בלאט 2 פון 2

הודעהפורסם: מיטוואך מאי 08, 2019 1:32 am
דורך איש חזון
קען עמיצער אפשר זיין אזוי גוט און מסביר זיין וואס דא גייט פאר?

הודעהפורסם: מיטוואך מאי 08, 2019 6:22 am
דורך איסר האטלקי
איינער האט זיך איבערגעגעסן און דאס זענען די רעזולטאטן.

הודעהפורסם: מיטוואך מאי 08, 2019 7:13 am
דורך טאמבל סאס
.

הודעהפורסם: מיטוואך מאי 08, 2019 7:18 am
דורך טאמבל סאס
.

הודעהפורסם: מיטוואך מאי 08, 2019 7:22 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
אקעי פליז ס'גענוג, אלעס האט א שיעור
נעמט נישט א קדוש וטהור דער שר המשפיע צו מאכן פון איהם ליצי ליצנות,
@העניך האט טאקע ארויס געבערנגט א נקודה ווי היינט לויפט יעדער און גלייבט יעדע חלום, ווי די אלטע גלויביגע פרויען, אבער פון דארט ביז ליצנות איז א ווייטע מהלך,

חברה א גרויס חלק פון די געסט ביי הרה"ק ר' ישעי'לע זי"ע זענען געווען פון די דורכים ביי די בארימטע טאקאי וויין
גייט ארויס און קויפטס א גראבע באטל טאקאי וויין און זויפט ענק אן, עד דלא ידע, און פארגינט אידישע קינדער אביסל הנאה צו האבן,

בד"ו ביי מיר אין ביהמ"ד איז דא היינט צוגעשטעלט א גרויסע פרישטיג כיד המלך לע"נ (אן טאקאי וויין) איך גלייב אז צוווישען די אידן וואס גייען עסן דארט האבן נישט געלט צו קויפן א פרישטיג, איך מיין אז אפילו פאר איין הונגעריגער מענטש האט זיך שוין אלע געלוינט...

הודעהפורסם: מיטוואך מאי 08, 2019 7:28 am
דורך טאמבל סאס
.

הודעהפורסם: מיטוואך מאי 08, 2019 5:01 pm
דורך קאצקע ציקער
שוין דא א אינטערוויו אויף קול מבשר מיט דעם נייבוים

הודעהפורסם: מיטוואך מאי 08, 2019 6:53 pm
דורך העניך
א מורא'דיגע התעוררות האט זיך היינט אפגעשפילט ביים ציון הק' פון הרה"ק רבי מענדעלע חזיר זי"ע. א ציבור פון עטליכע הונדערט אידן האבן אויסגעזאגט גאנץ תהילים מיט בכיות נוראות, איינרייסנדיג ביים הייליגן צדיק אז ער זאל ברענגען ישועות און רפואות אין זכות פון הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע.

נאכ'ן ענדיגן ספר תהילים האט הגה"צ אבד"ק לבנת העדות שליט"א פון קרית יואל פארגעזאגט תמניא אפי, צוערשט לע"נ הרה"ק רבי מענדעלע זי"ע אויף די אותיות ח' ז' ר', און דערנאך לע"נ הרה"ק רבי ישעי'לע זי"ע אויף די אותיות ע' כ' ב' ר'.

הרה"ח ר' שלום יהודה'ס מיזעלס האט זיך ליידער פארשטארקט און ער האט נישט פערזענליך געקענט מיטהאלטן, אבער ער האט מיטגעהאלטן דעם גאנצן מעמד דורך א לייוו הוק-אפ.

ויהי רצון אז מ'זאל האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס.

הודעהפורסם: דאנערשטאג מאי 09, 2019 12:27 am
דורך שמעון וואלף
כ'דערמאן מיך טאקע איך פלעג הערן ר' מענדעלע זיך אינטערברימען :לייגן, בייגן, בייגן, לייגן. דעמאלטס האט מען נישט פארשטאנען וואס ער זאגט און מאנכע האבן גאר געהאלטן אז ער איז יצא מדעתו, עפ"ל.

הודעהפורסם: דאנערשטאג מאי 09, 2019 12:37 am
דורך אישתישבי
אויב ר' מענדל האט א הצלחה, ווער ווייסט וואס פאר א אפגאט מען וועט מאכן פין סנדק'ן, ער רעדט דאך אזוי זיס, מען קען ארויסגעבן א ספר פין זיינע תורות און יחודים פין די טווערסקי'ס מיט די האלבערשטאם'ס.
https://youtu.be/SRMSrbdkGjw
ער דערמאנט אלס וואס האט פינף, חמשה חומשי תורה, נרנח"י, און די פינף חלקים שולחן ערוך!!! זעהט אויס אז זיי ל"ו צדיקים האבן אויך פין דער פיפטער חלק...

הודעהפורסם: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:31 pm
דורך קאצקע ציקער
וואס טוט זיך מיט דעם דינעווער רבילע פון בארא פארק איינער געדענקט? זיין קבר האט מען אויך געמאכט א מצב?

הודעהפורסם: דאנערשטאג מאי 09, 2019 4:35 pm
דורך קאצקע ציקער
אישתישבי האט געשריבן:אויב ר' מענדל האט א הצלחה, ווער ווייסט וואס פאר א אפגאט מען וועט מאכן פין סנדק'ן, ער רעדט דאך אזוי זיס, מען קען ארויסגעבן א ספר פין זיינע תורות און יחודים פין די טווערסקי'ס מיט די האלבערשטאם'ס.
https://youtu.be/SRMSrbdkGjw
ער דערמאנט אלס וואס האט פינף, חמשה חומשי תורה, נרנח"י, און די פינף חלקים שולחן ערוך!!! זעהט אויס אז זיי ל"ו צדיקים האבן אויך פין דער פיפטער חלק...

ר' מענדל איז גאר אנדערש , דעם סנדק'ן איז דאך זיס ווי ציקער קיינער לויפט נישט אוועק פון עים . די כלל און די זאכן איז ווי מער מען לויפט אוועק פון דעם מענטש אלטץ מער ל"ו צדיק איז ער!....

הודעהפורסם: מאנטאג מאי 20, 2019 11:01 am
דורך איציק
סארא הערליכע באבע מעשה! ר' יונה קרעפל וואלט זיך גארנישט געשעמט!