שבת הייליגער שבת???

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שבת הייליגער שבת???

שליחה דורך פליקער »

שבת הייליגער שבת???

היי וואך שבת קודש אין די הייליגע שטאט וויליאמסבורג איז פארגעקומען א מאסען דעמאנסטראציע דארט ווי אלע סאטמערע רבנים פינעם פראקציע סאטמער וואס פירט אן מיטן הייליגען שיטה הקדושה אז מען טאר נישט טראגן מיטן טמענעם עירוב, און די פראקציע וואס טראמפייטערט ארים מיטן דגל המסורה, פון וואס מען טאר זיך נישט א ריר טון אפילו א קיצי של יוד, ווער ווייגט זיך צי מאכן חלילה אן עירוב בשעת די רבי זכרונו לברכה האט נישט געמאכט, על כן שפילט מען זיך נישט ארים, און מען וועט פראטעסטירן קעגען אלע וואס טראגען יא.

אפגעזען פונעם פאקט אז עס איז פארהאן א רייע רבנים וואס זענען דייקו יא פארן עירוב, אבער היות ביי אינז איז פארהאן אינזער מסורה וועלן מיר זיך נישט בייגען נאר פיל ענדערש לייגען די אלע וואס זענען מתיר, און זיי פארשרייען מיט כל מיני שלאג ווערטער ווי מחללי' מות יומת, מיר וועלן זיי פארהאסן פאר אינזערע קינדער, מיר וועלן ווארענען אינזערע קינדער פון זיי און זייערע דורות, מיר וועלן זיי שעלטען, און זיי מאכן פאר גוים גמורים, ארויסלייגן כל מיני פראפעסיאנאלע צעטלען, ווי כאילו עס הערשט א שעת שמד, פלייצען אלע שילן כאילו די וואס טראגן זענען פאלנע מחללי שבתות.

דעם רבין'ס שטארקע דראנג פאר מסורה האט גאר שטארק אפגעקלינגען דעם חול המועד ווי דער רבי שליט''א האט ארויס געברענגט די געוואלדיגע עוולה פון די אינשי דלא מעלה האבן געוואלט אפרעכטן דעם חול המועד א מעמיד שאין רוח חכמים נוחה הימנו, ווייל זיי האבן געוואלט מאכן א שמחות יום טוב דורך זיך איינזאמלען און זינגען ווארימע ניגונים לכבוד יום טוב, אבער ווי דער רבי האט מסביר געווען האט מען זעלעכס נישט געזען אינדערהיים, על כן די מסורתיים קענען נישט מיט גיין מיט אזא מעמיד.

אבער ווי עס צייגט זיך ארויס זעען מיר אז די חברה פירן דעם רבין אין באדע צימער, און ווי שטוינענד איז מיר געווען צי זען ווי איך האב שוין היינט אנגעהויבן זעין בילדער פונעם פראטעסט. אנגעהויבן האט זיך עס מיט עטליכע אימשילדיגע קליפס וואס האט זיך געקענט דאכטעווען אז דאס איז גענימען געווערן דורך א פארבייגייענדער גוי אויף זיין שגץ בייק, און האט געזען א אינטערעסאנטער געזעמעל האט באשלאסן מפרסם זיין.

אבער די זין איז נאך נישט אינטערגעגאנגען און פארפעסיונאלע בילדער האבן אנגעהויבן פלייצען מיט שטוינעדיגע דיטעלן פון דעם רבין'ס זין און רב זלמן לייב פילופ, און פון אלע געהויבענע פראטעסטירער און פינעם גאנצן ציבור.

אויב איז דאס נישט געניג געווען האבן אלע אפיציעלע טוויטער פיד'ס אנגעהויהן פלייצען מיט די בילדער און אפיציעל צייגן פאר די וועלט אז יא מיר האבן דעם ריזן ציבור, מיר בעל בית'עווען דא אין שטאט, אן אלע אנדערע קראכען אוועק, און דאס זענען געווען ספעציעל געדינגענע פאטאגראפירער, נישט קיין צופאל'ס.

פרעג איך אייך אנשי המסורה ווי איז דאס דערהערט געווארן אז מען גייט ארים שרייען שבת קודש, א גאנצע מעמיד לכבוד השבת און דערביי טון אזאנץ וואס איז נאך קיינעם נישט איינגעפאלן, אפילו פאר די אפיציעלע עירוב טרעגער, צי דינגען פאטאגראפירער פאר אינזערע שמחות פרייטיג נאכט אדער ביי א שבת שבע ברכות, ווייל מיר האבן דאס נישט געזען, אבער איר חברה בלי שום בושה וכלימה שטאלצירט איר דערמיט וואס פאר א ריזן עולם איר האט געהאט און מחלל שבת געווען דערביי אויף א גאר נידריגען אופן.

על כן אויב פאר איינעם דאכט זיך נאך אז די גאנצע פראטעסט האט געהאט עפעס מיט שבת קודש וויל איך אייך זאגן לא מינהו ולא מקצתו, אלעס איז נאר צי ווייזן כוחי ועוצם ידי וזהו, גארנישט מיט שבת און גארנישט מיט מסורה, נאר נאך א רינגעלע פינעם לאנגען קייט פוו זיין משתלט על הציבור, אויסניצען דעם ניאיוון עולם מיט מאכן פראטעסטן אלעס כדי צי פראווען דעם פוינט אז איך פארמאג דעם גרעסטען בוטשער סטאר, און אויב וועט דאס נישט זיין אויף קיינע בילדער איז די גאנצע מעשה נישט ווערט.

איך רעד שוין נישט פונעם עצם רשעות פון נישט וועלן מזכה זיין דיין פת פאר א אנדערע איד נאר כדי אים צי ראטעווען פון חילול שבת, וויפיל רשעות קען א איד האבן אין זיך צי מאכן אזא סטעיטמענט, קיין שום געפיל פאר א צווייטען מיינונג וואס דיין מיינונג איז נאר א ספק מסורה.

עולם טייערע וועקט אייך אויף, הערט אויף זיך צי לאזן העצען פון די זעלבע חיות וואס פירן דעם עולם ביי די נאז ווען זיי קענען צוזאמען נעמען הינדערטער רבנים אויף צי פארקוואדערן א כולל שומרי חומות פישקע, און פאר יעדע שטות וואס פאלט זיי איין, און אפילו בשעת א מוחאה לכבוד השבת קענען זיי בשעת מעשה מחלל שבת זיין, און די פערדן קעפ כאפן נישט און זינגען לכבוד הקאמערע 'ווען איך וואלט געהאט כוח'. שעם אן יא.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר