מורא'דיגע גילוי פרישע קבר צו מתפלל זיין לע"נ הרה"ק מקערעסטיר

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

מורא'דיגע גילוי פרישע קבר צו מתפלל זיין לע"נ הרה"ק מקערעסטיר

הודעהדורך העניך » מאנטאג מאי 06, 2019 10:57 pm

א מורא'דיגע מעשה האט זיך אפגעשפילט נעכטן נאכט, וואס איך ברענג דא עקסקלוסיוו פאר די קאווע שטיבל לייענער. איך ברענג די מעשה מיט אלע פרטים, אז יעדער זאל דאס קענען נאכגיין.

הרה"ח ר' שלום יהודה נייבוים הי"ו פון בארא פארק (באקאנטער געשעפט-אייגנטומער פון האום גודס) האט געדארפט פארן קיין קערעסטיר צום יארצייט פון הייליגן צדיק רבי ישעי' בן רבי משה זי"ע, אבער ער איז ליידער אנגעשטעקט געווארן מיט מיזעלס און האט נישט געקענט פארן. (ער האט צוויי טעכטער און איין זון וועלכע זענען אנטי-וואקסערס.)

ער איז געווען מורא'דיג צעבראכן, און נעכטן א גאנצן טאג האט ער ממש מיט מסירת נפש געוויינט ביים קבר פון ר' ישעי'לע'ס ברודער אין סטעטען איילענד, אז ער זאל נאך יא קענען אנקומען צו ר' ישעי'לע צום יארצייט.

נעכטן נאכט האט ר' שלום יהודה גע'חלומ'ט ווי אן עלטערער איד קומט צו אים. ער האט גלייך דערקענט אז דאס איז ר' ישעי'לע פון די בילדער וואס ער נוצט צו פארטרייבן די מייז אין זיין געשעפט. און ר' ישעי'לע האט אים געזאגט כהאי לישנא:

ר' שלום יהודה, כ'האב געזען דיין געוויין און דיין צער, און איך וויל דיר זאגן אז אנשטאט קומען צו מיין קבר איז דא א קבר אין ניו יארק וואו דו קענסט אלעס אויס'פועל'ן. עס איז געווען א איד, הרה"ק רבי יוסף מנחם מענדל בן הרה"ק רבי יונה זצוק"ל, וועלכער האט געוואוינט אין ניו יארק, און ער איז געווען פון די ל"ו צדיקים, און ער פלעגט אייביג חזר'ן אמונה טהורה און יראת שמים. ער פלעגט אזויפיל חזר'ן און חזר'ן, אז מ'פלעגט אים רופן 'מענדעלע חזיר'."

"גיי צו זיין קבר, זאג די תפילה, און ס'וועט דיר גוט זיין!" האט ר' ישעי'לע אויסגעפירט.

ר' שלום יהודה האט זיך אויפגעוועקט, און בכלל נישט פארשטאנען. ער האט נישט געוואוסט פון קיין תפילה, און נישט געוואוסט פון וועמען ר' ישעי'לע האט גערעדט. ער האט געטראכט אז ס'איז סתם דברים בטלים.

ער איז צוריק געגאנגען שלאפן, און ר' ישעי'לע איז צוריקגעקומען אין חלום און געזאגט, "דו ווייסט נישט וועלכע תפילה? אך, אידן ווייסן נישט וואספארא אוצרות עס זענען פאראן!" און ר' ישעי'לע האט ארויסגענומען פון זיין קיטל א קארטל און א ווארף געטון צו ר' שלום יהודה, ס'איז געפלויגן צו זיין שטערן, און געגעבן א קליינע שטאך, פון וואס ער האט זיך תיכף אויפגעכאפט פון שלאף. צו זיין שטוינונג האט ער געשפירט א שניט אויף זיין שטערן, און אויף זיין בעט איז געלעגן א קארטל מיט א תפילה פאר הרה"ק רבי מענדעלע זצוק"ל. (זעט בייגעלייגטן בילד פון די תפילה פאר הרה"ק רבי מענדעלע זי"ע וואס רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע האט געגעבן פאר ר' שלום יהודה נעכטן אין חלום.)

אידן האבן היינט אינדערפרי געהערט די מורא'דיגע מעשה פון ר' שלום יהודה אליין, און עס ארגאניזירן זיך באסעס צו פארן צום ציון פון הרה"ק רבי מנחם מענדל זצוק"ל, דעם ג' אייר לע"נ רבי ישעי' בן רבי משה זי"ע.
בייגעלייגטע פיילס
DlEt7__WsAcQrbX.jpg
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 413
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2149 מאל

Re: מורא'דיגע גילוי פרישע קבר צו מתפלל זיין לע"נ הרה"ק מקערע

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » מאנטאג מאי 06, 2019 11:20 pm

ס'גייט זיין א קאך דארט אויך??
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 678
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3471 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1317 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מאנטאג מאי 06, 2019 11:38 pm

דער איז שוין אן אלטער צדיק נסתר. אידן פארן שוין צו אים זייט זיין פטירה, כ'מיין צו זאגן הסתלקות... איך ווייס א איד וואס פארט צו אים יעדע וואך און צינדט א לעכטל אין שול יעדן טאג פאר אים.

ס'איז בכלל נישט דיין אויסטרעף @העניך...
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2077
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1068 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1288 מאל

הודעהדורך העניך » דינסטאג מאי 07, 2019 12:16 am

איסר האטלקי האט געשריבן:דער איז שוין אן אלטער צדיק נסתר. אידן פארן שוין צו אים זייט זיין פטירה, כ'מיין צו זאגן הסתלקות... איך ווייס א איד וואס פארט צו אים יעדע וואך און צינדט א לעכטל אין שול יעדן טאג פאר אים.

ס'איז בכלל נישט דיין אויסטרעף @העניך...

יא יא, אבער יעצט האט עס ר' ישעי'לע אינדארסירט.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 413
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2149 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דינסטאג מאי 07, 2019 12:54 am

רבי ר' מענדעלע פלעגט אויך עוסק זיין אין גיבן עסן פאר אידישע קינדער. געדענק מיר נאך ווי ער פלעגט ברענגן קוקיס אין לעיקוואד מנין.

@העניך, די שרייבסט אז הרה"ח ר' שלום יודא איך האט דערקענט ר' ישעי'לע פון די בילדער. מיינט דאס אז ער טראגט נאך די זעלבע רינדעכדיגע פלאטשיגס?
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2519
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3936 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג מאי 07, 2019 1:13 am

שמעון וואלף: ער איז געווען לעצטע וואך ביי קרויס. און ר'האטציך געקויפט א נייעם הוט. אבער ער האט געטוישט צו א הויעכן ביבער הוט. נאר איין זאך. ער האט געטוישט צו א וויזניצער הוט. מיט די באנד אויף די רעכטע זייט...!

אוי 'עמיר זיך דארפן קלאפן ביי...לצנו...! אריינגערעכנט דער פותח האשכול...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13105
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14529 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8344 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » דינסטאג מאי 07, 2019 4:08 am

כ'ווייס נישט וואס גייט דא פאר... איינער האט סיריעסלי גע'חלומ'ט אז די חלום איז אמת? ר' שייעלע זצ"ל האט דאך שוין אפישעלי געשטעלט זיין ברודער אלס ממלא מקום... זעט אויס אז מענטשן ווילן שוין אויך מאכן פאליטיק אין קערעסטיר... ליזענסק איז נעקסט?
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 227
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » דינסטאג מאי 07, 2019 6:51 am

ווי איז די ציון פון דעם הרה"ק ר' מנחם מענדל זצ"ל ????
שמחהלע קאפשטיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 142
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 99 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג מאי 07, 2019 12:30 pm

אין ניו גערסי
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1796
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 961 מאל

הודעהדורך גאלד » דינסטאג מאי 07, 2019 1:33 pm

עפעס שטימט דא נישט,
דער אנגעבליכער צדיק האט דאך עובר געווען אויף בל תשקצו, וה' הטוב יכפר.
אויב קלערט איר אז איך געב א hoot אויף אהרן און זלמן לייב זאלט איר וויסן אז אויסדריקליך יא! און רעג מיך נישט אויף!
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1718 מאל

הודעהדורך יין שרף » דינסטאג מאי 07, 2019 1:51 pm

משא"כ אלע אנדערע צדיקי דורינו? שפיכת דמים און הלבנת פנים, מחלוקות און זמן תפילה..
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2008
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4152 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2527 מאל

הודעהדורך העניך » דינסטאג מאי 07, 2019 2:05 pm

הר"ר שלום יהודה הי"ו האט היינט מפרסם געווען א בילד פון זיין שטערן, וואו מ'קען קלאר זען די וואונד וואס האט אים געכאפט, ווען הרה"ק מקערעסטיר זצוק"ל האט צוגעווארפן צו אים דעם קארטל מיט דער תפילה צו הרה"ק רבי מענדעלע חזיר זצוק"ל, אינמיטן זיין חלום פארגאנגענע זונטאג נאכט.
IMG876.JPG
IMG876.JPG (20.46 KiB) געזען געווארן 3411 מאל


גלייכצייטיג ווילן מיר מעלדן אז הר"ר שלום יהודה ארבעט העפטיג אויף באסעס צום ציון פון הרה"ק רבי מענדעלע זצוק"ל אינעם יומא דהילולא פון הרה"ק מקערעסטיר רבי ישעי' בן רבי משה זצוק"ל. ווער עס וויל זיך מיטכאפן קען רופן 605-475-6962.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 413
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2149 מאל

הודעהדורך כוכב » דינסטאג מאי 07, 2019 2:09 pm

העניך האט געשריבן:הר"ר שלום יהודה הי"ו האט היינט מפרסם געווען א בילד פון זיין שטערן, וואו מ'קען קלאר זען די וואונד וואס האט אים געכאפט, ווען הרה"ק מקערעסטיר זצוק"ל האט צוגעווארפן צו אים דעם קארטל מיט דער תפילה צו הרה"ק רבי מענדעלע חזיר זצוק"ל, אינמיטן זיין חלום פארגאנגענע זונטאג נאכט.
IMG876.JPG


גלייכצייטיג ווילן מיר מעלדן אז הר"ר שלום יהודה ארבעט העפטיג אויף באסעס צום ציון פון הרה"ק רבי מענדעלע זצוק"ל אינעם יומא דהילולא פון הרה"ק מקערעסטיר רבי ישעי' בן רבי משה זצוק"ל. ווער עס וויל זיך מיטכאפן קען רופן 605-475-6962.



https://www.legalexpert.co.uk/how-to-cl ... ry-claims/
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4980 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6793 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » דינסטאג מאי 07, 2019 2:17 pm

איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2077
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1068 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1288 מאל

הודעהדורך כוכב » דינסטאג מאי 07, 2019 2:19 pm

העניך, מיין לייק איז פאר די סדר הבאסעס האטליין...
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4980 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6793 מאל

הודעהדורך גאלד » דינסטאג מאי 07, 2019 2:42 pm

יין שרף האט געשריבן:משא"כ אלע אנדערע צדיקי דורינו? שפיכת דמים און הלבנת פנים, מחלוקות און זמן תפילה..

well
די אלע צדיקי דורינו זענען נאך דערווייל נישט געקומען צו קיינעם אין חלום
אויב קלערט איר אז איך געב א hoot אויף אהרן און זלמן לייב זאלט איר וויסן אז אויסדריקליך יא! און רעג מיך נישט אויף!
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1718 מאל

הודעהדורך העניך » דינסטאג מאי 07, 2019 2:49 pm

כוכב האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:הר"ר שלום יהודה הי"ו האט היינט מפרסם געווען א בילד פון זיין שטערן, וואו מ'קען קלאר זען די וואונד וואס האט אים געכאפט, ווען הרה"ק מקערעסטיר זצוק"ל האט צוגעווארפן צו אים דעם קארטל מיט דער תפילה צו הרה"ק רבי מענדעלע חזיר זצוק"ל, אינמיטן זיין חלום פארגאנגענע זונטאג נאכט.
IMG876.JPG


גלייכצייטיג ווילן מיר מעלדן אז הר"ר שלום יהודה ארבעט העפטיג אויף באסעס צום ציון פון הרה"ק רבי מענדעלע זצוק"ל אינעם יומא דהילולא פון הרה"ק מקערעסטיר רבי ישעי' בן רבי משה זצוק"ל. ווער עס וויל זיך מיטכאפן קען רופן 605-475-6962.



https://www.legalexpert.co.uk/how-to-cl ... ry-claims/

אזוי פאנגט זיך אן ליצנות פון סיפורי צדיקים. קודם לייקענט מען אפענע זאכן וואס אידן וואס לעבן מיט אונז האבן געזען מיט די אייגענע אויגן, און מ'לאכט פון די מעשיות באזירט אויף נארישע אינטערנעטס, און נאכדעם לייקנט מען אין די עשרת הדברות. :evil:
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 413
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2149 מאל

הודעהדורך העניך » דינסטאג מאי 07, 2019 2:51 pm

כוכב האט געשריבן:העניך, מיין לייק איז פאר די סדר הבאסעס האטליין...

@איסר האטלקי האט געלייקט די תגובה, אבער מיין תגובה זעלבסט האט ער נישט געלייקט. גיי פארשטיי. :roll:
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 413
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2149 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » דינסטאג מאי 07, 2019 2:56 pm

נאר אדאנק כוכב האב איך געוואוסט צו רופן...
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2077
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1068 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1288 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » דינסטאג מאי 07, 2019 5:03 pm

אישתישבי האט געשריבן:אין ניו גערסי

אה..
כ'וואונדער זיך אויף די אבנארמאלע טראפיק היינט אין ניו גערסי. גאנץ גערסי איז אנגעשטויסן
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל

Re: מורא'דיגע גילוי פרישע קבר צו מתפלל זיין לע"נ הרה"ק מקערע

הודעהדורך גר ותושב » דינסטאג מאי 07, 2019 9:08 pm

העניך האט געשריבן:ער האט גלייך דערקענט אז דאס איז ר' ישעי'לע פון די בילדער וואס ער נוצט צו פארטרייבן די מייז אין זיין געשעפט.

איך טרעיט מער נישט אריין צו עים אין געשעפט.
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1649
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1598 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1068 מאל

הודעהדורך העניך » דינסטאג מאי 07, 2019 10:01 pm

כ'נעם עס פאר א קאמפלימענט אז מיין ארטיקל איז געגאנגען וויירעל, אבער איך זאג נאכאמאל אז כ'בין נישט מסכים אז מ'זאל קאפירן מיינע ארטיקלען. און אויב מ'איז עובר אויף דעם זאל מען כאטש צולייגן א לינק צום אריגינעלן ארטיקל.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
העניך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 413
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2149 מאל

הודעהדורך יין שרף » דינסטאג מאי 07, 2019 10:04 pm

לאו הניתק לעשה..
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2008
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4152 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2527 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » מיטוואך מאי 08, 2019 12:33 am

ס'געווען אויף אייוועלט ביז איינער האט צוגעשריבן "קרעדיט: קאווע שטיבל" דאן איז עס געפלויגן.
אט איז א סקרינשאט
בייגעלייגטע פיילס
Screenshot_2019-05-07-16-35-06.png
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2519
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3936 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » מיטוואך מאי 08, 2019 1:04 am

איך וואלט געוואלט זעהן די סקרין שאט פון די ריפלייס...
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1475
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 838 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 769 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט

cron