טאר א איד נהנה זיין פון דער וועלט?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 296 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1512 מאל

טאר א איד נהנה זיין פון דער וועלט?

שליחה דורך מיימון »

אין דעם ערשטן טאג פון חול המועד האט זיך דער חסידישער עולם אין ניו יארק אויפגעוועקט צו א מאדנע סומאטוכע, דער "איסור" פון סאטמארער בי"ד אקעגן א קומזיץ. מענטשן האבן געצויגן מיט די אקסלען און געדרייט מיט די נאז, רוב עולם קעירט שוין לאנג נישט איבער סיי וועלכע צעטלעך, וואס האבן שוין במשך די לעצטערע יארן באוויזן צו אסר'ן בייקס, ווידיאס, קאמפיוטערס, סעלפאונס, טעקסט מעסעדזשינג, סמארטפאונס, אינטערנעט, וואטסעפפ, מוזיק, זינגערס, ביכער און שפילן און די ליסטע איז לאנג. אבער דאסמאל האבן מענטשן געשפירט אז מען האט איבערגעצויגן דאס שטריקל. די דאזיגע אטאקע האט גע'היט' דוקא די פרומסטע פארשלאסנסטע גרופע, די וואס זענען דאס מערסטע אויסגעשטעלט צום אימפאקט פון די צעטלעך-שרייבער, נישט קיין אנגעפרעסענע ציצית-אונטערן-העמד מענטשן וואס לאזן זיך וואוילגיין כרצונם, אבער אויך נישט קיין פארפרומטע שווארצע-גלעזער אידן וואס פארשטייען אליין וויאזוי צו דינען דעם אייבערשטן. נאר די טיפישע וויליאמסבורגער ערנסטע בעלי-בתים וואס ווילן זיין ערנסט און לייטיש, וואס לייגן א פילטער אויפ'ן פאון לצורך פרנסה, און טוען נישט קיין שום קאנטראווערסיאלע זאכן.

דער צעטל האט נישט גע'אסר'ט די שמילי אונגאר קאנצערטן אדער אונטערן שפיל, נישט די אלע גיטאר-קארליבאך-קומזיצן וואס קומען כסדר פאר אדער די מאסן-געפארעכץ צו יעדן מוזעאום און פארק איבער ניו יארק און ניו דזשוירזי, דער צעטל האט אטאקירט דוקא א מעמד וואס האט פארמאגט אלע אינגרידיענטס פון אכשר-דרא און פרומקייט, א ניגון וואס דער מחבר לעבט נאך איז שוין אויטאמאטיש פסול, א הייליגע ערנסטע חול המועד מסיבה, און דאן בום. אסור. דער אפעקט וואס דאס וועט האבן אין צוקונפט איז אוממעגליך צו שאצן.

עס איז כדאי אבער זיך אפצושטעלן און אריינטראכטן וואס דא גייט פאר, וואס איז טאקע פשט מיט די רבנים? וואס ווילן זיי מען זאל טון? אדער ווי אנדערע וועלטן געזאגט, וואס דרוקט זיי? מאנכע וועלן שוין אויפשפרינגען ווי די פארצייטישע משכילים און פארפירן אז די רבנים זענען דא בעצה אחת נישט צו לאזן אוועקנעמען זייער קאנטראל וכו' זיי ווילן אונטערדרוקן דעם ציבור וכדו'. אבער לכאורה קוקט נישט אויס ווי די רבנים זענען קאנספיראטארן און קאלטבלוטיגע מאניפולירער, על פי רוב זענען די רבנים ערליכע און פרומע מענטשן וואס ציטערן באמת פון אן עבירה און פרובירן צו לעבן מיט די אלע סארט חומרות און אידישקייט ענינים מיט וואס זיי זענען אגאנצן טאג ארומגענומען.

דער אמת איז אבער אז דאס איז א פראבלעם פון אונזער קולטור בכלל, די רבנים פרובירן פשוט צו אינפארסירן א זאך וואס זיי זעען אלס א קלארע פארלעצונג פון אונזער השקפה, און וואס זייער עולם קען נישט באמת פארלייקענען. זיי זעען אין עולם הזה א שונא, זינגען און טאנצן זענען א פרעמדער געוואוקס אין אידישקייט, עסן און טרינקען זענען נאר דא לצורך מצוה פאר שבת און יו"ט, אדער בדיעבד צו קענען האבן כח צו דינען דעם אויבערשטן, שפילן און שפאצירן דארפן א תירוץ פארוואס מען טוט דאס.

ביי די רבנים און רבי'ס אליין גייט דאס אפילו צו אן אבסורד, ווען זיי קענען נאר טון זאכן מיט א לשון-קודש ווארט ווי אין א פרואוו דאס הייליג צו מאכן. זיי זענען "טועם פת שחרית" און גייען ארויס "מחוץ לעיר למנוחת הנפש". זיי שפילן שאך ניטל אלס "מנהג ישראל" און טאנצן נאר אלס "שמחת חתן וכלה". סתם הנאה האבן איז א בושה און מוז האבן א תירוץ ווי צו דערפרייען א צובראכן קינד, משום שלום בית וכדומה.

דאס איז אבער אינגאנצן נישט קיין נייע זאך, אין אידישע השקפה האט דאס א לאנגע טראדיציע. דאס טויזנטער-יארן גלות לעבן האט איבערגעלאזט טיפע איינדרוקן אויפ'ן אידישן פאלק. אין א צייט וואס אידן זענעם בארויבט געווארן פון יעדן סארט גשמיות'דיגן לעבן, זייער לאנד, זייער זעלבסטשטענדיגקייט, זייער פרייהייט, און זענען געצוימט געווארן מיט אלע סארט גזירות און פארבאטן פון אנטיילנעמען אין אקטיוון לעבן, איז דער איינציגסטער אלטערנאטיווע געווען זיך צו קאנצענטרירן אויף רוחניות, דער שכר איז געווארן אבסטראקט און אפגעשטופט צו א אומקלארן ווייטן עולם הבא, און דער תענוג הנשמה איז געווארן פיל וויכטיגער און מער אקטועל ווי די תענוגי הגוף. די הנאות גשמיות האבן באקומען צוביסלעך א פיינטליכן פארעם, עולם הזה געהערט צו עשיו, תאוות זענען עצת היצר. פרישות און נזירות האבן באקומען א אויסזען פון א ריכטיגן מיטל צו דערגרייכן דעם באשעפער פון רוחניות וואס עקזיסטירט אפגעזען פון אלע דערנידערונגען פון די פעלקער דא אונטן, וואס לעבט אין אנדערן מציאות אין וואס אידן זענען נישט פארפאלגט און דערנידערט, נאר לייכטן און שיינען.

אין אזא וועג זענען געשריבן געווארן די אלע "ספרי מוסר" פון די מיטל-אלטער יארן, וואס האבן געמאכט דעם וועג אראפ דעם לאנגן דורות קייט און טוען נאך אפעקטירן דעם היינט-צייטיגן אידישן געדאנקענגאנג, און אומגעזאגטערהייט פארשטייט אן ערנסטער איד אז "א קומזיץ איז נישט קיין אידישע זאך". אז מען גייט ארויס מיט די קינדער חול המועד איז איין זאך, דאס ווייב און קינדער מוז מען דאך צופרידנשטעלן. און אז מען זעט "נפלאות הבורא" קען מען זיך נאך א פארענטפער געבן. אבער זיך אליין מפנק צו זיין, לכתחילה זיך אריינזעצן צו א הנאה-פארברענג אן קיין תירוץ פון צדקה אדער סעודת מצוה איז שוין אומהיימליך און פרעמד.

דער רמב"ם איז באקאנט מיט זיין "אנדערן" סארט צוגאנג צו אידישקייט, און איז פאר שלומי אמוני ישראל א שטיקל "פראבלעם". אבער איך מיין אז דער מערסט-קאנטראווערסיאלער שטיקל פאר היינטיגער אידישקייט איז נישט אין מורה נבוכים נאר אין פירוש המשניות, שמונה פרקים פרק ד' וזה לשונו: "אבל מה שעשו אותם החסידים בקצת הזמנים, וקצת המקומות, וקצת אנשים מהם גם כן מנטות אחר הקצה האחד: בצום, וקום בלילות, והנחת אכילת בשר ושתית יין, והרחקת הנשים, ולבוש הצמר והשער, ושכונת ההרים, והתבודד במדברות - לא עשו דבר מזה אלא על דרך רפואות, כמו שהזכרנו... וכאשר ראו הכסילים שהחסידים עשו אלה הפעולות ולא ידעו כונתם, חשבו שהן טובות וכונו אליהן, בחשבם שיהיו כמותם. ויענו את גופתם בכל מיני עינוי, ויחשבו שהם קנו לעצמם מעלה ומידה טובה ושעשו טובה, ושבזה יתקרב האדם לשם - כאלו השם יתברך שונא הגוף ורוצה לאבדו. והם לא ידעו שאלו הפעולות רע, ושבהן תגיע פחיתות מפחיתויות הנפש. ואין להמשילם אלא לאיש שאינו יודע במלאכת הרפואות... וזאת התורה התמימה המשלמת אותנו כמו שהעיד עליה יודעה: "תורת ד' תמימה משיבת נפש, עדות ד' נאמנה מחכימת פתי" (תהילים יט, ח) - ולא זכרה דבר מזה. ואמנם כונה להיות האדם טבעי הולך בדרך האמצעי: יאוכל מה שיש לו לאכול - בשווי, וישתה מה שיש לו לשתות - בשווי, ויבעל מה שמותר לו לבעול - בשווי, וישכון במדינות ביושר ובאמונה. לא שישכון במדבריות ובהרים, ולא שילבש הצמר והשער, ולא שיענה גופו. והזהירה מזה, לפי מה שבא בקבלה. נאמר בנזיר: "וכפר עליו מאשר חטא על הנפש" (במדבר ו, יא). ואמרו רבותינו, זכרונם לברכה: "וכי על איזה נפש חטא זה? - אלא על שצער עצמו מן היין. והלא דברים קל וחומר: מה זה שצער עצמו מן היין - צריך כפרה, המצער עצמו מכל דבר ודבר על אחת כמה וכמה" (תענית יא, א). און דער רמב"ם איז ממשיך צו ווייזן אז די תורה אליין האט שוין גע'אסר'ט פונקטליך וויפיל עס פעלט אויס צו קאנטראלירן די שלעכטע מידות און נאטורן, "וכשיבוא האיש הסכל בלא ספק וישתדל להוסיף על אלו הדברים, כמו: שיאסור המאכל והמשתה, מוסף על מה שנאסר מן המאכלים. או יאסור הזווג יותר על מה שנאסר מן הבעילות. ויתן כל ממונו לעניים או להקדש, מוסף על מה שבתורה על ההקדשות ועל הצדקות, ועל הערכים - יהיה עושה מעשה הרעים והוא לא ידע, ויגיע אל הקצה האחר ויצא מן המצוע לגמרי. ולחכמים בזה הענין דבר, לא שמעתי כלל יותר נפלא ממנו, והוא בגמרא דבני מערבא בפרק התשיעי מנדרים, דבר בגנות המקבלים על עצמם שבועות ונדרים עד שישארו כעין אסורים. אמרו שם בזה הלשון: "אמר רב אידי בשם רבי יצחק: לא דיך במה שאסרה תורה, אלא שאתה אוסר עליך דברים אחרים" וזה הענין שזכרנו בשוה בלא תוספת ובלא חיסרון."

אין אנדערע ווערטער זאגט אונז דער רמב"ם אז פרומקייט און איבריגע אפגעהיטנקייט איז נישט קיין מעלה נאר א חסרון! עס איז א חטא און אין דירעקטן קעגנזאץ מיט די תורה, א זאך וואס איז אינגאנצן אין קאנטראסט מיט היינטיגע אידישקייט וואו אסר'ן א זאך מחמת א מינדעסטע ספק איז א לכתחילה'דיגע זאך. וואס קען שוין געשען פון אסר'ן? און צומאל אפילו נישט מחמת ספק נאר גלאט אזוי, עס שמעקט נישט היימיש, מען האט עס נישט געזען, און שוין. אין די צייט וואס לויט'ן רמב"ם איז דאס פונקט אזוי אסור און היפוך התורה!

ווען מיר זענען געווארן בר-מצוה האבן מיר געהאט א מגיד-שיעור וואס האט ליב געהאט צו זיין פארנומען מיט חסידות, ער האט געזען אלס זיין תפקיד אונז צוצוגרייטן צו די בחור'ישע יארן און אריינברענגען אין אונז דעם חסידישן ברען. אלס א חלק פון דעם פלעגט ער כסדר אפלאכן פון היינטיגע מוזיק, אדווערטייזמענטס און פארוויילונג, און פון תאוות אין אלגעמיין, ארויסברענגענדיג ווי נאריש די אלע זאכן זענען און אז א חסידישער בחור טאר נישט ליגן אין עולם הזה, מוזיק, פוצן דעם גוף, נאר אין עבודת ה'. פאר רוב בחורים האט עס מסתמא נישט געשטערט, אריין פון איין אויער און ארויס פון צווייטן, איך אבער, א תמימות'דיג ערנסט בחור'ל, האב עס גענומען היבש ערנסט. אליין נישט וואוסנדיג פונקטליך וויאזוי, אבער איך האב זיך שוין געשעמט צו שפילן מיט די לעגאס מער, א קליין בחור'ל מיט א גרויסן חאלאט און הוט האב איך געשלעפט ספרים און געליינט די הקדמות און שער-בלעטער.

א יאר שפעטער אבער איז דער מנהל פון ישיבה-קטנה אויך נישט געווען צופרידן פון דעם, דו - זאגט ער - דארפסט קענען בבלי ירושלמי ספרי ספרא און מכילתא, נישט פארברענגען צייט מיט היסטאריע. שוין, האב איך זיך אריינגעלייגט אין ספרי מוסר און יראה און געווארן גאר הייליג, איז מיין מאמע נישט געווען צופרידן, ביז היינט בין איך נאך צומישט פון דעמאלטס... הכלל אבער האט מיר קיינער נישט געקענט זאגן די ווערטער וואס איך האב יארן שפעטער געטראפן אין רמב"ם: דו מעגסט שפילן. מעגסט טאנצן און לויפן. כל זמן עס איז נישט באיסור איז עס נישט קיין פראבלעם.

אמאל גיי איך ארויס פרייטאג פון שול מיט א בינטל בלומען אין די הענט. מיין חבר, א ערנסטער בן תורה, נעמט זיך קרומען סארקאסטיש, וואס איז דאס בלומען? שלום בית, הא? הגם עס איז אמת אז די פרויען האבן ליב ווען מען ברענגט אהיים בלומען האב איך אבער אויסגעקליבן צו ענטפערן עפעס וואס איך האב געשפירט אלס מער ריכטיג. ניין, פאר מיר, זאג איך אים, וואס איז, נאר גוים מעגן הנאה האבן פון די שיינע בלומען? פארוואס האט דאס דער באשעפער באשאפן אויב נישט הנאה צו האבן דערפון לכבוד שבת? דער אינגערמאן האט מיר באדאנקט און אליין גענומען א בינטל אהיימצוטראגן.

הנאה האבן פון דער וועלט איז נישט קיין פראבלעם, עס איז דעם באשעפער'ס וועלט און ער האט דאס באשאפן פאר אונז צו נוצן. דער באשעפער איז נישט קיין שלעכטער, און אלס גוטער טאטע האט ער זיכער הנאה צו זען ווי זיינע קינדער ענדזשויען זיך. מיר דארפן געדענקען דאס צו קלאר מאכן פאר אונזערע קינדער, נאך אזויפיל איסורים, חומרות, פרומקייטן, און גזירות צו וואס מען איז כסדר אויסגעשטעלט, דארף מען זיכער מאכן אויסצונוצן וואס איז יא מותר און זיי לאזן האבן א שמחת החיים. נאכן אזוי שיין אויספאלגן אלע דאורייתא'ס דרבנן'ס חומרות מנהגים און ענינים, לאמיר כאטש נישט אוועקנעמען וואס איז זיי געבליבן און עס לאזן אויסנוצן מיטן פולסטן פארנעם, און טאקע אין די טעג ווען מיר גייען ארויס באטראכטן דעם באשעפער'ס שיינע וועלטל וואס בליט אויף און מיר מאכן די ברכה:

בָּרוּךְ אַתָּה יְהֹוָה, אֱלֹהֵֽינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם, שֶׁלֹּא חִסֵּר בְּעוֹלָמוֹ כְּלוּם, וּבָרָא בוֹ בְּרִיוֹת טוֹבוֹת וְאִילָנוֹת טוֹבוֹת, לֵהָנוֹת בָּהֶם בְּנֵי אָדָם.

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר