שאנדע: ליצנות רעקארדירונג און שפאס פון תו"א יונגערמאן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 458 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 471 מאל

שאנדע: ליצנות רעקארדירונג און שפאס פון תו"א יונגערמאן

שליחה דורך לבי ובשרי »

בושות וחרפות ווען א איד פון כלל ישראל מאכט ליצנות פון א תמימות'דיגן יונגערמאן וואס טוט בסך הכל ארויסהעלפן די מוסדות צו וועלכע ער איז נאנט און קלינגט די נומערן וואס מען האט אים געגעבן.

'ראבא קאלס' און 'אויטאמאטישע רופן' איז פון די מאקסימום נערווירנדע מיטלען אין כלל ישראל. אידן ווערן טעגליך באלמוטשעט און נערווירט פון כאפטעס עסקנים וועלכע באקרידעווען דעם עולם מיט אויטאמאטישע רופן און לאזן נישט צורוה די מענטשהייט.

אבער, אנדערש ווי אלעמאל איז דער יעצטיגער פאל, ווען היינט איז פארשפרייט געווארן א רעקארדירונג פון א שמועס צווישן א איד מיט א תולדות אהרן'ער יונגערמאן וועלכער האט מיט'ן פולסטן מאס תמימות, ערנסטקייט און איידלקייט געבעטן א נדבה פאר'ן קאמפיין וואס ווערט אין די יעצטיגע טעג פראקלאמירט דורך זיין קהילה.

אפגעזען צי דער צוועק איז א וויכטיגע אדער נישט, און צי עס איז גערעכט מטעם די מוסדות ארויסצוגעבן נומערן אדער נישט, דאס איז יעצט נישט די נושא, קען טאקע זיין אז דאס איז נישט ריכטיג. עס איז טאקע בכלל נישט מן הנימוס צו נערווירן און באלמוטעשן אנדערע מיט'ן מפריע זיין, בפרט אויפן סעלפאון. אבער וואס דאס אבער אנדערש ווי דער יונגערמאן קומט צו דיר, און טאקע אין פאפא בית המדרש נאך געלט? ווילסט אים געבן? דאן געב אים, אפילו א קוואדער, זאג אים א גוט ווארט אינדערזייט, נעם אים אויף בסבר פנים. און אז דו ווילסט נישט געבן, קיינער האט נישט קיין טענות; געב נישט, לייג ארויף די הענט אויף די אויגן און מאך זיך ווי דו ליינסט קריאת שמע.

אבער נעמען א פשוט'ן תמימות'דיגן יונגערמאן און אים צימבלען און נאך דערצו פארשפרייטן די רעקארדירונג איז א חילול ה' און א שאנדע פאר א איד מאחב"י.

זעסט דאך אז דער יונגערמאן מיינט דאס ערנסט, און ער זאגט דיר אפילו אז ער איז דיר גרייט צו געבן פופציג שקלים פאר דיין א.ג צוועק. טא, וואס ווילסטו פון יענעם?

ישראל נתבעים ונותנים. ישראל רחמנים בני רחמנים. צי ביסט מחוייב צו געבן פאר א צוועק וועלכע דו ביסט נישט נאנט, דערמיט בין איך נישט באקאנט, אבער פארפירן דעם יונגערמאון און אים באקרידעווען אויף זיין ארבעט פון שאפן געלט איז זיכער אן עוולה און אומריכטיגער שריט.

רוב אנשטעדיגע מענטשן זענען נישט הייפער צו קלינגען אנדערע און זיי בעטן געלט, שיקן א לינק וכדומה. יענער טוט דאס ווייל ער שפירט אז ער דארף דאס טון און ארויסהעלפן וועם ער העלפט ארויס (יוצא מן הכלל ווען איינער קלינגט אלס באצאלטער עסקן אדער סתם-נערווירער). ובדידי הוה עובדא, וואס צוליב גאר א נאנטע צוועק און כ'בין געווען געצוואנגען ארויסצושיקן א "מעטשינג" לינק צו מיינע באקאנטע, טראצדעם וואס דאס איז מיר גאר שווער אנגעקומען און דער גאנצער עסק איז געווען אן אומבא'טעמ'טער.


נ.ב. איך טו מעלה זיין דא דעם רעקארדירונג, פשוט, יראה הקהל וישפוט צי דאס איז מן הנימוס ומן הראוי אדער פארקערט.

https://www.dropbox.com/s/bzlpksrcst7z7 ... 1.m4a?dl=0
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר