בלאט 1 פון 1

פיינעלי א פרישע תלמוד תורה אין קרית יואל?

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2019 11:59 pm
דורך נורמאלי
בס"ד

תלמוד תורה ובית חינוך לבנות גלילות קרית יואל יצ"ו

מודעה משמחת

ווי באקאנט האט זיך געשאפן דער מצב אין די לעצטע פאר יאר אז צענדליגער משפחות ציען זיך ארויס יערליך צו די ארומיגע געגנטער אין די גלילות פון קרית יואל, א גרויסער טייל דערפון זענען משפחות פון אנדערע שטעט ווי וויליאמסבורג וכדומה מיט קינדער געבענטשטע שטובער כ"י.

דאס מציאות שטעלט זיך ארויס אז די מוסדות אין קרית יואל זענען בליעה"ר איבערגעפילט צום מאקסימום, און עס איז פשוט נישט מעגליך צו אקאמאדירן די ניי געקומענע תושבים על צד היותר טוב, לדוגמא, וועלן רוב קינדער פון די גלילות נישט אנקומען צום לערנען צייטליך צוליב שוועריגקייטן מיט טראנספארטאציע, ועוד ועוד, און דעריבער פאלן די קינדער אומדירעקט אריין אין א כמו 'צווייט קלאסיגע' קאטעגאריע.

דעריבער האבן זיך צוזאמענגענומען א גרופע עסקנים אנשי מעשה תושבי גלילות קרית יואל יע"א מיטן פלאן אהערצושטעלן אן אייגענעם זעלבסשטענדיגן תלמוד תורה און בית חינוך לבנות "אויפן זעלבן סטאנדארט און שטייגער ווי די מוסדות אין קרית יואל" פאר אלע יארגענג, אונטער די הנהגה רוחנית פון די רבנים ומורי צדק בגלילות קרית יואל שליט"א.

די מוסדות וועלן זיך געפונען אין א ניי געקויפטן בנין אין 'וואודבארי' סטראטעגיש נאנט צו אלע לאקאלן ארום, און וועלן ווערן אנגעפירט דורך א שטאב פון יראי השם אונטער די שטרענגע אויפזיכט פון הגה"צ רבני השכונות והמורי צדק שליט"א, מיטן ציהל צו פארברייטערן די גבולי הקדושה און נישט נאכלאזן קיין זיז כל שהוא פון דעם רוחניותדיגן ניווא וואס דער היימישער ציבור שטרעבט מחנך צו זיין די קינדער על דרך התורה, און אין די זעלבע צייט פארגרינגערן פאר די פילע משפחות וועלכע ציען זיך ארויס צו קענען פלאצירן זייערע קינדער אן קיין דאגות און אומוויכטיגע עגמת נפש, און דערצו שפארן פילע אומנויטיגע אויסגאבן פון טראנספארטאציע א.ד.ג..

ווי פארשטענדליך שטייט מען נאך אין די גאר פריע שטאפלען פון די פלענער וועלכע וועלן אי"ה פארעפנטליכט ווערן אין נאנטן צוקונפט, דערפאר איז גאר וויכטיג פאר אלע עלטערן וועלכע זענען אינטרעסירט זיך איינצושרייבן זיך צו מעלדן ווי אמשנעלסטן צו די אדרעסן אונטן כדי מען זאל קענען ארויסשיקן די רעגיסטראציע פארמס, און אראנזשירן די נויטיגע צוגעהערן על צד היותר טוב.

אזוי אויך עסקנים ונדיבים בעם וועלכע זענען גרייט צו מיטהעלפן מיטן ראשיתך מצער שטאפל און זיין פון די נחשונים לדבר מצוה ווערן געבעטן זיך פארבינדן אויף די אדרעסן.

(פארשטענדליך אז אלע אינפארמאציע ווערט געהאלטן שטרענג קאנפידענשל).

רופט אונזער טעלעפאן נומער:
845-232-0480
אדער אימעילט צו:
vaadhaglilos@gmail.com

פרטים יבואו אי"ה בקרוב.

ויה"ר שיתקדש שם שמים על ידינו אמן

וועד הגלילות