טאר א איד נהנה זיין פון דער וועלט?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

טאר א איד נהנה זיין פון דער וועלט?

הודעהדורך מיימון » זונטאג אפריל 28, 2019 11:39 pm

אין דעם ערשטן טאג פון חול המועד האט זיך דער חסידישער עולם אין ניו יארק אויפגעוועקט צו א מאדנע סומאטוכע, דער "איסור" פון סאטמארער בי"ד אקעגן א קומזיץ. מענטשן האבן געצויגן מיט די אקסלען און געדרייט מיט די נאז, רוב עולם קעירט שוין לאנג נישט איבער סיי וועלכע צעטלעך, וואס האבן שוין במשך די לעצטערע יארן באוויזן צו אסר'ן בייקס, ווידיאס, קאמפיוטערס, סעלפאונס, טעקסט מעסעדזשינג, סמארטפאונס, אינטערנעט, וואטסעפפ, מוזיק, זינגערס, ביכער און שפילן און די ליסטע איז לאנג. אבער דאסמאל האבן מענטשן געשפירט אז מען האט איבערגעצויגן דאס שטריקל. די דאזיגע אטאקע האט גע'היט' דוקא די פרומסטע פארשלאסנסטע גרופע, די וואס זענען דאס מערסטע אויסגעשטעלט צום אימפאקט פון די צעטלעך-שרייבער, נישט קיין אנגעפרעסענע ציצית-אונטערן-העמד מענטשן וואס לאזן זיך וואוילגיין כרצונם, אבער אויך נישט קיין פארפרומטע שווארצע-גלעזער אידן וואס פארשטייען אליין וויאזוי צו דינען דעם אייבערשטן. נאר די טיפישע וויליאמסבורגער ערנסטע בעלי-בתים וואס ווילן זיין ערנסט און לייטיש, וואס לייגן א פילטער אויפ'ן פאון לצורך פרנסה, און טוען נישט קיין שום קאנטראווערסיאלע זאכן.

דער צעטל האט נישט גע'אסר'ט די שמילי אונגאר קאנצערטן אדער אונטערן שפיל, נישט די אלע גיטאר-קארליבאך-קומזיצן וואס קומען כסדר פאר אדער די מאסן-געפארעכץ צו יעדן מוזעאום און פארק איבער ניו יארק און ניו דזשוירזי, דער צעטל האט אטאקירט דוקא א מעמד וואס האט פארמאגט אלע אינגרידיענטס פון אכשר-דרא און פרומקייט, א ניגון וואס דער מחבר לעבט נאך איז שוין אויטאמאטיש פסול, א הייליגע ערנסטע חול המועד מסיבה, און דאן בום. אסור. דער אפעקט וואס דאס וועט האבן אין צוקונפט איז אוממעגליך צו שאצן.

עס איז כדאי אבער זיך אפצושטעלן און אריינטראכטן וואס דא גייט פאר, וואס איז טאקע פשט מיט די רבנים? וואס ווילן זיי מען זאל טון? אדער ווי אנדערע וועלטן געזאגט, וואס דרוקט זיי? מאנכע וועלן שוין אויפשפרינגען ווי די פארצייטישע משכילים און פארפירן אז די רבנים זענען דא בעצה אחת נישט צו לאזן אוועקנעמען זייער קאנטראל וכו' זיי ווילן אונטערדרוקן דעם ציבור וכדו'. אבער לכאורה קוקט נישט אויס ווי די רבנים זענען קאנספיראטארן און קאלטבלוטיגע מאניפולירער, על פי רוב זענען די רבנים ערליכע און פרומע מענטשן וואס ציטערן באמת פון אן עבירה און פרובירן צו לעבן מיט די אלע סארט חומרות און אידישקייט ענינים מיט וואס זיי זענען אגאנצן טאג ארומגענומען.

דער אמת איז אבער אז דאס איז א פראבלעם פון אונזער קולטור בכלל, די רבנים פרובירן פשוט צו אינפארסירן א זאך וואס זיי זעען אלס א קלארע פארלעצונג פון אונזער השקפה, און וואס זייער עולם קען נישט באמת פארלייקענען. זיי זעען אין עולם הזה א שונא, זינגען און טאנצן זענען א פרעמדער געוואוקס אין אידישקייט, עסן און טרינקען זענען נאר דא לצורך מצוה פאר שבת און יו"ט, אדער בדיעבד צו קענען האבן כח צו דינען דעם אויבערשטן, שפילן און שפאצירן דארפן א תירוץ פארוואס מען טוט דאס.

ביי די רבנים און רבי'ס אליין גייט דאס אפילו צו אן אבסורד, ווען זיי קענען נאר טון זאכן מיט א לשון-קודש ווארט ווי אין א פרואוו דאס הייליג צו מאכן. זיי זענען "טועם פת שחרית" און גייען ארויס "מחוץ לעיר למנוחת הנפש". זיי שפילן שאך ניטל אלס "מנהג ישראל" און טאנצן נאר אלס "שמחת חתן וכלה". סתם הנאה האבן איז א בושה און מוז האבן א תירוץ ווי צו דערפרייען א צובראכן קינד, משום שלום בית וכדומה.

דאס איז אבער אינגאנצן נישט קיין נייע זאך, אין אידישע השקפה האט דאס א לאנגע טראדיציע. דאס טויזנטער-יארן גלות לעבן האט איבערגעלאזט טיפע איינדרוקן אויפ'ן אידישן פאלק. אין א צייט וואס אידן זענעם בארויבט געווארן פון יעדן סארט גשמיות'דיגן לעבן, זייער לאנד, זייער זעלבסטשטענדיגקייט, זייער פרייהייט, און זענען געצוימט געווארן מיט אלע סארט גזירות און פארבאטן פון אנטיילנעמען אין אקטיוון לעבן, איז דער איינציגסטער אלטערנאטיווע געווען זיך צו קאנצענטרירן אויף רוחניות, דער שכר איז געווארן אבסטראקט און אפגעשטופט צו א אומקלארן ווייטן עולם הבא, און דער תענוג הנשמה איז געווארן פיל וויכטיגער און מער אקטועל ווי די תענוגי הגוף. די הנאות גשמיות האבן באקומען צוביסלעך א פיינטליכן פארעם, עולם הזה געהערט צו עשיו, תאוות זענען עצת היצר. פרישות און נזירות האבן באקומען א אויסזען פון א ריכטיגן מיטל צו דערגרייכן דעם באשעפער פון רוחניות וואס עקזיסטירט אפגעזען פון אלע דערנידערונגען פון די פעלקער דא אונטן, וואס לעבט אין אנדערן מציאות אין וואס אידן זענען נישט פארפאלגט און דערנידערט, נאר לייכטן און שיינען.

אין אזא וועג זענען געשריבן געווארן די אלע "ספרי מוסר" פון די מיטל-אלטער יארן, וואס האבן געמאכט דעם וועג אראפ דעם לאנגן דורות קייט און טוען נאך אפעקטירן דעם היינט-צייטיגן אידישן געדאנקענגאנג, און אומגעזאגטערהייט פארשטייט אן ערנסטער איד אז "א קומזיץ איז נישט קיין אידישע זאך". אז מען גייט ארויס מיט די קינדער חול המועד איז איין זאך, דאס ווייב און קינדער מוז מען דאך צופרידנשטעלן. און אז מען זעט "נפלאות הבורא" קען מען זיך נאך א פארענטפער געבן. אבער זיך אליין מפנק צו זיין, לכתחילה זיך אריינזעצן צו א הנאה-פארברענג אן קיין תירוץ פון צדקה אדער סעודת מצוה איז שוין אומהיימליך און פרעמד.

דער רמב"ם איז באקאנט מיט זיין "אנדערן" סארט צוגאנג צו אידישקייט, און איז פאר שלומי אמוני ישראל א שטיקל "פראבלעם". אבער איך מיין אז דער מערסט-קאנטראווערסיאלער שטיקל פאר היינטיגער אידישקייט איז נישט אין מורה נבוכים נאר אין פירוש המשניות, שמונה פרקים פרק ד' וזה לשונו: "אבל מה שעשו אותם החסידים בקצת הזמנים, וקצת המקומות, וקצת אנשים מהם גם כן מנטות אחר הקצה האחד: בצום, וקום בלילות, והנחת אכילת בשר ושתית יין, והרחקת הנשים, ולבוש הצמר והשער, ושכונת ההרים, והתבודד במדברות - לא עשו דבר מזה אלא על דרך רפואות, כמו שהזכרנו... וכאשר ראו הכסילים שהחסידים עשו אלה הפעולות ולא ידעו כונתם, חשבו שהן טובות וכונו אליהן, בחשבם שיהיו כמותם. ויענו את גופתם בכל מיני עינוי, ויחשבו שהם קנו לעצמם מעלה ומידה טובה ושעשו טובה, ושבזה יתקרב האדם לשם - כאלו השם יתברך שונא הגוף ורוצה לאבדו. והם לא ידעו שאלו הפעולות רע, ושבהן תגיע פחיתות מפחיתויות הנפש. ואין להמשילם אלא לאיש שאינו יודע במלאכת הרפואות... וזאת התורה התמימה המשלמת אותנו כמו שהעיד עליה יודעה: "תורת ד' תמימה משיבת נפש, עדות ד' נאמנה מחכימת פתי" (תהילים יט, ח) - ולא זכרה דבר מזה. ואמנם כונה להיות האדם טבעי הולך בדרך האמצעי: יאוכל מה שיש לו לאכול - בשווי, וישתה מה שיש לו לשתות - בשווי, ויבעל מה שמותר לו לבעול - בשווי, וישכון במדינות ביושר ובאמונה. לא שישכון במדבריות ובהרים, ולא שילבש הצמר והשער, ולא שיענה גופו. והזהירה מזה, לפי מה שבא בקבלה. נאמר בנזיר: "וכפר עליו מאשר חטא על הנפש" (במדבר ו, יא). ואמרו רבותינו, זכרונם לברכה: "וכי על איזה נפש חטא זה? - אלא על שצער עצמו מן היין. והלא דברים קל וחומר: מה זה שצער עצמו מן היין - צריך כפרה, המצער עצמו מכל דבר ודבר על אחת כמה וכמה" (תענית יא, א). און דער רמב"ם איז ממשיך צו ווייזן אז די תורה אליין האט שוין גע'אסר'ט פונקטליך וויפיל עס פעלט אויס צו קאנטראלירן די שלעכטע מידות און נאטורן, "וכשיבוא האיש הסכל בלא ספק וישתדל להוסיף על אלו הדברים, כמו: שיאסור המאכל והמשתה, מוסף על מה שנאסר מן המאכלים. או יאסור הזווג יותר על מה שנאסר מן הבעילות. ויתן כל ממונו לעניים או להקדש, מוסף על מה שבתורה על ההקדשות ועל הצדקות, ועל הערכים - יהיה עושה מעשה הרעים והוא לא ידע, ויגיע אל הקצה האחר ויצא מן המצוע לגמרי. ולחכמים בזה הענין דבר, לא שמעתי כלל יותר נפלא ממנו, והוא בגמרא דבני מערבא בפרק התשיעי מנדרים, דבר בגנות המקבלים על עצמם שבועות ונדרים עד שישארו כעין אסורים. אמרו שם בזה הלשון: "אמר רב אידי בשם רבי יצחק: לא דיך במה שאסרה תורה, אלא שאתה אוסר עליך דברים אחרים" וזה הענין שזכרנו בשוה בלא תוספת ובלא חיסרון."

