לא תעשון כן לה' אלקיכם. די עכטע עבירה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 800 מאל

לא תעשון כן לה' אלקיכם. די עכטע עבירה

שליחה דורך shem-tov »

געווען אינטערסאנט צו הערן די דברות קודש פון כק אדמ"ר
מסאטמאר רבי זלמן לייב שליט"א פארגאנגענעם חוה"מ אז די סיבה פארוואס זיין בית דין צדק איז ארויס קעגן די "שירים וזמרה" קומזיץ איז צוליב די הארבע לאו פון לא תעשון כן לה' אלקיכם

האב איך נאכגעקוקט אביסל מער וועגן די לאו און געזעהן אז דאס גייט ארויף די יודן זאלן ח"ו נישט פארשטויסן דעם שם שמים אזוי ווי איר זענט מחיוב צו טון מיט די עבודה זרה און פון דא לערנט מען ארויס די איסור פון אוועקווארפן שמות הקודש נאר עס גונז זיין האב איך מיך אזוי געוואונדערט ווי קומט דאס פאר א גיט יאר אריין דא צום קומזיץ.

אויך האט זיך יעדער געפרעגט ווי קומט דאס צו די בי"ד ארויסצוקומען מיט א איסור קעגן א נערישע קומזיץ בפרט ווען מען הערט פון זיי קיינמאל נישט קיין הכשרים און נישט קיין פסקים אבער דא פלוצלינג אן איסור אויף א קומזיץ.

האב איך געהערט א שוידערליכע זאך דעם שבת אז כמעט די איינציגסטע זאך אויף וואס די דערמאנטע בי"ד געט אן הכשר בפומבי איז אויף די שמות לגניזה טראקס פאר פסח די קאמפעני וואס מען האט שוין טויזענט מאל מברר געווען מיט קלארע ווידיאוס און עדים אז אלע זייערע שמות ווערן דעליווערט צו א גארבעדש לענדפיל אין דעם געפינט זיך אויך אלע מיני תשמישי קדושה רח"ל און ווען מען קאלט די דיינים פונעם בי"ד זאגן זיי אז סהאט מיט זיי גארנישט און זיי ווייסען נישט מען זאל קאלן דעם קלענערן דיין אויף וואס ער ענפערט אז עס איז נישטא קיין צווייטע ברירה און ער פארלאזט זיך אויף עפעס א רב אין לעיקוואד.

קומט אויס אז די ערליכסטע פרומע קהילה אויף די וועלט סאטמאר מהרז"ל וואס איז מיסודו פון רביה"ק וואס ווערט באגלייט מיט א אויסטערלישע סייעתא דשמיא און מיט די ערליכסטע פרומסטע דיינים זענען מכשיל דעם צבור מיט אזא פרעכע עבירה אויף וואס די תורה הקדושה בעט זיך לא תעשון כן לה' אלקיכם טוט דאס נישט צום הייליגן באשעפער, און נאך אוודאי ווען יודן האבן געהיטן אויף זייערע שמות, יודן זענען מסכים צו צאלן געלט עס גונז זיין איז עס א געפערליכע חטא דאס צו שטויסן אין גארבעדש, אבער זיי פאר א שווארץ יאר אן קיין שום פשט האלטן זיך ביי זייערס ווייל קיינעם ארט עס נישט עס איז דארט נישטא קיין קאמפעטישאן וואס
זאל רידערן. ער געט נאך דעם גארבעדש בחינם פאר מעמבערס.

. עכ"פ האב איך געטראכט בדרך אפשר עס קען זיין א מוראדיגע
סייעתא דשמיא אז דער רבי האט זיך דא ביים קומזיץ באנוצט מיט די ווערטער פון לא תעשון כן וגו' אז זיין אייגענע בי"ד וואס זענען דארט געזיצן זאלן זיך אויפוועקן איידער סאיז צו שפעט אין תשובה טון אויף דעם שרעקליכע זלזול אין כבוד שם שמים און עס תיכף מתקן זיין. מי יודע
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
רעאגיר