בלאט 1 פון 1

איז דער אפסטעיט גוי אן אנטיסעמיט?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 4:41 pm
דורך יהורם
די וואך איז ערשינען א נייע ווידעא וואו מען זעט אן אויפגערעגטער מאן שרייען פון א רויטער פיקאפ טרעקל צו איינער פון אונזערע היימישע סובארבאן דרייווערס.

מען שעלט און מען רעגט זיך און מען שרייט אז דער גוי איז א אנטיסעמיט וואס שרייט ראסיסטישע לאזונגען, מען פרובירט צו מאכן א מצב פון א פליג און בעאומשולדיגן דעם איד.

אבער קאנענדיג די חרדישע קאמיוניטי פון די נאנט בין איך גאנץ איבערגעצייגט אז דער גוי וואס שרייט איז א פיינער און גלייכער מאן, נאר וואס? דער סובארבאן דרייווער האט אים ערגעצוואו טעראריזירט אויפן ראוד זייענדיג צוגעוואוינט צו וויליאמסבורג ברוקלין וואו מען טוט וואס די העל מען וויל און מען פליט ארום מיט היי ביעמס און מען שניידט אריין אן בלינקערס בייסנדיג אין א גריל אן לי סענדוויטש ווייל מען מיינט אז מען האט דארט די מאכט.

ווען מען איז אנגעקומען צו אן אינטערסעקשן האט דער גוי געעפנט זיין ווינדאו ווילנדיג שרייען אויפן אינגערמאן, דער חזיר אבער אנשטאט זיך אנטשולדיגן פאר זיין מאדנע התנהגות נעמט ער ארויס זיין משומר סמארטפאון און ער מאכט א ווידעא פון דעם צעשראקענעם מאן וואס ווערט מער און מער אויפגערעגט און הייבט אן שעלטן מער און מער.

קען זיין אז כ'בין זיך טועה און דער אינגערמאן איז אומשולדיג און דער גוי איז אן אנטיסעמיט, אבער כ'מיין אז עס מאכט מער סענס וויאזוי עס איז געווען אפגעלייגט אויטאמאטיש אין מיין מח נאכן זען די ווידעא.

און הייבט אן איינרוען אין קאנטרי, סייקאפאטן.