בלאט 1 פון 1

איז דער אפסטעיט גוי אן אנטיסעמיט?

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 4:41 pm
דורך מאך זיכער
די וואך איז ערשינען א נייע ווידעא וואו מען זעט אן אויפגערעגטער מאן שרייען פון א רויטער פיקאפ טרעקל צו איינער פון אונזערע היימישע סובארבאן דרייווערס.

מען שעלט און מען רעגט זיך און מען שרייט אז דער גוי איז א אנטיסעמיט וואס שרייט ראסיסטישע לאזונגען, מען פרובירט צו מאכן א מצב פון א פליג און בעאומשולדיגן דעם איד.

אבער קאנענדיג די חרדישע קאמיוניטי פון די נאנט בין איך גאנץ איבערגעצייגט אז דער גוי וואס שרייט איז א פיינער און גלייכער מאן, נאר וואס? דער סובארבאן דרייווער האט אים ערגעצוואו טעראריזירט אויפן ראוד זייענדיג צוגעוואוינט צו וויליאמסבורג ברוקלין וואו מען טוט וואס די העל מען וויל און מען פליט ארום מיט היי ביעמס און מען שניידט אריין אן בלינקערס בייסנדיג אין א גריל אן לי סענדוויטש ווייל מען מיינט אז מען האט דארט די מאכט.

ווען מען איז אנגעקומען צו אן אינטערסעקשן האט דער גוי געעפנט זיין ווינדאו ווילנדיג שרייען אויפן אינגערמאן, דער חזיר אבער אנשטאט זיך אנטשולדיגן פאר זיין מאדנע התנהגות נעמט ער ארויס זיין משומר סמארטפאון און ער מאכט א ווידעא פון דעם צעשראקענעם מאן וואס ווערט מער און מער אויפגערעגט און הייבט אן שעלטן מער און מער.

קען זיין אז כ'בין זיך טועה און דער אינגערמאן איז אומשולדיג און דער גוי איז אן אנטיסעמיט, אבער כ'מיין אז עס מאכט מער סענס וויאזוי עס איז געווען אפגעלייגט אויטאמאטיש אין מיין מח נאכן זען די ווידעא.

און הייבט אן איינרוען אין קאנטרי, סייקאפאטן.

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 5:11 pm
דורך ביבער
אפילו ס'זאל אמת זיין וואס דו טראכסט איז ער נאך אלס אן אנטיסעמיט און ביליגער ראסיסט פארן זאגן וואס ער זאגט.

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 5:13 pm
דורך לבי ובשרי
@מאך זיכער
נישט זיכער אז דאס איז געווען דער מציאות הדברים.
און אפילו אויב יא געבט דאס נאכאלס נישט די רעכט צו שרייען און זאגן "אזאנע זאכענעס"

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 5:17 pm
דורך מאך זיכער
וואס מיינסטו צו זאגן? דערמאנסט מיר פון א חב"דסקער משפיע וואס האט אמאל אנגערופן איינעם א 'פארץ', ווען מען האט אים געפרעגט וואס איז פשט פון די נידריגע אויסשפראך האט ער געזאגט "כ'פארשטיי נישט, ער מעג עס זיין און איך טאר עס נישט זאגן?" וד"ל.

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 5:21 pm
דורך ביבער
אויב סאיז אמת איז עס צוליב זיין רעליגיע אדער ראסע?

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 5:24 pm
דורך מאך זיכער
ניין נאר צוליב זיין פארשטינקענעם פערזענליכקייט וואס לדאבונינו איז די גאנצע קאמיוניטי אנגעשטעקט מיט די סראכעדיגע גאוה.

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 5:26 pm
דורך ביבער
און אט דאס מיינט מען מיט ראסיזם.

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 5:31 pm
דורך מאך זיכער
קלאר אז נישט, ראסיזם האט אינגאנצן אן אנדערע אפטייטש.

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 5:33 pm
דורך ביבער
נו וואס מיינט ראסיזם?

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 5:48 pm
דורך איסר האטלקי
מאך זיכער האט געשריבן:קלאר אז נישט, ראסיזם האט אינגאנצן אן אנדערע אפטייטש.

ראנג, קיין שום אנדערע אפטייטש. נוצן אויסדרוקן וואס באשולדיגן א רעליגיע, ראסע, פאלק, קאליר, דזשענדער, איז ריין ראסיזם.

ס'איז אמת אז דער איד איז מעגליך שולדיג, אבער בארעכטיגט איז עס נאכאלץ נישט. דער שווארצער איז אויך א חיה רעה, אבער אים אנשרייען אלס שווארצער איז ראסיזם.

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 5:55 pm
דורך גדליה
הוי דן את כל גוי לכף זכות
הוי דן את כל חסיד לכף חובה
קרעדיט: מאך זיכער

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 8:38 pm
דורך מאך זיכער
גדליה האט געשריבן:הוי דן את כל גוי לכף זכות
הוי דן את כל חסיד לכף חובה
קרעדיט: מאך זיכער

העי כ'האב דאס נישט געזאגט, כ'וויל נאר א אויפוואכונג אז נישט יעדער גוי איז אן אנטיסעמיט.

Re: איז דער אפסטעיט גוי אן אנטיסעמיט?

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 8:51 pm
דורך סאשי פיש
פארוואס נאך אן אשכול? ער האט דאך שוין אן אשכול מי כעמך הגוי

Re: איז דער אפסטעיט גוי אן אנטיסעמיט?

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 8:51 pm
דורך סאשי פיש
מיט זיין פריערדיגע ניק

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 9:57 pm
דורך berlbalaguleh
מאך זיכער האט געשריבן:ניין נאר צוליב זיין פארשטינקענעם פערזענליכקייט וואס לדאבונינו איז די גאנצע קאמיוניטי אנגעשטעקט מיט די סראכעדיגע גאוה.

מאך זיכער: ליידער איז די זעלבע פרשה אין בארא פארק אויך. אין מאנסי ווייס איך נישט. אויך. איך האב נישט געזעהן דעם ווידיא קליפ. אבער אונז זעמיר ליידער אנגעשטעקט מיט גאווה און אראגאנץ. דער איינציגער לימיט זכות (אינטענשיאנעללי מיסספעלל'ד) איז אז די אראגאנטע און צולאזטע און צעיושעטע יונגען טוען עס פאר אידן אויך...!

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 10:01 pm
דורך berlbalaguleh
איסר האטלקי האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:קלאר אז נישט, ראסיזם האט אינגאנצן אן אנדערע אפטייטש.

ראנג, קיין שום אנדערע אפטייטש. נוצן אויסדרוקן וואס באשולדיגן א רעליגיע, ראסע, פאלק, קאליר, דזשענדער, איז ריין ראסיזם.

ס'איז אמת אז דער איד איז מעגליך שולדיג, אבער בארעכטיגט איז עס נאכאלץ נישט. דער שווארצער איז אויך א חיה רעה, אבער אים אנשרייען אלס שווארצער איז ראסיזם.

איסר האיטלקי: די פראגע דא איז נישט צו ס'איז יא ראסיזם אדער נישט. ווען דער באקריוודעטער. אין דעם פאל דער גוי באגעגנט זיך נאך מיט אראגאנץ, כדרכנו וועט ער שיסן מיט וואס ער האט. און אויב דער וואס איז באגגאנגען די עוולה איז א איד, וועט ער דאס אויכעט אריינווארפן. אונז מעג מיר זיך טאקע שעהמען. און א ביסל נאכלאזן פון די גאווה...ווייל דאס ברענגט אנטיסעמיטיזם...!

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 10:04 pm
דורך berlbalaguleh
מאך זיכער האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:הוי דן את כל גוי לכף זכות
הוי דן את כל חסיד לכף חובה
קרעדיט: מאך זיכער

העי כ'האב דאס נישט געזאגט, כ'וויל נאר א אויפוואכונג אז נישט יעדער גוי איז אן אנטיסעמיט.

און אונז מעג מיר א ביסל נאכלאזן פון דעם וואוילן יונגשאפט און שטאלץ...!

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 10:06 pm
דורך berlbalaguleh
גדליה האט געשריבן:הוי דן את כל גוי לכף זכות
הוי דן את כל חסיד לכף חובה
קרעדיט: מאך זיכער

גדליה: דער לייק איז פאר די גוטע מליצה. (איך האב זייער שטארק ליעב גוטע מליצות און פאנס). נישט אז איך בין מסכים מיט דיר...!

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 10:37 pm
דורך גדליה
איך האב זייער שטארק ליב באלעגאלעס און פערד

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 10:39 pm
דורך berlbalaguleh
נו, ברענג פיקטשערס פון באלעגאלעס און פון פערד...!

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 10:44 pm
דורך ביבער
למעשה וואס ענטפערט מען אזוינעם? מיר האט געגרידזשעט צו הערן ווי דער אינגערמאן מעקל'ט אוועק. איך האב לעצטענס געהאט אזא מעשה ביי טרעפיק אויפן פאליסעידס, נישט טרעפנדיג די ריכטיגע קללות צוריקצושרייען האב איך מיר גענומען שרייען בריך שמיה און אריינגעמישט די עף ווארט נאך יעדע דריי ווערטער.
וואס האב איך אויפגעטוען? גארנישט. מקען סייווי נישט אויפטהון אבער ביי מיר איז מיין זעלבסט-רעספעקט געבליבן גאנץ און יענער האף איך איז אוועק מער אויפגערעגט ווי פארדעם.

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 11:47 pm
דורך berlbalaguleh
ביבער: דאס איז גראדע זייער א גוטער מיטל. ווען איך האב אין מיינע יונגערע יארן געהאט קאנפליקטן מיט גויים אנטיסעמיטן, האב איך מיך אייביג אויסגעטענה'ט (געשאלטן) אויף אידיש. און ווען דער שייגעץ האט געזאגט..."סעי איט אין אינגליש"... האביך איהם געענטפערט..."וויל איך נישט. טוה מיר עפעס"...פארשטייצעך ער איז אוועקגעגאנגען אינגאנצן אויפגערעגט...! איינמאל האביך געשריגן פאר א שייגעץ וואס האט עס פארדינט...עף. יו. האט ער מיר צוריקגעענטפערט די זעלבע ווערטער מיט א לשון פון א באגריסונג...!

הודעהפורסם: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 12:27 am
דורך מאך זיכער
ביבער האט געשריבן:למעשה וואס ענטפערט מען אזוינעם? מיר האט געגרידזשעט צו הערן ווי דער אינגערמאן מעקל'ט אוועק. איך האב לעצטענס געהאט אזא מעשה ביי טרעפיק אויפן פאליסעידס, נישט טרעפנדיג די ריכטיגע קללות צוריקצושרייען האב איך מיר גענומען שרייען בריך שמיה און אריינגעמישט די עף ווארט נאך יעדע דריי ווערטער.
וואס האב איך אויפגעטוען? גארנישט. מקען סייווי נישט אויפטהון אבער ביי מיר איז מיין זעלבסט-רעספעקט געבליבן גאנץ און יענער האף איך איז אוועק מער אויפגערעגט ווי פארדעם.

דיין תגובה האט מיר געקאסט א שטארקער געלעכטער... די אמת איז אז מען ענטפערט איים סארי און מעם יאפעצט אפ פון שטח, אבער טאמער איז יענער א קלעבעכץ און א פגע איז די איינציגסטע עצה צו טון דיין וועג, אבער זיכער נישט ארויסנעמען די סמארטפאון און זיך אונטערברימען 'דעט'ס גרעיט'...

Re: איז דער אפסטעיט גוי אן אנטיסעמיט?

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 7:54 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
berlbalaguleh האט געשריבן:ביבער: דאס איז גראדע זייער א גוטער מיטל. ווען איך האב אין מיינע יונגערע יארן געהאט קאנפליקטן מיט גויים אנטיסעמיטן, האב איך מיך אייביג אויסגעטענה'ט (געשאלטן) אויף אידיש. און ווען דער שייגעץ האט געזאגט..."סעי איט אין אינגליש"... האביך איהם געענטפערט..."וויל איך נישט. טוה מיר עפעס"...פארשטייצעך ער איז אוועקגעגאנגען אינגאנצן אויפגערעגט...! איינמאל האביך געשריגן פאר א שייגעץ וואס האט עס פארדינט...עף. יו. האט ער מיר צוריקגעענטפערט די זעלבע ווערטער מיט א לשון פון א באגריסונג...!


דאס בעסטע ווען ער שרייט עף יו ענפער איך טענק יו איי לייק דעט איים עקטיאלי דאינג איט עוורי נייט יוא ווערט ער צוווילדיועווט ער ווייסט נישט וואס נאך צו זאגן ער זוכט אנדערע קללות.