איך מיין אז וואקסינס איז חלוק בעצם יסוד דינו והבנתו צו עוואלוציע און גלאובאל ווארעמינג. ווען עס וואלט שוין געווען מיליאנע וועלטן, און די סייענטיסטן וואלטען געזען וואס פאסירט יעדעס מאל ווען מ'איגנארירט CO, וואלט עס געווען א צושטעל. גלאובאל ווארעמינג איז א טעאריע, נישט קיין זאך וואס זיי האבען געזען. זיי ברענגן א ראיה פון איין מציאות אויף א צווייטען, און זיי האבען נישט קיין סאך אויפווייזונגן. נאר כדרכם ווערט די קנה מדה פון ראיה לויט וואס עס איז אוועילעבל. וויבאלד עס איז דא ווייניג אינפארמאציע אויף א פאר מיליאן יאר צוריק, ממילא נעמן זיי די ביסל וואס עס איז יא דא און זיי בויען דערויף און זענען מסיק מסקנות. וכ"ה לגבי עוואלוציע.
משא"כ וואקסינען וואס די אינפארמאציע איז לפנינו, און מ'האט טויזענטער און מיליאנער אויפווייזונגען, איז עס זינלאז פאר איינער אן קיין טראפ אינפארמאציע זיך צו דינגען מיט זיי.
נישט אז איך דינג זיך מיט זיי אויף גלאובאל ווארעמינג, אבער די הוכחה איז נישט די זעלבע.