רבותי וועקטס ענק אויף!! אנטיסעמיטיזם בוזשעוועט!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
מייןמהלך
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2019 11:11 pm
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

רבותי וועקטס ענק אויף!! אנטיסעמיטיזם בוזשעוועט!

שליחה דורך מייןמהלך »

טייערע אידן, אויף וואס ווארט מען??? ווען וועט מען זיך אויפוועקן??? אנטיסעמיטיזם בוזשעוועט ליידער אין אמעריקע!!! פעיס די פעקט!! ווען וועט מען שוין עפעס טהון דערוועגן?? ווען וועט מען שוין אויפהערן פארדאמען אטאקעס וזה הוא?? רבותי, ווען וועט מען עס נעמען ערענסט?? ביז ווילאנג עס וועט נישט גע'הרג'עט ווערן צוואנציג היימישע אידן אין א ביהמ"ד אין בארא פארק ח"ו וועט מען שווייגען?? ווי זענען די עסקנים?? פארוואס שלאפט מען?? ווען וועט מען איינזעהן ווי געפערליך די מצב איז? זענען די איבערפעלער אין בארא פארק און אין וויליאמסבורג נישט גענוג?? זענען די פייערן נישט גענוג?? זענען די שיסערייען נישט גענוג??? מען מוז עפעס טהון!! און איך מיין נישט זיך זעצן מיט די פאליציי, אפשר דאס אויך, אבער איך מיין אויפשטורעמען די רעגירן, טרעפן די שורש, טרעפן א קלוגע לעזונג, פאליציי פאר א וואך נאך יעדער אטאקע וועט נישט קיין סאך העלפן.... אפשר באקומען די יונגווארג נישט קיין גוטע אמעריקאנע חינוך? נישט אפשר, זיכער, אמעריקע איז געבויט אויף יסודות פון פרייהייט פון רעליגיע, פארוואס פרעדיגט מען עס נישט גענוג??

אבער דער עיקר איז, לא עת לחשות מען מוז זיך אראפזעצן און טרעפן א לעזונג!

טייערע אידן, ליינט דאס נישט סתם אדורך, קלערט אריין אין די ריכטיגקייט פון מיינע ווערטער, און טוט כל מה שביכלתכם, און פארשטייט זיך בעטן צום באשעפער ער זאל אונז שוין ארויסנעמען פון דא בקרוב.

דער אשכול פארמאגט 86 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר