"מיין לעבן" קאמפיין - קאווע שטיבל טיעם

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3940 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3589 מאל

"מיין לעבן" קאמפיין - קאווע שטיבל טיעם

שליחה דורך ברסלבער »

[justify]מיר זאגן ביים דאווענען יעדן טאג "מלך מהולל בתשבחות", דער אייבערשטער איז געלויבט מיט לויבונגען. נו מיט וואס דען זאל מען אים לויבן אויב נישט מיט לויבונגען? האב איך געהערט אמאל א שיינעם פשט אויף דעם מיט א משל צו א קעניג וואס ביי זיין געבורטס טאג האט יעדער גערעדט איבער זיין גרויסקייט און אים זייער אויסגעלויבט, יעדער אויף זיין אייגנארטיגן אופן, ביז איינער האט זיך אויפגעשטעלט אים אויסצולויבן און ער האט ארויסגעברענגט אז דער קעניג האט אביסל א קרומע נאז... האט מען אים געוואלט הרג'ענען פאר'ן פארשעמען דעם קעניג, האט ער אבער גע'טענה'ט אז ער האט געלויבט דעם קעניג נאך מער פון יעדן איינעם, ווייל יעדער האט אויסגערעכנט נאר איינס אדער עטליכע זאכן מיט וואס דער קעניג איז געלויבט, יעדער האט נאר גערעדט פון געציילטע מעלות פונעם קעניג, אבער מיט די איין חסרון וואס ער האט אויסגערעכנט, אז דער קעניג האט אביסל א קרומע נאז, מיט דעם האט ער קלאר געשטעלט אז טאקע נאר דאס איז די איינציגסטע פעלער וואס דער קעניג פארמאגט, אלעס אויסער דעם איז נאר מעלות.
קומט אויס אז א בשר ודם קען מען יא לויבן מיט'ן אויסרעכענען זיינע חסרונות, דערפאר זאגט מען "מלך מהולל בתשבחות", דער אייבערשטער איז דער איינציגסטער וועמען מ'קען לויבן טאקע נאר מיט לויבונגען, ווייל ביי אים קען מען נישט טרעפן אפילו נאר איין חסרון.
אלס חסיד און תלמיד פון ר' יואל ראטה שליט"א, פלעגט מיר אמאל זייער שטערן ווען כ'האב געהערט מענטשן רעדן קעגן אים, ווען מ'איז געקומען מיט טענות קעגן דאס און יענץ, פארוואס ער רעדט אזוי, פארוואס ער טוט אזוי. מיט די צייט האב איך זיך אבער געזען אז קיינער מיינט בכלל נישט קיין שלעכטס, דאס איז נאר אזא סארט וועג ווי אזוי אים אויסצולויבן אויף זיינע געוואלדיגע מעשים וואס ער טוט און העלפט אידישע קינדער טאג איין טאג אויס אויף אזויפיל סארט וועגן, אין אזויפיל אספעקטן. מיט'ן אויסרעכענען זיינע חסרונות, ברענגט מען גאר שטארק ארויס זיינע פילע מעלות, וואס וועגן היבש אראפ דעם וואגשאל אויף די גוטע זייט.
די וועלט זאגט, "אז דו קענסט נישט נעמען קריטיק, זאלסטו גארנישט טון", א איד וואס זיצט אין די זייט, סיי אן ערליכער איד אן עובד ה' וואס דינט דעם אייבערשטן מיט מסירות נפש, און סיי א פראסטער איד וואס פירט זיך נישט אזוי אויף ווי עס דארף צו זיין, און אלע אינדערצווישן, וועט מען געווענליך נישט צופיל רעדן אויף זיי, זיי שטארן נישט ארויס גענוג אז מ'זאל האבן פון וואס צו רעדן. ווען עס קומט אבער א מענטש וואס הויבט אן טון למעשה, ער פרובירט - אויף זיין וועג לויט זיין שכל - צו טון גוטע זאכן, צו העלפן מענטשן, וועט אלעמאל ארויסוואקסן א בארג מיט קריטיק אויף יענעם, "אז ער טוט שוין יא, פארוואס זאל ער נישט ענדערש טון אזוי", "ער טוט טאקע זייער גוט, אבער דאס און יענץ וואלט ער געדארפט טון אנדערש", יעדער האט א ים מיט עצות און געדאנקען פאר יענעם ווי אזוי ער וואלט געדארפט צו טון, און די צייט וואס דער רעדנער האלט נישט ביים אריינלייגן א פינגער אין קאלט וואסער צו טון עפעס פאר א צווייטן.
איך בין נישט קיין פסיכיאלאג, איך קען נישט אריינקריכן אין מוחות פון מענטשן, און אפילו ווען יא וואלט מיר נישט געווען געשמאק זיך צו דרייען אין יענעמ'ס מחשבות, און יעדער מח איז אנדערש אויסגעשטעלט און טראכט אויף אנדערע וועגן, אבער מיר קוקט אויס אז דאס איז עפעס אזא סארט וועגן פון אויסלויבן. נישט יעדן פאסט צו זאגן פשוט און גראד א יישר כח פאר אן עסקן וואס געבט זיך אוועק צו העלפן אנדערע, נישט יעדער קען זיך ערלויבן זיך דאנקען א צווייטן אן קיין תנאים, ווייל דער מענטש שפירט אז אויב יא וועט ער האבן אן התחייבות צו יענעם, עפעס א סארט ביטול צו יענעם, און ס'וועט אפשר אויפברענגען טענות אויף אים אליין "פארוואס טו איך נישט דאס וואס יענער טוט", און דער רעזולטאט דערפון איז אז די לויב-ווערטער קומען ארויס פון מויל אויף אזא אופן ווי ס'זעט גאר אויס ווי טענות אויף יענעם, אבער אין אמת'ן איז דאס טאקע פשוט א לויב און דאנק אויף יענעמ'ס מעשים טובים.
בכל אופן בין איך שוין צו ווייט און טיף פארקראכן דא, לאמיר אלזא צוקומען צו אונזער סוגיא. ר' יואל ראטה שליט"א האט שוין מחזק געווען און געהאלפן פילע טויזנטער אידישע קינדער איבער דער גארער וועלט מיט פילע עצות און חיזוק אין אלע אספעקטן אין לעבן, פילע אידן זענען געהאלפן געווארן דורך זיינע דרשות און שיעורים, מיט שלום בית, חינוך, פרנסה, בין אדם לחברו, בין אדם למקום, און פיל מער, און טייל האט ער ממש געראטעוועט דאס לעבן, מיט'ן פשוט'ן אפטייטש פון ווארט.
פילע אידן קענען עדות זאגן איבער די פילע שוועריקייטן און צרות וואס זיי דורכגעגאנגען אין לעבן, פיזיש און גייסטיש, רוחניות און גשמיות, ביז זיי האבן זיך איין טאג אנגעשטויסן אין די חיזוק פונעם ראש ישיבה שליט"א און דאס האט זיי ממש געראטעוועט דאס לעבן. אסאך ווייסן פון קרובים און באקאנטע וועלכע האבן געטוישט זייער לעבנס שטייגער צום גוטן א דאנק די שיעורים, כאטש וואס טייל שעמען זיך צו זאגן אז דאס איז געווען וואס האט זיי געברענגט זייער ישועה אין לעבן.
דער ראש ישיבה אליין ברויך נישט קיין געלט פאר זיך, ער בעט נישט קיין געלט פאר זיך, ער קען חתונה מאכן פאר זיבן טויזנט דאלער [אנדערע זאגן אז די ליסטע איז נישט פונקטליך און ס'קומט צו נאך עטליכע טויזנט], און ער האט נישט געדארפט שנארן פון קיינעם קיין געלט פאר די חתונה. ער לעבט א פשוטע לעבן ווי א פשוטער איד, גאר ווייט פון פילע אנדערע אין זיין ראנג. ווען עס קומט אבער צו זיינע מוסדות התורה, קען ער נישט זיך אליין אן עצה געבן, אויף א טעגליכן און חודש'ליכן פארנעם פרובירט מען דאס בעסטע, יעצט אבער ווען מ'דארף קויפן א נייעם בנין צו קענען פלאצירן די מיידל שולע אויף א נארמאלן ארט, ברויך מען דרינגנד שאפן א מיליאן דאלער דערפאר, און דערפאר שטרעקט ער אויס די האנט צו אידישע קינדער וואס האבן א געפיל פאר דעם פלאץ.
אפילו די אידן וואס פאר זיי און פאר זייערע קינדער פעלט טאקע נישט אויס די מוסדות ברסלב, עס פעלט זיי בכלל נישט אויס די חיזוק פונעם ראש ישיבה, עס גייט זיי ב"ה גוט אין לעבן און האבן ב"ה גוטע פלעצער וואו זיך צו ווארעמען און שעפן חיזוק, פון דעסט וועגן איז דאך אבער יא דא פילע אנדערע אידן וואס האבן יא הנאה און ווערן געהאלפן דורך דעם פלאץ, און דעריבער שפירן זיי פאר א זכי' צוצולייגן א פלייצע און ארויסהעלפן די הייליגע אקטיוויטעטן, וויסענדיג אז מיט דעם וואס זיי העלפן ארויס די מוסדות, העלפן זיי מיט דעם פילע טויזנטער אידן איבער די גאנצע וועלט.
איך האב געעפנט א ספעציעלן טיעם פאר די קאווע שטיבל מיטגלידער, כאיש אחד בלב אחד וועלן מיר טון אלעס אין לעבן צו העלפן די וואס געבן פאר אנדערע לעבן. דאס מאל איז נישטא קיין מעטשינג, וויפיל איר געבט אזויפיל וועלן זיי באקומען, און אויב ווילט איר אייער נדבה זאל געטאפלט ווערן מוזט איר אליין געבן טאפלט...
דער קאמפיין גייט אן אפיציעל דעם דינסטאג מיטוואך און דאנערשטאג בהעלותך, אבער מ'קען שוין פון יעצט אנהויבן אריינשיקן די נדבות.
זאלן די גרויסע זכותים אונז ביישטיין, געהאלפן צו ווערן בכל משאלות לבינו לטובה, מיט געזונט און פרנסה בריווח, צו זען נחת ביי די קינדער, מיט אלע גוטע זאכן ברוחניות ובגשמיות.
תזכו למצות
https://www.charidy.com/Breslev/1099
אדער קען מען געבן אויפ'ן טעלעפאן 929-624-6677 [צו געבן פאר'ן קאווע שטיבל טיעם, דרוקט אריין די טיעם איי.די. 1099]


נ.ב. דער אשכול איז געווידמעט פאר'ן קאמפיין. די אלע וואס די מוסדות איז זיי נישט צום הארצן זאלן ביטע אויסדרוקן זייער שארפסטע מחאות דורכ'ן נישט עפענען דעם אשכול. איבער די חתונות און אנדערע אנגעלעגנהייטן איז שוין פארהאן אנדערע אשכולות.
א דאנק פאר אייער פארשטענדעניש.[/justify]
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר