימער פון יאהר צו יאהר. סאיז א פאקט אז בערך א דריטל פון די אייז האט זיך שוין צולאזט. און ווערט ערגער און ערגער.
כ'ווייס נישט צי דאס איז דער ריכטיגער אשכול דערפאר, אבער כ'האב שוין לאנג געהאט די קשיא: די וועלט איז שוין עטליכע מאל דורך א גלאובעל ווארמינג, נו ווער זאגט אז די יעצטיגע וועט נישט דורכגיין? אפשר וועט אין פופצן יאר זיך אנהייבן א גלאובעל קולינג תקופה, און דאן וועלן מיר ווערן באזארגט איבער א מאנגל אין וואסער, מאנטלען, און וויטאמין סי?
באניצער אוואטאר
לולקע באנוצער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 78
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 12:10 am
האט שוין געלייקט: 482 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

הודעהדורך שבת אחים » זונטאג אפריל 14, 2019 5:01 am

לולקע באנוצער האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:נו אלא מאי, פיר אויס?

אז וואקסינס לייגט זיך אויפן שכל און גלאובל ווארמינג נישט.


פארוואס לייגט זיך נישט גלאובל ווארמינג אויפן שכל? סייענטיסטן האבן קלארע עדות אז די וועלט איז שוין אפאר מאהל דורך גלאובל ווארמינג...

וואס איז דא נישט צופארשטיין בכלל? CO2 אין די אטמאספארע האלט די היץ געטרעפט (גרין-הויז עפעקט) סאיז פשוטע א״ב פון כעמיע... און סאיז א פאקט אז די וועלט ווערט ווארימער פון יאהר צו יאהר. סאיז א פאקט אז בערך א דריטל פון די אייז האט זיך שוין צולאזט. און ווערט ערגער און ערגער.
כ'ווייס נישט צי דאס איז דער ריכטיגער אשכול דערפאר, אבער כ'האב שוין לאנג געהאט די קשיא: די וועלט איז שוין עטליכע מאל דורך א גלאובעל ווארמינג, נו ווער זאגט אז די יעצטיגע וועט נישט דורכגיין? אפשר וועט אין פופצן יאר זיך אנהייבן א גלאובעל קולינג תקופה, און דאן וועלן מיר ווערן באזארגט איבער א מאנגל אין וואסער, מאנטלען, און וויטאמין סי?


די וועלט טוישט זיך נישט סתם אזוי, סהאט א סיבה פארוואס ס׳טוישט זיך. עפעס דראסטיש מוז געשעהן.

ווען די וועלט איז דורכגעגאנגען גלאובל ווארמינג אין די permian era איז אויס געשטארבן 90 פראצענט פון לייף לויט סייענס. סאיז געוועהן די גרעסטע עקסטינגשאן אין די היסטאריע פון אונזער פלאנעט די Permian–Triassic extinction

סאיז דא א סיבה פארוואס די וועלט ווערט ווארימער ס׳געשעט נישט פון זיך אליינס נאר סאיז א reaction פון עפעס. דעמאלטס איז עס געוועהן פון עפעס אנדערש. אין די לעצטע 200 יאהר זינט די Industrial Revolution האבן אונז מענטשען דראסטיש געטוישט די ענווייערמענט און אריינגעפאמפט אסאך מעהר CO2 אין די אטמאספארע. סייענטיסטן האבן געווארנט די מענטשען שוין הונדרעט יאהר צוריק אז די CO2 לעוועל גייט שטארק ארויפגיין און דאס גייט גורם זיין א חרבן אויף די וועלט.
If you have selfish ignorant citizens, you’re going to get selfish ignorant leaders. And term-limits ain’t going to do you any good. You’re just going to wind up with a brand new bunch of selfish, ignorant Americans
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5906
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3477 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אפריל 14, 2019 5:45 am

לולקע באנוצער: אט דאס איז די סאמע עצם מחלוקת צווישן די נארמאלע לאגישע מענטשן וועלכע טענה'ן (שלא כשבת אחים) אז די וועלט אין די פראקטישע תקופה פון די לעצטע 5 טויזנט יאר, בערך. איז שוין עטליכע מאל אריבער א פארהעלטניסמעסיג קורצע תקופה פון גלאובעל ווארמינג אדער קאאלינג. און די אטמאספער האטציך אייביג באלאנסירט. און ס'איז א נארמאלע, נאטורליכע ערשיינונג. אן קיין שום דירעקטע סיבה אדער גורם פון די מענטשן. לעומת די היסטערישע סייענטיסטן און אנהענגערס פון די טעאריע אז גלאובעל ווארמינג אדער קליימעט טשענדזש ווי זיי רופן עס לעצטנס, איז דער אנזאג פון חורבן פון די וועלט. און ס'ווערט געטריבן דורך די שלעכטע מעשים פון די מענטשהייט. דורך פארפעסטן די לופט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך שבת אחים » זונטאג אפריל 14, 2019 6:27 am

berlbalaguleh האט געשריבן:לולקע באנוצער: אט דאס איז די סאמע עצם מחלוקת צווישן די נארמאלע לאגישע מענטשן וועלכע טענה'ן (שלא כשבת אחים) אז די וועלט אין די פראקטישע תקופה פון די לעצטע 5 טויזנט יאר, בערך. איז שוין עטליכע מאל אריבער א פארהעלטניסמעסיג קורצע תקופה פון גלאובעל ווארמינג אדער קאאלינג. און די אטמאספער האטציך אייביג באלאנסירט. און ס'איז א נארמאלע, נאטורליכע ערשיינונג. אן קיין שום דירעקטע סיבה אדער גורם פון די מענטשן. לעומת די היסטערישע סייענטיסטן און אנהענגערס פון די טעאריע אז גלאובעל ווארמינג אדער קליימעט טשענדזש ווי זיי רופן עס לעצטנס, איז דער אנזאג פון חורבן פון די וועלט. און ס'ווערט געטריבן דורך די שלעכטע מעשים פון די מענטשהייט. דורך פארפעסטן די לופט...!


אין די לעצטע פינף טויזנט יאהר האט די וועלט׳ס קלימאט זיך נישט דראסטיש געטוישט. ווען סהאט זיך יא געטוישט איז געוועהן א חרבן נורא. The Great dying... סהאט זיך שוין גארנישט באלאנסירט... גלאובעל ווארמינג האט שוין פאראורזאכט חרבנות אין די שווערע טריליאנען און איז נאר א וויץ וואס ס׳קען געשעהן אויב סגייט אזוי ווייטער. פונקט ווי מקען נישט וואוינען היינט אין חלקים אויף די וועלט א שטייגער ווי אנטארקטיקע גייט מען נישט קענען וואוינען אין אזעלכע שטעט ווי ניו יארק, פלארדיע, ארץ ישראל וכו׳ ס׳גייט זיין צו הייס און אינטער וואסער, ס׳גייט זיין די גרעסטע חרבן וואס מענטשען האבן נאר אמאל געזעהן.


חוץ מזה ס׳געפעלט מיר ווי דו רופסט עס ״א טעאריע״ כאילו סאיז נישטא קיין קלארע דאטא אויף דעם... ס׳איז די זעלבע טעאריע ווי מענשטען האבן באזוכט די לבנה און אז די וועלט דרייט זיך ארום די זון.
If you have selfish ignorant citizens, you’re going to get selfish ignorant leaders. And term-limits ain’t going to do you any good. You’re just going to wind up with a brand new bunch of selfish, ignorant Americans
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5906
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3477 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » זונטאג אפריל 14, 2019 7:12 am

העניך האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:נו אלא מאי, פיר אויס?

אז וואקסינס לייגט זיך אויפן שכל און גלאובל ווארמינג נישט.

אה, הייסט ס'ווענדט זיך וואס עס לייגט זיך אויף דיין שכל. וואס פארשטייסטו נישט יענעם וואס טענה'ט אז וואקסינען לייגט זיך נישט אויף זיין שכל?

