לויפט אלע אין די מאסן!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

לויפט אלע אין די מאסן!

הודעהדורך נח פייפער » מאנטאג מאי 13, 2019 2:01 pm

אטענשען אטענשען אלע מענטשן, אטענשען אטענשען אלע מאסן, קיינער וויל דאס נישט פארפאסן.

היינט נאכט קומט פאר די גרעסטע מיזעלס פארטי אין דער היסטאריע אין די זאלן פון אטריאם פלאזא וואס פארשפרעכט צו זיין א היסטארישע מאמענט פון קידוש שם שמים און אהבת ישראל אינאיינעם מיט די מצוה פון ונשמרתם מאוד לנפשותיכם, וחי בהם און פיקוח נפש דוחה כל התורה כולה, איינמאל פאר אלעמאל וועלן מיר ארויסווייזן אונזער סאלידאריטעט און שטיצע פאר אונזערע פארפאלגטע ברידער די אנטי וואקסערס וואס ווערן נעבעך גע'רודפ'ט דורך די פארשאלטענע רעגירונג וואס וויל זיי איינמאל פאר אלעמאל פאר'סמ'ען הם ונשיהם ובנותיהם וכל אשר להם. די שווערע באטייליגונג פון אלע אונזערע קאווע שטיבל מיטגלידער איינאיינעם מיט מקהלות רבבות עמך בית ישראל וועט איינמאל פאר אלעמאל קליפ און קלאר און באשיינפערליך צייגן א היסטארישע מעניפעסטאציע פון ברודערשאפט (על שם פון די מוסלומענער בראדערהוד בבחינת מאויבי תכחמינו) אז אפילו די וואס זענען יא דורכגעפאלן די לעצטע נסיון פאר משיח וועט קומען און פארפולקאמט ליידער די נשים רחמניות בשלו ילדיהם, און געגעבן פון די ביטערע און גרויזאמע וואקסינען, מיינט עס אבער נישט אז מיר וועלן נישט שטיין האנט צו האנט און אקסל צו אקסל מיט אונזערע מסירת נפש'דיגע ברידער און שוועסטער וואס האבן יא די שטארקייט און עזות דקדושה, און ווי חנה וועלכע האט מפקיר געווען אירע זיבן קינדער זענען זיי גרייט צו מפקיר זיין זייער אייגענע קינדער על מוקד אש בבחינת בלוט זאל רינען אבער קיין וואקסינען וועלן מיר נישט געבן. פאר זיי וועלן מיר אויסשרייען אחינו ובשרינו אתם, איר זענט אונזערע העלדין און אונזערע פאנטרעגער, איר האט די ריכטיגע פעלזנדע שטארקייט צו מקיים זיין דעם נותן זרעו למולך און אריינשטעלן אין פאטענציאלע סכנה זיך אליין, אייערע שכנים קרובים און גוטע פריינד.

צווישן די פילע קאנספיראציע טעאריקער און פאראנויע געטריבענע, געטיכלטע פראפעסארן און כולל יונגעלייט אקעדעמיקער וואס וועלן זיך היינט נאכט פארזאמלען ביי דעם מעמד קידוש שם שמים וואס וועט אפקלינגען מסוף העולם ועד סופו און הייבן דעם כבוד פון עם ה' בעיני כל השרים והעמים וואס וועט איינמאל פאר אלעמאל אנערקענען די פאראייניגטע ארבעט פון כלל ישראל צו דינען ווי אן אור לגויים ולתקן עולם במלכות שקי, וועט זיך זיכער אויך געפינען פילע וואס זענען אנגעשטעקט מיט די גאלדענע און אזוי געזוכטע מיזעלס קרענק, דערפאר איז נישטא קיין בעסערע אויסוואל וויאזוי צו באקומען די לאנג געגארטע מיזעלס נאר טאקע באותו מעמד ובאותו שעה ובאותו מקום ביים היינט נאכטיגן מעמד טהרת הקודש לנו ולזרעינו.

ווי באקאנט איז מיום שניתנה רשות לרופא לרפאות איז נאכנישט אראפגעקומען אזא בריליאנטענע קרענק ווי מיזעלס וואס האט ממש די פאטענציאל צו שיקן עלטערע אידן מיט א וואן וועי טיקעט צום עולם האמת זיך טרעפן מיט זייערע בענקענדע אבות, אדער באזונדער גאר פאסיג איז עס ווען קליינע קינדער ווערן אנגעשטעקט מיט מיזעלס (און זיי קענען דאך נאכנישט נעמען די טריפה'נע שאטס, זענען די שאנסן פיל גרעסער צו ווערן אנגעשטעקט) קען עס מאכן לעבנס טוישנדע דיפעקטן און זיי שעדיגן די מוחות אויף אייביג וואס איז דאך די בעסטע זאך אין דער וועלט, ווייל מיר ווייסן דאך אז שוטה פטור מכל המצות און אזוי קומען זיי ארויף אין גן עדן ריין אן קיין זינד, ווי אויך איז מיזעלס ווי געווינטשן אדער קינדער מיט שוואכע אימיון סיסטעמס אדער קענסער און לוקימיע ליידנדע ווי מיזעלס האט די פאטענציאל צו זיין פאטאל, איז דאך ווידער די בעסטע זאך אין דער וועלט, ווי דער רמב"ם שרייבט אשרי מי שחתם ימיו במהרה, איז דאך נישט מער ווי א חכם עיניו בראשו צו קומען היינט נאכט ווי ס'איז דא א שטארקע מעגליכקייט צו געניסן און ווערן אנגעשטעקט מיט די מיזעלס.
ומיגו דזכו לנפשיה זכו נמי לאחרים, קומט און ברענגט אהיים די מיזעלס און פון דארט זאל זיך עס פארשפרייטן און איר וועט קענען גיין ווייטער און אנשטעקן אייער טראגעדיגע ווייב (און מיט'ן אויבערשטנס הילף וועט זי מפיל זיין בשעה טובה ומוצלחת אין א גוטער מינוט, ווייל עניוועיס ווייסן מיר דאך אז דער אויבערשטער גיט לעבן און באשערט איז באשערט און טוב שברופאים לגיהנום מיינט אז מ'זאל גיין קעגן די קאנווענטשנעל וויסדאם פון די היינטיגע דרכי הרפואה און וואס דער דאקטאר זאגט איז א מצוה צו טון פארקערט וכידוע גודל הענין המפיל חבלי שינה שמבטלת כל המקטריגים) און אנשטעקן די אייגענע קינדער און פון דארט אייער גאנצע גאס, ביהמ"ד און די שולע פון אייערע קינדער אזוי אז די העלט דעפארטמענט וועט מוזן אפשפארן די שולע ווי אייערע קינדער לערנען ממילא די טריפה'נע לימודי חול ותתרבה הדעת והמיזעלס אמן.

יודעי דבר זאגן אז מיזעלס איז אין עולם החלאים ווי cbd איז אין עולם הרפואה אדער ווי טובי' מאיר ניימאן איז צו ראבא קאלס, און זינט די באשאף פון עמביט און גאוטשי וואסער און acn, די דרייעדיגע באליס אונטערן אויער און מרת ווידער מיט די ענערדזשי קייטלען, איז נאך נישט אראפגעקומען אזא טובה ווי די בריאה פון מיזעלס, אזש ביי טייל חסידים ואנשי מעשה איז עס אדער רבי ישעילע'ס ברודער אדער מיזעלס, והבוחר יבחר להיוושע בכל מילי דמיטב והמבין יבין שמזה ומזה אל תנח ידיך וטובים השניים מן האחד.

באזונדער קוקט מען שטארק ארויס צו הערן די רעדע היינט נאכט פון בארימטן דאקטאר אנדרו וועקיפילד וואס דער נאמען אליין קלינגט אידישלעך און זיכער האט ער א אידיש ווארעם הארץ, וואס איז זיך מטריח בטלטולא דגברא רבה כוותיה צו ערשיינען ביים היינט נאכטיגן אוונט שלא על מנת לקבל פרס פשוט להגדיל תורה ולהאדירה נאך וואס ער איז אפגעפרעגט אין דער גאנצער וועלט אלס א שארלאטאן און א מושחת וועלכער האט נישט קיין לייסענס צו פראקטיצירן דאקטאריי אין קיין שום ציוויליזירטע לאנד צוליב זיינע אומגעהויערע מיסברויכן וכלשונו פון די טריפהנע וויקיפעדיע וואס אלע רבנים האבן גע'אסרט ביי כינוס כלל ישראל: Andrew Jeremy Wakefield (born 1957) is a discredited former British doctor who became an anti-vaccine activist. He was a gastroenterologist until he was struck off the UK medical register for unethical behaviour, misconduct and dishonesty for authoring a fraudulent research paper that claimed a link between the measles, mumps and rubella (MMR) vaccine and autism and bowel disease.]

אבער מיר ווייסן דעם אמת אז הקנאה והתאווה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם און סך הכל איז מען אים מקנא אויף זיינע געפינסן און מ'פארגינט אים נישט די גרויסע געלטער וואס ער מאכט פון די אנטי וואקסער געמיינדע און די אמת איז אלעמאל ערגעץ אין דער מיט און מ'דארף נישט גלייבן אלעס וואס מ'זאגט און זעסטאך אפילו נחמי' וועבערמאן זיצט אין תפיסה און אז ס'איז דא רויעך איז דא פייער און שמוע בין אחיכם, און ווי דער כלל איז לא לחנם הולך הזרזיר אחר העורב וועט מען דערפאר צאמנעמען אנשים נשים וטף אז דער רודף נפשות זאל קענען איינמאל פאר אלעמאל סעטן די רעקארד סטרעיט.

אי לזאת גרייטן זיך טויזנטער מיליאנען אידן צו באלאגערן די אטריאם זאלן ווי פאר א מינימאלן אפצאל ביים טיר וועט מען קענען באקומען ח"י ראטל מיזעלס אפראווד ביי תניא און אינדארסירט ביי הערשל מייזעלס (יש קוראים אותו בלשון חיבה ר' הערשל מיזעלס, שמו נאה לו ואתה נאה לשמך) ווייל ס'איז לאו קארבס און גלוטען פריי, און איינמאל פאר אלעמאל וועט מען סעטן די רעקארד סטרעיט אז מיר זענען די ריכטיגע עם חכם ונבון וואס פארשטייען בעסער און קלוגער ווי די גאנצע מעדיצינישע וועלט און אלע רעגירונג אינסטיטוציעס, און מיר לאזן זיך נישט פארפירן פון הבלי שוא אז אסאמא בין לאדין האט אראפגעווארפן די ווארלד טרעיט צענטערן אדער אז זשאן עף קענעדי לעבט מער נישט און מיר ווייסן דעם אמת אז אלע דאקטורים ווייסן גארנישט און זיי האבן עס נישט אליין שטודירט און זיי זאגן נאר נאך און זיי באקומען געלט און די פארמאסוטיקל קאמפאניס מאכן אסאך געלט און אפילו די סופרים קארט זאגט אז ס'איז אנעוואוידעבלי אנסעיף אזוי ווי א מעסער און א קאר און אויך ר' שמואל קאמינעצקי האלט אויך אזוי אדאנק זיינע פילע יארן ערפארונג אלס געלערנטער דאקטאר וידוע הכלל יחיד ורבים הלכה כיחיד ואחרי המיעוט שבמועטים להטות וגם ידוע להלכה שאין שומעים אלא לרופא שאינו איתמחי גברא ואינו איתמחי קמיע, און קבל עם ומלואו זאל די גאנצע וועלט וויסן אז אונזער קלענסטער אפרוחל שלא נפתחו עיניו וואס ווייסט נישט דער טייטש פון ותמגר אדער אפילו אונזער הייליגע אידישע מאמעס וואס קענען נישט אויסרעכענען די פינף באראס האבן אן ערנפולע ווארט און א שטארקע שטימע אין סיי וועלכע מעדיצינישע דעבאטע און זאל זיך די גאנצע גאווערמענט אדער בייגן אדער לייגן.


כולנו לאטריאם סטאדיום!!! באסעס פון בעדפארד אין די הייוועי!!! א דענישל מיט א וואסער וועט זיצן אויף יעדנס פלאץ!!! איש בל יעדר!!! מ'זאל אויספאלגן די אנווייזונגען פון די עסקנים!!! איכה אוכל וראיתי באבדן מולדתי!!! מיזעלס קען ראטעווען!!! ס'עט זיין גענוג זשאן אן דע גאוס לקיים מה שנאמר קטנתי מכל החסדים!!! איר האט נאך טשיקענס ווייל איך האב נאך סלאגאנען!!!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך נח פייפער אום מאנטאג מאי 13, 2019 2:32 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
נח פייפער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 11:25 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

הודעהדורך נח פייפער » מאנטאג מאי 13, 2019 2:24 pm

(כ'האב צוגעלייגט נאך א פאראגראף.)
נח פייפער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 11:25 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

הודעהדורך ראובן » מאנטאג מאי 13, 2019 2:31 pm

נח פייפער האט געשריבן:(כ'האב צוגעלייגט נאך א פאראגראף.)

אז דו קעירסט ווען באמת פאר מיינע געפילן, וואלטסטו געלייגט יעדן פאראגראף אין א באזונדערע הודעה, אז כ'זאל קענען יעדן פאראגראף לייקן באזונדער.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2922 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9261 מאל

הודעהדורך חתם סופר » מאנטאג מאי 13, 2019 4:05 pm

זאגסט דאך אזוי גוט....!!!!
בייגעלייגטע פיילס
68.jpg
28.jpg
25.jpg
באניצער אוואטאר
חתם סופר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 670
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 704 מאל

הודעהדורך יין שרף » מאנטאג מאי 13, 2019 9:10 pm

א ריפארטער פאר lohud.com (דשורנאל נוז) און USA today זיצט דארט. ער טוויט לייו פונעם אווענט אלע שטותים וואס מען פארקויפט דארט!

כגון
@GabrielRom1: “We Hasidim have been chosen as the target in order to detract attention from virulent disease sweeping through the city brought by the illegals.” @lohud
באניצער אוואטאר
יין שרף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1992
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4078 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2499 מאל

הודעהדורך יין שרף » מאנטאג מאי 13, 2019 9:11 pm

@GabrielRom1
: “Even within the community there’s a drive to mark us as ‘disease spreaders,’” says an antendee who hasn’t broached vaccines with his family. “I’m very discrete about it. They say we are causing chillul hashem.” @lohud
באניצער אוואטאר
יין שרף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1992
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4078 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2499 מאל

הודעהדורך חתם סופר » מאנטאג מאי 13, 2019 9:18 pm

שוואכע עולם
בייגעלייגטע פיילס
D6fTajFXoAsattC.jpeg
באניצער אוואטאר
חתם סופר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 670
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 704 מאל

הודעהדורך יין שרף » מאנטאג מאי 13, 2019 9:22 pm

מען פארשווארצט אונזער פנים פאר די גאנצע וועלט..

https://twitter.com/crackedscience/stat ... 9344961538
באניצער אוואטאר
יין שרף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1992
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4078 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2499 מאל

הודעהדורך יין שרף » מאנטאג מאי 13, 2019 9:23 pm

חתם סופר האט געשריבן:שוואכע עולם

ביי די פרויען איז לכאורה דא דריי מאל אזא עולם.
(די ניוז ריפארטער שאצט בערך 250 מענער פון מער אנפאנג, ממילא מיט פרויען איז לכאורה דא יעצט בערך 1000 (אומ-) מענטשן)
באניצער אוואטאר
יין שרף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1992
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4078 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2499 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » דינסטאג מאי 14, 2019 2:54 am

א שאד כ'האב נישט געכאפט קיין פיקטשער פון די שוואכע שוואכע עולם וואס האט זיך באטייליגט ביי די פרויען זייט, חוץ בערך הונדערט חסידישע לעידיס און נאך א אויסשלאג פון אפשר פופציג פארטא ריקא אימיגראנטקעס וועלכע קלינען מיינע טוילעטס איז קיינע פרויען נישט געווען.

עס איז געווארן דים לייטינג שפעטער צוליב די שווערע בושות.

אטריום פלאזא איז אנגעשטעקט מיט מיזעלס, נישט אריינגיין.

די זעלבע שמאלקעפיגע ראבינאוויטש תלמידים, וועלכע טיילן גליונות מיט סיפורי מעשיות זענען די אנטי וואקסינס, מ'קען רופן די מאוומענט די אנטי סמאקסינען.

איך האב געהאט א קורצע דעבאטע מיט ביגטרי און נאך אלעם האט ער מיר געמוזט מודה זיין אז קיין מעדיקל לייסענס פארמאגט ער נישט, דעריבער איז נישטא וואס צוהערן פון אים, טראץ וואס ער איז גאר א געשמאקער מענטש.
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 144
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: בכל נישט דאהי...
האט שוין געלייקט: 53 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 15, 2019 5:30 pm

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8443
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7908 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט

cron