אין אנדערע ווערטער זאגט אונז דער רמב"ם אז פרומקייט און איבריגע אפגעהיטנקייט איז נישט קיין מעלה נאר א חסרון! עס איז א חטא און אין דירעקטן קעגנזאץ מיט די תורה, א זאך וואס איז אינגאנצן אין קאנטראסט מיט היינטיגע אידישקייט וואו אסר'ן א זאך מחמת א מינדעסטע ספק איז א לכתחילה'דיגע זאך. וואס קען שוין געשען פון אסר'ן? און צומאל אפילו נישט מחמת ספק נאר גלאט אזוי, עס שמעקט נישט היימיש, מען האט עס נישט געזען, און שוין. אין די צייט וואס לויט'ן רמב"ם איז דאס פונקט אזוי אסור און היפוך התורה!

ווען מיר זענען געווארן בר-מצוה האבן מיר געהאט א מגיד-שיעור וואס האט ליב געהאט צו זיין פארנומען מיט חסידות, ער האט געזען אלס זיין תפקיד אונז צוצוגרייטן צו די בחור'ישע יארן און אריינברענגען אין אונז דעם חסידישן ברען. אלס א חלק פון דעם פלעגט ער כסדר אפלאכן פון היינטיגע מוזיק, אדווערטייזמענטס און פארוויילונג, און פון תאוות אין אלגעמיין, ארויסברענגענדיג ווי נאריש די אלע זאכן זענען און אז א חסידישער בחור טאר נישט ליגן אין עולם הזה, מוזיק, פוצן דעם גוף, נאר אין עבודת ה'. פאר רוב בחורים האט עס מסתמא נישט געשטערט, אריין פון איין אויער און ארויס פון צווייטן, איך אבער, א תמימות'דיג ערנסט בחור'ל, האב עס גענומען היבש ערנסט. אליין נישט וואוסנדיג פונקטליך וויאזוי, אבער איך האב זיך שוין געשעמט צו שפילן מיט די לעגאס מער, א קליין בחור'ל מיט א גרויסן חאלאט און הוט האב איך געשלעפט ספרים און געליינט די הקדמות און שער-בלעטער.

א יאר שפעטער אבער איז דער מנהל פון ישיבה-קטנה אויך נישט געווען צופרידן פון דעם, דו - זאגט ער - דארפסט קענען בבלי ירושלמי ספרי ספרא און מכילתא, נישט פארברענגען צייט מיט היסטאריע. שוין, האב איך זיך אריינגעלייגט אין ספרי מוסר און יראה און געווארן גאר הייליג, איז מיין מאמע נישט געווען צופרידן, ביז היינט בין איך נאך צומישט פון דעמאלטס... הכלל אבער האט מיר קיינער נישט געקענט זאגן די ווערטער וואס איך האב יארן שפעטער געטראפן אין רמב"ם: דו מעגסט שפילן. מעגסט טאנצן און לויפן. כל זמן עס איז נישט באיסור איז עס נישט קיין פראבלעם.

אמאל גיי איך ארויס פרייטאג פון שול מיט א בינטל בלומען אין די הענט. מיין חבר, א ערנסטער בן תורה, נעמט זיך קרומען סארקאסטיש, וואס איז דאס בלומען? שלום בית, הא? הגם עס איז אמת אז די פרויען האבן ליב ווען מען ברענגט אהיים בלומען האב איך אבער אויסגעקליבן צו ענטפערן עפעס וואס איך האב געשפירט אלס מער ריכטיג. ניין, פאר מיר, זאג איך אים, וואס איז, נאר גוים מעגן הנאה האבן פון די שיינע בלומען? פארוואס האט דאס דער באשעפער באשאפן אויב נישט הנאה צו האבן דערפון לכבוד שבת? דער אינגערמאן האט מיר באדאנקט און אליין גענומען א בינטל אהיימצוטראגן.

הנאה האבן פון דער וועלט איז נישט קיין פראבלעם, עס איז דעם באשעפער'ס וועלט און ער האט דאס באשאפן פאר אונז צו נוצן. דער באשעפער איז נישט קיין שלעכטער, און אלס גוטער טאטע האט ער זיכער הנאה צו זען ווי זיינע קינדער ענדזשויען זיך. מיר דארפן געדענקען דאס צו קלאר מאכן פאר אונזערע קינדער, נאך אזויפיל איסורים, חומרות, פרומקייטן, און גזירות צו וואס מען איז כסדר אויסגעשטעלט, דארף מען זיכער מאכן אויסצונוצן וואס איז יא מותר און זיי לאזן האבן א שמחת החיים. נאכן אזוי שיין אויספאלגן אלע דאורייתא'ס דרבנן'ס חומרות מנהגים און ענינים, לאמיר כאטש נישט אוועקנעמען וואס איז זיי געבליבן און עס לאזן אויסנוצן מיטן פולסטן פארנעם, און טאקע אין די טעג ווען מיר גייען ארויס באטראכטן דעם באשעפער'ס שיינע וועלטל וואס בליט אויף און מיר מאכן די ברכה:

בָּרוּךְ אַתָּה יְהֹוָה, אֱלֹהֵֽינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם, שֶׁלֹּא חִסֵּר בְּעוֹלָמוֹ כְּלוּם, וּבָרָא בוֹ בְּרִיוֹת טוֹבוֹת וְאִילָנוֹת טוֹבוֹת, לֵהָנוֹת בָּהֶם בְּנֵי אָדָם.
מיימון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:17 am
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 872 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » מאנטאג אפריל 29, 2019 12:21 am

הרב מימון איהר זענט נישט אליינס, נאר רבים חללים הפילה. דאס איינגעצוימקייט ביי חסידישע אידען בפרט ביי אינגע בחורים איז ממש א פשע. וואס לבסוף בלייבט פון דעם א שטארקע רעזענטמענט. און דאס איז, לדעתי, א חלק פונעם כשלון פונעם חסידישע חינוך סיסטעם בדורנו וועלכער אפפערט ניט קיין סאך קאפ מאטריאל אין תורה אדער השקפה. נאר לערנען אדער זאגען מוסר און חסידות ספרים וועלכער זענען בד״כ געשריבען אין אן אנדערן תקופה פאר העכערע אידען. עס טוט אראפקלאפען דעם נפש ווען עס גייט ניט אדערך א פילטער פון א היינטיגען גדול דוגמת ר׳ פייוול מאנדלאוויטש זצ״ל, אדער הגר״י הוטנער זצ״ל . לעומת זה, דאס חינוך מאדעל פון גדולי ליטא באשטייט פון גרונטליכע מושגים מיט אוסשארפען די מוחות מיט אביעקטיווע לומדות און שכלדיגע מושגים. א ליטווישע בחור אהנע בארד און פיאות פון עטליכע צוואנציג יאהר האט מער זעלבסשטענדיגקייט, און איז מער אויסגעריבן אין השגת התורה וחכמה ווי דער פופציג יעריגע חסידישער מו״ץ.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך תורה ומדע אום מאנטאג אפריל 29, 2019 12:22 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 817
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 566 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מאנטאג אפריל 29, 2019 12:22 am

הייליגע ווערטער, מיימון. וראה מש"כ בימי חרפי, בסוד אלוה עלי אהלי.
-----
רביה"ק, ערלויבסט זיך צו לייקן דעם רמב"ם אליין?... ;)
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3601
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7128 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג אפריל 29, 2019 12:59 am

איך האב אלץ פארשטאנען אז ס'קומט פון אומפארגינען, נישט אז דאס איז וואס זיי טראכטן ביים אויסזויגן די איסורים וחרמות, אבער אינטער זייער באוואוסטזיין איז דאס די נגיעה וועלכע קומט אויף מיט די אלע איסורים.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2590
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1634 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 29, 2019 3:03 am

רביה"ק זי"ע: נאך אן אינטרעסאנטע זאך איז צו באמערקן. די התאחדות הרע-בנים און די אנדערע נעגאטיווע גרופירונגען אינערהאלב סאטמאר, ווען זיי שרייבן זייערע בריוו פון די אלע איסורים, קונמות וחרמות וועללן אייביג אויספיהרן מיט דעם זעלבן לשון..." ולהשומע יונעם, ותבוא עליו ברכת טוב"...! פרעגט זיך א פראגע... ווי זיס קען שוין זיין פאר א מענטש און זיין משפחה מיט די אלע איסורים וואס זיי קומען ארויס חדשים לבקרים...?! יא. ס'איז דא איין סארט זיסקייט וואס איז נאך פארבליבן. ווען דער העטיעש-פעטיעש'ער רב גייט באזוכן דעם הוידו-נאנאש'ער רבי'ן. און ער עסט דארט סעווען לעיער אדער ..."ראללאש"...(אזא מין אונגארישער זיסער קעיק אנגעפילט מיט דזשעם)... און ער טרינקט צו מים חיים לעמאן סאודע...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13105
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14529 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8344 מאל

הודעהדורך רימון » מאנטאג אפריל 29, 2019 12:00 pm

זייער שיין.
רימון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 238
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1073 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » מאנטאג אפריל 29, 2019 2:23 pm

הרב מימון:
דיינע ווערטער זענען ממש א קאפי פון די שיעורים פון ר' אביגדור מיללער זצ"ל
שמחהלע קאפשטיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 142
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 99 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל

Re: טאר א איד נהנה זיין פון דער וועלט?

הודעהדורך לולקע באנוצער » מאנטאג אפריל 29, 2019 3:38 pm

זייער שטארק געזאגט.

געהערט אמאל א קלוגער איד זאגן פאר איינעם וואס האט זיך גע'ישוב'ט צי ער מעג זיך נאכגעבן א געוויסע תאוה, האט ער אים געזאגט: משה'לע קויף דיר א דעניש'ל, דער אויבערשטער האט ליב ווען משה עסט א דעניש! וויאזוי ווייס איך? ווייל דו האסט עס ליב!
באניצער אוואטאר
לולקע באנוצער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 78
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 12:10 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

Re: טאר א איד נהנה זיין פון דער וועלט?

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אפריל 29, 2019 4:05 pm

אביסל געצויגן דער רמב"ם ארויס פון קאנטעקסט. ער רעדט פון זיך מסגף זיין, דו רעדסט פון צולייגען תאוות, און עס איז נישט אייניג.

און איך האב פאר דיר נייעס. בזמן הבית איז גארנישט אנדערש געווען. לערן הלכות טומאה וטהרה, וועסטו זען וואס מיינט אן אנגעצויגענע ocd לעבן.

און אפילו דו וואס דו קויפסט בלומען, האסט אויך געמוזט זאגען לכבוד שבת. זעט זיך אויס ביסט נאכאלס צומישט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8636
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8092 מאל

Re: טאר א איד נהנה זיין פון דער וועלט?

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אפריל 29, 2019 4:06 pm

אביסל געצויגן דער רמב"ם ארויס פון קאנטעקסט. ער רעדט פון זיך מסגף זיין, דו רעדסט פון צולייגען תאוות, און עס איז נישט אייניג.

און איך האב פאר דיר נייעס. בזמן הבית איז גארנישט אנדערש געווען. לערן הלכות טומאה וטהרה, וועסטו זען וואס מיינט אן אנגעצויגענע ocd לעבן.

און אפילו דו וואס דו קויפסט בלומען, האסט אויך געמוזט זאגען לכבוד שבת. זעט זיך אויס ביסט נאכאלס צומישט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8636
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8092 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג אפריל 29, 2019 4:18 pm

די פוינט וואס דער רמב"ם מאכט איז, אז ס'איז בעצם נישט דא קיין ווירדע אין זיך מסגף זיין און צוריקהאלטן פון הנאה האבן אליינס, און יעדע זאך דארף ווערן געטון מיט שכל. אז דו ווערסט פארלוירן פאר א דעיניש טארסטו עס טאקע נישט עסן, אז זינגען ווארימע ניגונים שלעפט דיך אראפ זאלסטו טאקע נישט זינגען. אבער סתם זיך מסגף זיין ווייל דיין עגא וויל זיך פילן הייליג, אויף דעם שטייט אשר חטא על הנפש.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2590
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1634 מאל

Re: טאר א איד נהנה זיין פון דער וועלט?

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אפריל 29, 2019 4:24 pm

ווער רעדט פון מסגף זיין? וואס זאגט דער רמב"ם וועגן טון זאכען בלויז פאר שוואויל טאג? עס איז ראטזאם? אויסגעהאלטן? ווען איינער טוט נישט וואס איז נארמאל, כדי זיך צו פייניגן, א זאך וואס די חותמי האיסורים דערמאנען נישט, איז עס אין קעגענזאץ צו דער רמב"ם.

הרב גדליה נדל איז אמאל געווען ביי א סעודה, און מ׳האט באמערקט אז ער עסט נישט. האט איהם הרב א"י סאלאווייטשיג געפרעגט וואס זענען זיין חששות.
האט ער געענטפערט, "היינט איז אלס בעסער ווי אמאל, שחיטה און ניקור, תרומות ומעשרות, מ׳האט אלע פראבלעמן פארראכטן. נאר אויף נישט צו עסן דארף מען נישט קיין סבה"

ומי לנו דבוק ברמב"ם יותר ממנו?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8636
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8092 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג אפריל 29, 2019 4:25 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס זאגט דער רמב"ם וועגן טון זאכען בלויז פאר שוואויל טאג?

וואס טאקע?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2590
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1634 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » מאנטאג אפריל 29, 2019 4:26 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אביסל געצויגן דער רמב"ם ארויס פון קאנטעקסט. ער רעדט פון זיך מסגף זיין, דו רעדסט פון צולייגען תאוות, און עס איז נישט אייניג.

און איך האב פאר דיר נייעס. בזמן הבית איז גארנישט אנדערש געווען. לערן הלכות טומאה וטהרה, וועסטו זען וואס מיינט אן אנגעצויגענע ocd לעבן.

און אפילו דו וואס דו קויפסט בלומען, האסט אויך געמוזט זאגען לכבוד שבת. זעט זיך אויס ביסט נאכאלס צומישט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נישט ממש, די רמב"ם רעד נישט דא פון סיגופים פון גילגול שלג וכדומה אדער אפילו פון סתם פראווענען תעניתים, די רמב"ם רעדט פון דעם וואס מענטשן זענען זיך מונע פון בשר ויין וואס איז נישטא דערביי א צורך חיוני, נאר זענען באמת תאוות. לגבי מוזיק און אנדערע ארטיסטישע הנאות ווייסן מיר גראדע אז דער רמב"ם איז נישט געווען א גרויסע חסיד דערפין און דאס באטראכט פאר א ביטול הזמן.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1592
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2067 מאל

Re: טאר א איד נהנה זיין פון דער וועלט?

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אפריל 29, 2019 4:32 pm

סיגוף מיינט זיך פייניגן, יעדער לויט זיין אומשטענדן. עס איז דא מענטשן וואס עסן פלייש נאר שבת, פאר זיי איז עס נישט קיין פייניגעריי. עס איז דא מענטשן וואס עסן פרישע בייגעלס יעדער טאג אויף פרישטיג, פאר זיי עסן ברויט איז א סיגוף.
נישט גייען צו קאנצערטן איז נישט קיין סיגוף, און דאס האט גארנישט מיט דער רמב"ם.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8636
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8092 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » מאנטאג אפריל 29, 2019 6:03 pm

כ'פארשטיי נישט פארואס דארף מען פלייש און וויין צו שטילן די הינגער, אויב נישט צו עסן לתיאבון, מ'קען ממלא כריסו זיין מיט גענוג אנדערע זאכן וואס מ'קען אין מויל נעמען. פלייש און וויין איז סימבאליש פאר תאוה און הנאה, בכל תאות נפשיך תאכל בשר, אין שמחה אלא בבשר ויין.
און פארוואס איינער וואס האט א הנאה פון מוסיקה און איז זיך מונע דערפין הייסט דאס נישט די זעלבע סארט סיגוף לויט דער לאגיק.
א חוץ דאס טענה'ן אז עסן מוז מען ממילא דאן מעגסט עס טון לתיאבון משא"כ מוסיקה אין הכרח ותועלת און די רמב"ם זעלבסט האלט לכאורה אזוי. אבער אויב זעט מען יא א תועלת און מוסיקה דאן איז דא דערביי די זעלבע לאגיק.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1592
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2067 מאל

הודעהדורך זאפטיג » מאנטאג אפריל 29, 2019 6:40 pm

איך ציטיר דא פון אן אנדערע אשכול
מעג מען נהנה זיין? ווענד זיך ווער


[/quote]נעילת החג מוצש״ק האט די אדמו״ר געזאגט אלע זיינע פלענער פאר די קומענדיגע 2 חדשים.

באלד גיי איך צו 'ערד' זיך אפרוהן.
נאכדעם וועל איך וויילן 2 וואכן אין אמעריקע.
ל״ג בעומר וועל איך מאכן די מדורה אין אמעריקע.
שבת פאר ל״ג בעומר וועט זיין א ויזניצע שבת אין אמעריקע.
די ''ב׳ סיון'' יא״צ טיש, וועל איך פירן ''מיטן ספאדיק'' [לכבוד ר״ח?].
נאכן טיש פארן מיר צו 'מירון', לכבוד די גרויסע חתונה ו׳ תמוז.
ז׳ סיון וועלן מיר מאכן א גרויסע פייערונג ''מיט מוזיק'', לכבוד 10 יאר זייט די חנוכת בית מדרשו הגדול.
והוסיף 'א גרויסע פייערונג, אבער נישט ווי י״ב שבט'[quote]]

ENJOY REBBE!!
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

הודעהדורך מיימון » מאנטאג אפריל 29, 2019 7:07 pm

ליטוואק כ'האב געווארט אויף דיינע קשיות.. יא, דעם לכבוד שבת האב איך געמוזט אריינרוקן ווייל סוכ"ס עפעס מוז מען דאך נאכגעבן, גיי לערן אויס א חסידישן איד צו שיין מאכן די שטוב סתם להרחבת הדעת. די גמרא פון דירה נאה איז פאר די פרויען געגעבן געווארן. כאטש לכבוד שבת ווי שמאי בשעתו מעג מען. עס איז באמת שטארק מעגליך אז דאס איז געווען די מחלוקת פון הלל ושמאי ביי שבת. שמאי איז מער א חסידישער טיפ, א קנאי, ער איז נישט סובל קיין שקר, פארטרייבט די אלע מאדנע גרים, און מאכט גזירות אויף י"ח דבר נישט צו האבן קיין שום שייכות מיט גוים, (לפי הירושלמי). הלל ווייטער איז א צוגעלאזענער מענטש, א רואיגער, א סטאאיקער. ער מאכט תקנות פאר תיקון העולם, פארגינט הנאה צו האבן אויף דער וועלט. ער זעט גאר דערין א מצוה. סיי ביים עסן וואס ער רופט אן הכנסת אורחים פארן גוף. און סיי זיך באדן וואס ער פארגלייכט צו די קעניגליכע סטאטוען (! די זעלבע סטאטוען וואס די קנאים האבן מיט מסירות נפש אראפגעריסן ביי הורדוס און ביי קאליגולא) וואס מען וואשט און מען פוצט. הפנים עסן אינמיטן די וואך איז נישט קיין פראבלעם וואס מען דארף פארדעקן מיטן לכבוד שבת, ברוך ה' יום יום איז אויך עפעס. (במאמרי חכמות חיצוניות חלק ב כשדיברתי על הלל רציתי להדגיש מבט זה והבאתי שם כמה מקורות, רק שלא יכולתי להביא הכל). אפשר טאקע האט רש"י מכוון געווען ברוח קדשו אז שמאי איז גערעכט וואס דער רמב"ן וואונדערט זיך שוין דערויף. נאר א חסידישער איד קען נישט פסקנען ווי הלל.

נאר דו פרעגסט וועגן רמב"ם, איז באמת צו מסביר זיין דעם שיטת הרמב"ם דארף מען האבן אסאך צייט, איין פרק שפעטער איז ער זייער שטרענג און פארלאנגט בכל דרכיך דעהו. אבער ווידער זיין דביקות איז נישט אזוי מופשט ווי א מקובל'ס. ער האלט אז א מענטש וואס טוט יעדע זאך לצורך השלמת עצמו איז עבודת ה'. דאס קען זיין עסן שלאפן התעמלות און שמועסן. נאכאלץ אבער איז דאס א מדריגה וואס ער פארלאנגט בלויז פון יחידי סגולה, וואס טארן נישט בטל'ן קיין צייט אויך נישט מיט שירות. פאר אנשים פשוטים איז זיכער דייך מה שאסרה תורה. און פאר יעדן איז נישט דא קיין ערך מיטן זיך אפהאלטן פון עפעס וואס ער שפירט אז ער ברויך, אויב איז ער זיך מתגבר אויף זיך און האלט זיך איין איז דאס נישט קיין מעלה נאר א חטא מאשר חטא על הנפש. נאר א זאך וואס דער מענטש דארף לגמרי נישט און ער זוכט זיך תענוגים צו פארברענגען צייט איז א חסרון פארן שלימות און דער וואס וויל קונה זיין שלימות דארף זיך מתרחק זיין דערפון. אבער דאס איז נישט אסור און קיין עבירה. זע זיינע ווערטער אין אבות א יז. ויש לעיין הרבה בכל זה.
מיימון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:17 am
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 872 מאל

Re: טאר א איד נהנה זיין פון דער וועלט?

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אפריל 29, 2019 8:44 pm

ווער האט געדארפט דער קומזיץ? וויאזוי האט מען געלעבט אן דעם פאראיארן?

דאס איז דאך ממש מיין פונקט. ברענגן נייע תאוות איז נישט די זעלבע ווי אלטע תאוות, ווייל דאס איז א סיגוף און דאס איז א צוגעלייגטע תאווה.

לדעתי, דער רמב"ם פון בכל דרכיך דעהו איז פאר יעדער איד, עס איז נישט קיין מדת חסידות. נאר די מדרגות דערפון זענען געוואנדען אויף דער מענטש׳ס מדרגה. עס איז אייביג א ציל, אבער דאס מיינט נישט סיגוף און זיך וויי טון.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8636
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8092 מאל

הודעהדורך איש חזון » מאנטאג אפריל 29, 2019 11:13 pm

מיימון, לאור דבריך איז מיר איינגעפאלן: יום טוב דאוונט מען 'והביאנו לציון עירך ברינה', אפשר ווייל אין גלות ווייסט מען נישט וויאזוי מען עסט דעם שמחת יום טוב...
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 527
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:02 pm
האט שוין געלייקט: 667 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 393 מאל

Re: טאר א איד נהנה זיין פון דער וועלט?

הודעהדורך מי אני » דינסטאג אפריל 30, 2019 8:33 am

עס איז כדאי צו ציטירן דאס לשון פון טור (או״ח סימן רז), אויפ׳ן פירוש פונ׳ם צווייטן חלק פון ברכת בורא נפשות, וז״ל ועל כל שאר הדברים שברא בעולם שלא היו הנפשות חסרים מהם אם לא בראן שאינן אלא להתענג בהן להחיות נפש כל חי ע״כ.

אזוי אויך איז באקאנט די ירושלמי אין סוף קידושין, רבי חזקיה ר כהן בשם רב עתיד אדם ליתן דין וחשבון על כל שראת עינו ולא אכל ע״ש.


Sent from my iPhone using Tapatalk
מי אני
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 393
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 3106 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 242 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » מיטוואך מאי 01, 2019 12:40 am

שטעלט אייך פאר איר הערט א סאיז דא ריליגע וואס פארציילט , אז זייע גלייבן אין א באשעפער וואס האט אזוי אויסגעשטעלט די וועלט.
ער האט געמאכט דו צינג זאל קענען שפיערן א גוטע טעם, און געמאכט אז דו עסן וואס א מענשט עסט זאל טעסטען זייער גוט.
דערנאך האט ער באשאפן א אז דו איינציגסעט אופן וויאזוי מקען ממשיך זיין דו מין איז מיט געפערליכע הנאה.
גוטע ריחות בשמים וכדו' פאר דו נאז, שיינע מוזיק וואס איז הנאה פארן אויער.
אזוי וויטער האט ער באשאפן ביימער, וואסערן, און בערג וואס איז הנאה פאר דו אויגן.
דאס אלעס האט ער געמאכט כדי דער מענשט זאל נישט הנאה האבן. יא אזויווי איר הערט, נישט הנאה האבן.
יעדער נארמאלער מענשט וואלט געזאגט, אזא מין גלויבען דארף מען זיי מיט זייער גאט טראגן צים דאקטער.
אויב עפעס, שרייט גאט דורך דו בריאה דאס העכסטע וואס איז נאר שייך קומט און האט הנאה. סאיז כמעט אזא התגלת ווי דו קולות וברקים ביי מימד הר סיני, יעדע שפחה זעט דו קולות.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3776
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4557 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1857 מאל

Re: טאר א איד נהנה זיין פון דער וועלט?

הודעהדורך טמיר » מיטוואך מאי 01, 2019 3:15 am

פון חובות הלבבות קומט אויס אז עס איז נישטא אזא זאך ווי רשות.
אין ספר החינוך ביי די מצוה פון ולא תתרו קומט אויך אויס אז מען טאר גארנישט טון סתם להנאה, אזוי ליגט מיר אין זכרון
טמיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 698
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 3335 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 535 מאל

הודעהדורך זאפטיג » מיטוואך מאי 01, 2019 8:07 am

טמיר האט געשריבן:פון חובות הלבבות קומט אויס אז עס איז נישטא אזא זאך ווי רשות.
אין ספר החינוך ביי די מצוה פון ולא תתרו קומט אויך אויס אז מען טאר גארנישט טון סתם להנאה, אזוי ליגט מיר אין זכרון


נישט פאדרייען ביטע!
דער חובת הלבבות זאגט אז יעדער זאך איז אדער א מצווה אדער פארקערט
אז איך וויל יעצט ענדזויען כדי אזוי ארום מיינע נערווען בארויגען אז איך זאל קענען בעסער זיין צים דינסט פון מיין באשעפער דאן איז דאס א מצוה. אז איך זעץ מיך ארפא שרייבן אויף קאווע שטיבל ווייל דאס געט מיך א ברעיק אינמיטען העוויי סטרעספאל ארבעט דאן איז דאס א מצווה.
לשם יחוד... הנני מוכן ומזומן... ויהי נועם ה' וגו'
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

Re: טאר א איד נהנה זיין פון דער וועלט?

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 01, 2019 8:25 am

שיין, אבער די אנדערע צד איז אז די הנאה זעלבסט איז די תכלית, נישט דאס בארואיגן די נערווען.

דער ראיה פון די בריאה איז זייער שוואך. דער וועלט מוז קומען מיט נסיונות פונקט ווי מיט תועלת׳ן. דער זיך מתגבר זיין אויף נסיונות איז א שלימות אין די מענטשהייט און אן עבודת הבורא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8636
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8092 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 4 געסט