האסט געפרעגט פארוואס די טויזנטער היימישע טראמפ שטיצער וואס לאכן זיך אויס פון די גלאובל ווארמינג קאנספיראציע, האבן נישט אנגענומען די קאנספיראציע אז וואקסינען שעדיגט?

די ענטפער איז סימפל, ווייל די זעלבע טויזנטער מענטשן וואס גלייבן נישט אין גלאובל ווארמינג, גלייבן אויך נישט אז וואקסינען שאדט. דאס איז וואס עס לייגט זיך אויף זייער שכל.

וואו קומט מיין שכל אריין אין בילד?...
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2064
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1059 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1280 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » זונטאג אפריל 14, 2019 7:38 pm

המלוכה והממשלה האט געשריבן:פליצלינג איז יעדער טויט לאגיש. "ס'קען נישט זיין" אז די גאנצע מעדיקעל עסטעבלישמענט האט א קאנספיראציע צו שטיפען וועקסינס. דאס וואלט פארלאנג אז אלע דאקטוירים און סייענטיסטען זאל צוזאמען פלאנען אזא ווילדע פלאן און איינ-נארן די גאנצע וועלט.

ס'קען נישט זיין.

אין דער איד און דער בלאט און דער שטערן און די צייטונג און JPגעמיינדע ווינדערט מען זיך ווי אזוי ס'קען זיין אז קליגע אידן גלייבען אזעלכע שטותים. ס'קען דאך נישט זיין!!

אבער זעמיר נישט אויפגעוואקסען אז אלע סייענטיסטען זענען נארישקייטן און טפשות ווען זיי זאגן אז דיינעסאורס האבן געלעבט מיליאנען יארן צירוק?? האט מען אינז נישט געזאגט אייביג אז אלע סייענטיסטען אין יעדע discipline , אסטאראנעמער , געאלאגער , ביאלאגיסטען , וכו' וכו' אלע זענען בעצה ובמזומה אחת איינצורעדן אז די וועלט איז אפאר ביליאן יאהר אלט????

נו פארוואס פארשטייסטו נישט אז די זעלבע ריזיגע קאנספיראציע קען זיין ביי וועקסינס??


איך בין שטארק חושש אז אויב מער פונעם היימישן ציבור וועט ווערן עקספאוזט צום וואקסין דעבאטע וועט א ריזיגע פראצענט ווערן אנטי וועקס, טאקע וועגן דיין טענה.
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1779
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2254 מאל

Re: סייענטיסטען מאכן דיינעסאורס און וועקסינס

הודעהדורך אונטער חכם » דינסטאג אפריל 16, 2019 11:33 am

המלוכה והממשלה האט געשריבן:
אבער זעמיר נישט אויפגעוואקסען אז אלע סייענטיסטען זענען נארישקייטן און טפשות ווען זיי זאגן אז דיינעסאורס האבן געלעבט מיליאנען יארן צירוק?? האט מען אינז נישט געזאגט אייביג אז אלע סייענטיסטען אין יעדע discipline , אסטאראנעמער , געאלאגער , ביאלאגיסטען , וכו' וכו' אלע זענען בעצה ובמזומה אחת איינצורעדן אז די וועלט איז אפאר ביליאן יאהר אלט????

נו פארוואס פארשטייסטו נישט אז די זעלבע ריזיגע קאנספיראציע קען זיין ביי וועקסינס??


איך האב נאכנישט געהערט ביי היימישע אידן די טענה אז עוואלוציע איז א קאנספיראציע.

א גרויס חלק ווייסן בכלל נישט אז דאס איז די אנגענומענע מהלך ביי די סייענטיפישע וועלט, און די וואס ווייסן יא זאגן געווענליך אנדערע תירוצים נישט קאנספיראציע.

והשנית, די טפשות פון די אנטיוועקסערס איז דאס טענהן אז זיי קענען בעסער מעדיצין ווי אלע מעדיצינישע עקספערטן, משא"כ ביי עוואלוציע ווי די אמתע סיבה פארן נישט גלייבן האט גארנישט מיט סייענס נאר ווייל אין די תורה שטייט אנדערש. (כאטש געוויסע פרובירן אמאל צו זאגן אנדערש, ווייסט אבער יעדער דעם אמת)

Sent from my XT1526 using Tapatalk
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 593 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

Re: סייענטיסטען מאכן דיינעסאורס און וועקסינס

הודעהדורך אונטער חכם » דינסטאג אפריל 16, 2019 11:36 am

העניך האט געשריבן:איך וויל פארשטיין טראמפיסטן וואס זענען אינגאנצן פאר וואקסינאציע: פארוואס קען נישט זיין אז די זעלבע וויסנשאפטלער וואס האבן געמאכט דעם גלאבעל ווארמינג "האוקס" זאלן אויך מאכן דעם וואקסינען האוקס?

אויב 80 פראצענט פון אונזער געמיינדע שטיצט טראמפ, איז בעצם א חידוש אז די אנטי-וואקסערס זענען נאר א מינאריטעט ביי אונז.


דער חידוש איז ביי מייקל סעוועדזש, (אדער שאהן העניטי, בען שאפירא, ועוד) איינמאל עס וועט זיך טוישן ביי זיי וועט זיך עס אויך טוישן ביי אונזערע טראמפ סופארטערס.

Sent from my XT1526 using Tapatalk
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 593 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג אפריל 16, 2019 11:52 am

אונטער חכם האט געשריבן:
המלוכה והממשלה האט געשריבן:
אבער זעמיר נישט אויפגעוואקסען אז אלע סייענטיסטען זענען נארישקייטן און טפשות ווען זיי זאגן אז דיינעסאורס האבן געלעבט מיליאנען יארן צירוק?? האט מען אינז נישט געזאגט אייביג אז אלע סייענטיסטען אין יעדע discipline , אסטאראנעמער , געאלאגער , ביאלאגיסטען , וכו' וכו' אלע זענען בעצה ובמזומה אחת איינצורעדן אז די וועלט איז אפאר ביליאן יאהר אלט????

נו פארוואס פארשטייסטו נישט אז די זעלבע ריזיגע קאנספיראציע קען זיין ביי וועקסינס??


איך האב נאכנישט געהערט ביי היימישע אידן די טענה אז עוואלוציע איז א קאנספיראציע.

א גרויס חלק ווייסן בכלל נישט אז דאס איז די אנגענומענע מהלך ביי די סייענטיפישע וועלט, און די וואס ווייסן יא זאגן געווענליך אנדערע תירוצים נישט קאנספיראציע.

והשנית, די טפשות פון די אנטיוועקסערס איז דאס טענהן אז זיי קענען בעסער מעדיצין ווי אלע מעדיצינישע עקספערטן, משא"כ ביי עוואלוציע ווי די אמתע סיבה פארן נישט גלייבן האט גארנישט מיט סייענס נאר ווייל אין די תורה שטייט אנדערש. (כאטש געוויסע פרובירן אמאל צו זאגן אנדערש, ווייסט אבער יעדער דעם אמת)

Sent from my XT1526 using Tapatalk


זיי זאגן נישט אז סאיז א conspiracy נאר זיי לאכן פון עוואלוציע כאילו סאיז עפעס א וויץ. און אזויווי יעדע נייע ״אמת״ פון די חכמי אומות העולם. קוק מיין חתימה. ווען קופירניקעס האט געטענהט אז די וועלט דרייט זיך ארום די זון האט מען אים געוואלט הארגענען. ברונא האט מען טאקע געהארגעט.

אסאך מענטשען קענען נישט פעיסן דעם אמת אז מיר זענען פשוט ״קלוגע מאנקיס״ מיט סמארטפאונס. אפילו אונזערע חכמים האבן שוין פון לאנג פעסטגעשטעלט מותר האדם מן הבהמה אין.
If you have selfish ignorant citizens, you’re going to get selfish ignorant leaders. And term-limits ain’t going to do you any good. You’re just going to wind up with a brand new bunch of selfish, ignorant Americans
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5906
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3477 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » דינסטאג אפריל 16, 2019 5:46 pm

שוין לאנג געוואלט פארשטיין.

ווען א דאקטער קומט אויף מיט א וואקסין צו היילן פאליא, איז עס עפעס וואס איז נישט 'טעארעטיש' ס'איז נישט 'נאר' געבויעט אויף א מאטעמאטישע חשבון וואס די תוצאה איז די געוואלדיגע ערפינדונג, דאס איז עפעס וואס מ'האט 'אויספראבירט' אויף מענטשען און געזעהן בחוש ווי ס'ארבעט, יא! אוודאי האבן זיינע חשבונות און עקספערימענטן אים צוגעברענגט דערצו, אבער צו איז דאס סאליד פראף אז טאקע דאס וואס דער סייענטיסט טענה'ט אז ס'מאכט די וואקסין ארבעטן איז טאקע אמת, ס'קען דאך זיין הונדטערטער אנדערע סיבות וואס מאכט עס ארבעטן! וויפיל חשבונות און טעאריעס אין די מעדיקעל פיעלד לאזט זיך אויס מיט א זייפן בלאז וכחלום יעוף? אויב וויל מען נוצן סטאטיסטיקס ווערן די פעלער ווי די מעדיצינען ארבעטן יא דערטראנקען אין די פעלער וואס בלייבט א דורכפאל, איז דאס א ראיה אז סייענס איז פאלש?

ווען די עף די עי approved א מעדיצין גייט זיי קנאפ אן ווי געלונגען דער פראפעסאר איז און ווי אויסגעהאלטן זיינע שיטות זענען, זיי גייט אן איין זאך, ארבעט עס יא? אדער ארבעט עס נישט?

במילא ווען א פראפעסאר וואס האט אויסגעטראפן די 'וואקסין פון יארהונדערט' וועט מיר קומען זאגן זיינע מיינונגען כלפי א זאך וואס ער קען נישט פראווען איז עס נישט מאסגעבנד.

כנלע"ד
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1019
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 881 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 865 מאל

הודעהדורך mevakesh » דינסטאג אפריל 16, 2019 6:29 pm

גראדעמעכעלע האט געשריבן:
המלוכה והממשלה האט געשריבן:פליצלינג איז יעדער טויט לאגיש. "ס'קען נישט זיין" אז די גאנצע מעדיקעל עסטעבלישמענט האט א קאנספיראציע צו שטיפען וועקסינס. דאס וואלט פארלאנג אז אלע דאקטוירים און סייענטיסטען זאל צוזאמען פלאנען אזא ווילדע פלאן און איינ-נארן די גאנצע וועלט.

ס'קען נישט זיין.

אין דער איד און דער בלאט און דער שטערן און די צייטונג און JPגעמיינדע ווינדערט מען זיך ווי אזוי ס'קען זיין אז קליגע אידן גלייבען אזעלכע שטותים. ס'קען דאך נישט זיין!!

אבער זעמיר נישט אויפגעוואקסען אז אלע סייענטיסטען זענען נארישקייטן און טפשות ווען זיי זאגן אז דיינעסאורס האבן געלעבט מיליאנען יארן צירוק?? האט מען אינז נישט געזאגט אייביג אז אלע סייענטיסטען אין יעדע discipline , אסטאראנעמער , געאלאגער , ביאלאגיסטען , וכו' וכו' אלע זענען בעצה ובמזומה אחת איינצורעדן אז די וועלט איז אפאר ביליאן יאהר אלט????

נו פארוואס פארשטייסטו נישט אז די זעלבע ריזיגע קאנספיראציע קען זיין ביי וועקסינס??


איך בין שטארק חושש אז אויב מער פונעם היימישן ציבור וועט ווערן עקספאוזט צום וואקסין דעבאטע וועט א ריזיגע פראצענט ווערן אנטי וועקס, טאקע וועגן דיין טענה.


איך בין נישט נאר חושש מען זעהט עס קלאר. יעדער ביי אונז וואס קען נאכזאגן א סטודי אהן קעקעצן ווערט א בר סמכא צו אנאליזירן צו דער סטודי איז ריכטיג צו נישט און פון דא און ווייטער איז שוין נישט דא קיין אמת אדער שקר נאר איין גרויסע פאסט אמת
אגב איז דאס נישט נאר ביי אונז אזוי ווי עס גויאישט זיך אזוי יידישט זיך. און דער גרעסטע פאן טרעגער איז אונזער פרעזידענט וואס זיין פאן איז אז עס איז נישט דא קיין אמת נאר מיין פיהלינג איבער דעם אמת
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 863
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 767 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 798 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » דינסטאג מאי 14, 2019 9:51 am

OMG!!
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20190514-WA0000.jpg
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1028 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1434 מאל

הודעהדורך הקטן » דינסטאג מאי 14, 2019 10:08 am

OMG איינער מיט א טייפרייטער און קרעאנס האט געמאכט א צעטעל
OMG!!!
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2300
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1790 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1028 מאל

Re: סייענטיסטען מאכן דיינעסאורס און וועקסינס

הודעהדורך אונטער חכם » דינסטאג מאי 14, 2019 10:30 am

גלאובעל ווארמינג איז שוין אויך אין די ליסטע?
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 593 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

הודעהדורך הדסים » דינסטאג מאי 14, 2019 10:53 am

איך האב קיינמאל נישט געהערט אז מען דארף נעמען וואקסין'ס וועג'ן 97%. איי געס די שרייבער פון די צעטל קען זיין די ערשטע עס צו זאגן, אז ס'זאל זיין גענוג דראמאטיש.
באניצער אוואטאר
הדסים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

הודעהדורך הקטן » דינסטאג מאי 14, 2019 12:03 pm

הדסים האט געשריבן:איך האב קיינמאל נישט געהערט אז מען דארף נעמען וואקסין'ס וועג'ן 97%. איי געס די שרייבער פון די צעטל קען זיין די ערשטע עס צו זאגן, אז ס'זאל זיין גענוג דראמאטיש.

מיר קוקט אויס דער שרייבער פין די צעטעל וויל סך הכול קענען דערנאך שרייבן OMG!!!
ותו לא מידי
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2300
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1790 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1028 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג מאי 14, 2019 12:13 pm

העניך האט געשריבן:איך וויל פארשטיין טראמפיסטן וואס זענען אינגאנצן פאר וואקסינאציע: פארוואס קען נישט זיין אז די זעלבע וויסנשאפטלער וואס האבן געמאכט דעם גלאבעל ווארמינג "האוקס" זאלן אויך מאכן דעם וואקסינען האוקס?

אויב 80 פראצענט פון אונזער געמיינדע שטיצט טראמפ, איז בעצם א חידוש אז די אנטי-וואקסערס זענען נאר א מינאריטעט ביי אונז.


האמת יורה אז דער חילוק נעמט זיך פין דעם וואס גלאבאלע ווארימינג איז שטיקל קעגן בראשית ברא אלקים, אבער וואקסינאציע נישט לדעת אותם שוטים. הגם אין מיין אפיניען, זענען ביידע גלייך קעגען אדער גלייך נישט קעגען, אזוי ווי די מוסלמענער וואס לערנען אז וואקסינאציע איז שטיקעל קעגן דער רעליגיע. און די קריסטען וואס האלטען אז גלאבאלע ווארימינג איז קעגען רעליגיע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך אישתישבי אום דינסטאג מאי 14, 2019 12:13 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 939 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג מאי 14, 2019 12:13 pm

.when the emotions, money and politics are stripped away, none of us, at our core, are science deniers

אין זיין ביישפיל איז ער לאו דוקא גערעכט, אבער אין אונזער פאל איז ער שוין איינמאל גערעכט.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2514
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1559 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Majestic-12 [Bot] און איין גאסט