בלאט 1 פון 1

ר' אי איך האב אייך פיינט!

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2019 10:54 am
דורך יהורם
בס"ד


לאנגע שורות, הויכע גערודער, שווערע דערנידערונגען פון גיין בארוועס אין פובליק, שוויץ גערוך, הונגער, אויסגעמישט מיט א דאגה וואו מען וועט זיך שטעלן מנחה און וואו מען וועט ציילן ספירה.
ניין, כ'בין נישט געווארן ארעסטירט אין תפיסה אין עפעס א דריטע וועלט לאנד, פארקערט, איך האב גאר געצאלט שווערע געלטער פאר די דאזיגע סיטואציע, געווענליך שטיי איך עפעס מער אויף מיינע ביסל רעכטן וואס קומט זיך מיר פארן זיין א באשעפעניש אויף צוויי פיס און פארן נישט עסן קיין גלאז און נישט טרינקען קיין בליטש...

איר האט צוגעטראפן, כ'בין אין עירפארט.

שרעקעוודיגע פארשוינען דרייען זיך דא ארום ווי ביים טאטן אין וויינגארטן, גראדע בין איך נישט צופיל ווייניגער שרעקעדיג אין מיין טראגע, אבער דאס נאר זיך באגעגענען מיט אן אראבער וואס גייט אנגעטון פון קאפ ביז פיס ממש ווי די בילדער פון מנחם מענדל'ס לעגענדארע דערציילונגען פון צדיקים ביכלעך אריינגערעכנט די סאנדאלן און די רינגלעך אויף די פיס פינגער ברענגט ארויף אינטערסאנטע שטורעמישן אין מיין קערפער וואס פאראורזאכן מיינע באקן זיך עטוואס צו פארררויטלען, כ'ווייס אליין נישט פארוואס, אבער די חברה האב איך נישט ליב.

יעצט ווען מען פירט זיך ווען אויף צו מיר אין עירפארט ווי צו א נארמאלער מענטש מילא, אבער די מציאות איז אז די מערהייט פון די באטייליגטע אין עירפארט זענען פיל מער סימפאטיש צו דעם קוזין מיינער ישמעל, ווי צו מיר, זיי, די אראבער און מוסלמענער קוקט מען אן אין די פרייע וועלט מיט די ליבעראלע בליק פון חירות און פרייהייט פון רעליגיע, זיי ווערן סערווירט ווי נארמאלע מענטשן מיט א אנדערע גלויבן, דאגעגן מיר וועט מען נישט אריינרעכענען צווישן די ציווילע בירגער, אויב עפעס וועט מען זיך אפרוקן פון מיר ווי איך בין ווען א קרעציגער באשעפעניש מיט אנשטעקנדע מחלות וואס נעסטיגן אין מיר.

וואו זענען די ליבעראלן פאר א שווארץ יאר ווען עס קומט צו אונזערע רעכטן? פארוואס פארשטייט די גאנצע וועלט אז מיר דארפן נישט באקומען קיין רעכטן כאטש אזויפיל ווי דער פארשטינקענער אראבער? איך טראכט נאך מער, די ווייסע נאציאנאליסטן וועלכע ווילן אונז אריסזען פון די פאראייניגטע שטאטן פאר יעדן פרייז, האבן ניטאמאל דערמאנט אין זייערע רעדעס אז זיי האב סיי וואסערע פראבלעם מיט די ישמעלים, וועלכע זענען פונקט אזוי א מינאריטעט וואס נוצט אויס די סיסטעם פון פרייהייט ווי אונז, גראדע זענען דא וואס זאגן אז ביי זיי איז גאר דער ציל אויף צו קענען איינפירן די שאריא געזעצן אין די מערב וועלט ווען די צייט וועט קומען, אבער לאמיר אפלאזן יעצט קאנספיראציע.

וואס וויל איך דא וויסן?

איז אזוי, איך וויל פארשטיין, פארוואס זענען מיר אויסגעשפיגן סיי אין די ליבעראלע וועלט און סיי ביי די רעכטע? פארוואס האט אונז יעדע גרופע אזוי פיינט און מען וואונטשט אונז דאס טויט?
דער תירוץ איז ווייל מיר אליין ווייסן אויך נישט וואו מיר געהערן, איינער האלט זיך אזוי און איינער האלט זיך אזי, קיינער רעדט זיך נישט דורך מיט קיין איינעם און כלל ישראל איז בכלל נישט איינשטימיג איינער מיטן צווייטן אין קיין שום פאל, און דער גוי ווייסט עס נישט, ער איז אבער פארט נישט משוגע, ער זעט אויך די פאר גרויסע פאפולערע טוויטער אקאונטס וואס ווערן געפירט דורך באבערדלטע און באפיאות'טע אידן פון ניו יארק, יעצט דער גוי האט נישט קיין מושג אז בעת וואס מעכל איז א פייערדיגער סאטמארער סימפאטיקער איז דער צווייטער חסיד א בעלזער אין די בלוט און עס איז נאר גענוג אז סאטמאר זאל הייסן עפעס טון אז ער זאל טון דאס פארקערטע...

דער גוי זעט נישט די אלע זאכן, ער ווייסט נישט די אלע זאכן, ער זעט איין זאך, א איד מיט בארד און פיאות זאגט אזוי, און עס איז אים גענוג אויף צו אפ'פסק'ענען זיין מיינונג אויף די גאנצע קאמיוניטי.
און אזוי איז עס געלאפן משך אלע יארן וואס אידן זענען געווען אין אמעריקע און יעצט צאלן מיר די פרייז אויף די פראדוקטן וואס אונזערע פארגייער און עסקנים האבן באשטעלט, ווילסט נישט? ס'וועט דיר גארנישט העלפן, פונקט ווי דו קוקסט אן יעדן שווארצער פאר א גנב ווייל דיין באבע האט אמאל געזאגט אז זי האט געשריגן כאפצעם, די זעלבע קוקט מען יעצט אויף דיר, א איד וואס וויל אויסשפילן די סיסטעם, יעדן טאג האט ער אנדערע מיינונגען, און די ווארט איד איז אומצוויידייטיג ביי זיי, עס איז א נידריגע ווארט היינט ביי זיי, עס איז א לשון פון א מאנסטער וואס רעכנט זיך נישט מיט קיינעם נאר מיט וואס עס איז אים גוט און באקוועם, זוכט צו גנב'ענען פון די ארעמע קלאס מענטשן, וויל ארומפארן מיט א שיינע קאר און פייפן אויף יעדן איינעם.

ווען איך בין ווען נישט קיין איד וואס ווייסט אז די אלע זאכן וואס איך האב דא אויסגערעכנט איז בכלל נישט די דעפיניציע פון מיין פאלק און ראסע'ס נאמען, וואלט איך פשטות זיך אויך נישט געוואלט לאזן איבערצייגן אז די אידן זענען בעצם נישט שלעכט.

מען קוקט אונז אן ווי דער שלעכטער אינגל וואס טשעפעט און מאכט חוזק פון יעדן איינעם און ווען איינער דערלאנגט אים א שטויס לויפט ער מאכן אן איבערקערעניש אז מען האט אים געשטויסן ווייל מען האט אים נישט ליב ווייל ער האט גרינע הויזן.

ר' איד! מען האט דיר פיינט אין אמעריקע ווייל דו ביסט א איד, פארוואס האט מען פיינט א איד? ווייל איד איז א פארשטינקענע זאך, אבער ווער איז שולדיג אז א איד איז אין די וועלטס אויגן א פארשטינקענע זאך? דו אליין! מיט דיינע סומעטאכעס וואס דו דרייסט אן יעדן שני וחמישי האסטו זיך איינגעקויפט דעם גרויליגן רעפוטאציע, מען האט דיר פיינט פאר דיינע בלאקירונגען אויף די ברוקלינע ראוד'ס יעדעס מאל וואס דיין רבי פארט ארויס קיין מיאמי, פאר דיינע נאכשרייען די מידיא, פאר דיין אויסנוצן די רעליגיע אויף צו מאכן געלט און זאגן ליגנט און פאלשן דאקומענטן, מען האט דיר פיינט פארן נישט קענען דיין לאנדסשפראך און אויך פאר דיין ריזיגע סובארבאן מיט לייטס און סיירענס האט מען דיר פיינט!

נישט נאר דער גוי האט דיר פיינט, יעדער רעכטדענקנדער מענטש וואס האט א הארץ און מח שטענדיג אקטיוו ביינאזאם האט דיר פיינט, איך בין א איד און איך האב דיר פיינט!

ניין, פארשטיי מיר נישט שלעכט, ווען דו וועסט האבן א צרה וועל איך אוודאי מיטשפירן און עס וועט מיר באנג טאן אז דו מאכסט מיט, אויב וועל איך מיט עפעס קענען ארויסהעלפן וועל איך דיר פארשטייט זיך העלפן ווייל דו ביסט מיין ברודער, אבער דיינע אלע אנדערע מעשים זענען מיין גרעסטע שונא, און דעריבער ווען דו זעסט מיר אין סיי וועלכע פובליק פלאץ קום נישט נאנט צו מיר ווייל איך בין נישט גוט מיט דיר, איך בין נישט דיין חבר, איך שטיי נישט מיט דיר אויף איין בלאט, איך בין א ציווילע בירגער אין א לאנד, און איך האלט נישט אזוי ווי דיר אז ווייל איך בין א גרעסערער עושר דארף איך יעצט אויסשטעכן דעם גוי'ס אויגן און אים דערנידערן.

זאג מיר נאר נישט אז איך בין נישט גערעכט, ווייל אויב וועסטו קוקן אין היסטאריע וועסטו זען אז וואו אימער אידן האבן זיך געשפירט בעה"ב האט מען זיי עווענטואל גוט באזייטיגט און געגעבן צו שפירן דעם טעם פון גלות, שפאניע יוכיח, דייטשלאנד יוכיח, און נאך פילע ערטער וואו אידן האבן געליטן האט זיך עס אנגעהויבן ווייל די גוים האבן געזען אז די אידן הייבן אן פירן די זאך.
עס איז זייער אומבא'טעמ'ט איבערצורעדן און איבערצושמועסן יעדעס מאל די זעלבע נקודה אבער עס איז נאכנישט קלאר אריינגעבאקן אין די ביינער.

שוין, גענוג געווען פאר היינט...