איש חסיד היה - ר' יעקיל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

איש חסיד היה - ר' יעקיל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 8:22 pm

ר' יעקל איז געווען א חסיד, נאך איידער דער נאמען האט זיך פארשווארצט מיט דער מיין פון באלאנגען צו עפעס א באוועגונג. מימי נעוריו האט ער געדינט זיין באשעפער, אין חדר און ישיבה פלעגט ער זיך פלאגען אין הוויות דאביי ורבא אויף צו אנטדעקן וואס ער מוז טון אין די וועלט. ער פלעגט דאווענען מיט השתפכות הנפש און ער האט געארבעט אויסצולויטערן זיין מדות. זיין לעבן איז געווען געווידמעט צום באשעפער, און ער פלעגט רייסען שטיקער פון זיך מיט פארשידענע סיגופים.

נאכ'ן חתונה מיט זיין אשת חיל, האט ער געשמ'ט אלס א פארטיגע חסיד צווישען די קבוצה חסידים אין געגענט. זיי זענען געווען א באהאלטענע חבורה, וואס האבען זיך אפגעגעבען זייערע לעבן מיט עבודת ה' און גארנישט אנדערש. זיי פלעגן זיך טרעפן יעדער שטיק צייט און זיך אינאיינעם מחזק זיין מיט עצות און תוכחה וויאזוי אנצוהאלטן די מדרגה זייערע.

ר' יעקיל האט זיי נישט פארשעמט. שוין א שעה איידער מ'האט אנגעהויבען דאווענען שחרית יעדען טאג, איז ער שוין געשטאנען אין זיין ווינקעל איינגעוויקעלט אינ'ם טלית. די וואס זענען געזעסען לעבן איהם האבע צומאל אונטערגעהערט ווי ער פאלט אריין אין עקסטאז ביי געוויסע זאצן אין דאווענען און ער פלעגט זיי איבער זאגען נאכאמאל און נאכאמאל. אלס שטילעהייט, אלס צניעות'דיגע איינגעוויקעלט אין זיין פשוט'ער געשטעל, האט ער געברענגט א קרבן פון די לעבעדיגער ווערטער צו זיין אייביגע גאט.

געגעסן האט ער דאס מינימום וואס זיין קערפער האט געפאדערט, און פאסטן איז געווען ביי איהם אן אפטע פאסירונג. נישט אז ער האט פאר איינעם פארציילט דערוועגן, נאר טאמער מ'האט אונטערגעהערט א 'כי בצרה גדולה אנחנו' ביי זיין שמו"ע אויף א גרינעם מיטוואך, ווי ער האט פראבירט צו בלייבען שטיל דערמיט, אבער זיין געוויין פלעגט זיך אמאל ארויס שפראצן ווי פון זיך אליינס, האט מען שוין געוואוסט אז היינט גייט דער כזית'ל ברויט לעבן צו זען דער זון נאך א טאג, אדער צוויי.

א שטענדיגע האלבע שמייכעל איז געווען אויף זיין ליפן, ער האט אין זיין ווערצהויז נישט געהאט פון די סחורה פון מרה שחורה. קיין סאך האט ער נישט גערעדט מיט מענטשן, אבער דאס וואס יא איז געווען איידעל שעמעוודיג און מיט א קענטיגע כוונה. א שלום עליכם א ברייטער האט ער געהאט, פון וואס ער האט געשאנקען פאר יעדעם וואס ער האט נאר געטראפען אין וועג.


מענטשן האבען געהאט אן אינטרעסאנטע צוגאנג צו איהם. מצד אחד האט מען געוואוסט אז ר' יעקל לעבט נישט אויף זייער שטייגער, ער מוטשעט נישט מיט וואס זיי ענגבערט. אבער מצד שני איז ער קיין רב אדער רבי נישט געווען, נישט ביי איהם האט מען געקוויטעלט און נישט פון איהם האט מען געהערט פייערדיגע דרשות. ער האט נישט געשילדערט די פארבן פון גיהנם ווי די אמאליגע מגידים און ער האט אויך נישט געפסקנ'ט קיין דיני תורה צווישען מענטשען. געשושקעט ביים דאווענען האט ער אויך נישט, ניטאמאל מיט אן אויגענבליק. אבער אויף פיהל מענטשן האט ער געהאט א השפעה. די אלע טישען ארום איהם האבען זיך נישט געוואגט אויסצורעדן א ווארט בין גברא לגברא, נאר ווייל ער איז דארט געווען, נישט ווייל ער וואלט זיי עפעס געטון. ווען ער איז אריין אין א קראם, האבען די לשון הרע'ס ווי פון זיך אליינס שטיל געווארען, כאילו ער איז א מאגנעט וואס שטופט עס אטאמטיש אוועק.

א חיונה האט ער פון ערגעץ געצויגן, מסתמא האט זין געטרייע בני בית עפעס געהאנדלט. קינדער האט ער געהאט, אבער זיין לעבן איז נישט געווען אין שטוב מיט זיי.


ר' יעקל האט זיך אונטערגענומען נייע עבודות פון צייט צו צייט, לויט וואס מ'האט איהם געשיקט פון הימל און די קבוצה האט צוזאמען געשמועסט. קיינער האט נישט געוואוסט פארוואס, אבער צומאל איז ער פארשוואונדען געווארען אויף א פאר מאנאטן, ווען פלוצלונג האט מען איהם געזען ביי זיין מקום קבוע א שעה פאר'ן דאווענען, שעפשענדיג די אור-אלטע ווערטער צו זיך, און עס האט זיך געדאכט אז ער איז פון דארט קיינמאל נישט אוועק געגאנגען.


איין יאר, נאך סוכות, האט ר' יעקל זיך גענומען די עבודה פון מחזק זיין אידען. ער האט זיך גענומען פארען פון דארף צו דארף, פון שטאט צו שטאט און זיך געטראפען מיט די מענטשן דארט. ער פלעגט זיך אריין זעצן אין שענק, געקויפט א גרויסע עמער ביר און דאס געזיפצט עד גומרו, צוהערענדיג די שמועסן ארום איהם. ער פלעגט זאגען א ווארט צוויי צו די בעלי מלאכות וואס פלעגן אריין קומען סוף טאג אביסל צו פארברענגן איידער זיי גיין אהיים, זיי דערמאנען אז זייערע באשעפער האט זיי נאכאלס ליעב. ער פלעגט זיי געבען א קליין דזשאכע אין די געוויסען, אז זיי זאלען אהיים גיין מיט עפעס צו טראכטען, עפעס וואס וועט דורכברעכן די וואלקענעס מיט וואס זייער הארץ איז ארום גערינגעלט. א מחשבה'לע א קליינער פארוואס זיין נשמה האט געמאכט די לאנגע רייזע ביז צו די גוף אין די וועלט, אן אויפוואכונג אויף ווי ער גייט אנקומען נאכ'ן אפלעבן זיין זיבעציג יאר. ביז מ'האט געכאפט וואס ר' יעקל וויל בכלל, איז ער שוין געווען אין די נעקסטע דארף, און די וואס האבען זוכה געווען צו קומען מיט איהם אין באריר האבען געפילט ווי זייער לעבן טוישט זיך עטוואס, זייער דאווענען האט געהאט א טראפקעלע עקסטער כוונה, ער האט זיך געפירט עטוואס איידעלער צום בני בית, ווען ביים האנדל האט זיין ווילונג געוואלט שווינדלען, האט זיין געוויסען דאס טיילווייז אפגעשטעלט. ער אליינס האט ניטאמאל געוואוסט וואס און ווער האט פאראורזאכט דער טויש אין זיין לעבן, אבער אן ענדערונג האט פאסירט.


דער שטאט מיעלניק האבען געווענדליכער ערליכער אידען אויסגעמיטען. מ'האט געוואוסט אז אומעטום זענען דא זינדיגערס און ערליכע אידען, אבער די עבירות זענען אפט זייער ענדליך איינעם צום צווייטען. מיעלניק איז אבער געווען גאר עפעס אנדערש. נישט ווייל עס איז געווען צו ווייניג אידען דארט, פארקערט, עס האט געוואוינט דארט אומגעפער זיבען הונדרעט ראשי משפחה, א שיינעם שטאט לכל הדעות. א שול האבען זיי געהאט, א בית הקברות מיט א שוטח און א חזן. אבער ערליכע אידען האבען געוואוסט אז אין מיעלניק טאנצט דער יצר הרע, ער האט א לייכטע ארבעט דארט. צוויי דריי בתי בושת זענען געווען אין שטאט, און צום אייביגן שאנד האבען זיי באלאנגט צו אידען און אידען האבען זיי גענוצט. פרום זענען זיי אלע געווען, געדאווענט אין שול און געגעסען פון דער שוחט וואס האט פארמאגט לעבן זיך א בארד ביז נאנט צו די קניען. אבער די פאסקודנע עבירה האט מען נישט געקענט נאכלאזען, און מ'האט זיך געהיטען דורכצופארען אדער משדך זיין אין די שטאט.


ר' יעקל האט די אלע לשון הרע'ס נישט געהערט. ער האט געטון זיינס און ווייטער געגאנגען. אנקומענדיג אין א שטאט האט ער נישט געטראפען די אלע יצה"ר'ס וואס אנדערע האבען געטראפען, ער האט געטראפען דער ביהמ"ד און דער שענק, די ערשטע אויף אויסצוגיסען זיין הארץ צום בורא עולם, און די צווייטע צו באלעבן די מוט פון די לאקאלע אידען. מער ווי דעם איז איהם נישט געווען אינטרעסאנט.

איין דינסטאג איז ר' יעקל אנגעקומען קיין מיעלניק. אין שול האבען מענטשען געשעפשעט איינעם צום צווייטען, "ווער איז דער געסט דא? ער זעט אויס אן ערליכער איד, וואס טוט אזוינס ביי אונז?" פון דער חידוש פון האבען אן ערליכער איד צווישען זיי, האט דער דאווענען שוין גענומען אפאר מינוט לענגער ווי א נארמאלען טאג. ר' יעקל האט געוויילט שעות אין זיין ווינקעל אין ביהמ"ד, און דער עולם האט פארגעסן פון איהם ביי זייער ארבעט.

דערנאך האט ר' יעקל געמאכט זיין וועג צום שענק, ווי זיין שטייגער איז געווען. א ווארמער קווארט ביר, פאמעלעך געזיפצט, האט איהם געקענט נעמן א שיינע פאר שעה, ווי ער האט געקענט אויסהערן די גוסטע פון דער עולם און צולייגען א פלייצע צו זייער רוחניות'דיגע פיין. ער זיצט דארט, פארזינקען אין זיין מחשבות, ווען א פאר חברה באווייזען זיך אין שענק. זיי האבען געקויפט זייער געטראנק, א גלאז אקאוויט און אייערצוויבעל אויף צו פארבייסען. נישט לאנג האט עס געדויערט און עטליכע חברים זייערע זענען אנגעקומען און דער טיש איז געווארען פרייליך. קיינער פון זיי האט נישט באמערקט ר' יעקל ביים עק טיש, און זיי האבען זיך גענומען שמועסן געמוטליך. דער אקאוויט האט געטון זיינס, און דער מעהד און דער ביער פאר דער וואס האט זיי מערער געגליכענט, און זייער צינג זענען געווארען לויז. איינער פון זיי, וואס אנדערע האבען אנגערופען זאנווייל דער פאס (דאס איז ווארשיינדליך צוליעב זיין דערויסענדיגע אויסקוק, וואס איז געווען ווי א פאס געשטעלט, רונדיג, פעסט און קורץ), האט זיך גענומען פארציילען וועגען די נייע ארבעטארער אין דער בית בושת און וואס ער האט דארט אפגעטון. צוליעב פארשטענדליכע סבות קענען מיר נישט ברענגן די איינצעלהייטען פון זיין שמועס מיט זיין חברים, אבער יעדער האט געלאכט און געשמייכעלט און הנאה געהאט פון די שמועס.

יעדער? ניין, ר' יעקיל איז געזעסען ביים עק טיש, און זיין געזיכט האט זיך גענומען רויטלען. קודם זיין אויערן, אבער ווער באמערקט אויערן וואס זענען אונטער זיין ברייטער הוט און צובוזשעוועטער פאות. דערנאך זיין פנים און זיין נאז זענען זיך גענומען פלאקערן פאר בושה פון די ווערטער וואס האבען דארט געוואלגערט אויפ'ן טיש. ער האט עס נישט געקענט אויסהאלטען, ווי רעדען אידען אזעלכע געמיינע ווערטער, ווי טוט א איד אזעלכע פאסקודנע מעשים? ער האט שוין געהערט עטליכע עבירות פון מענטשען, און ער האט געוואוסט וועלכע ווערטער צו נוצען אויפצווועקען די טיפעניש פון זייער בענקשאפט צום גאט, אבער דא האט ער נישט געוואוסט וואס מ'זאגט. זיין אויגען האבען זיך אנגעפילט, זיין געדערעם האט זיך געדרייט, און זיין קאפ איז געווארען צומישט צו הערן אזעלגע נידריגע רייד.

איינער פון די לאכערס און שמועסערס איז געווען עטוואס ערנסטע ווי די אנדערע. ער איז קיין גרויסע ל"ו'ניק נישט געווען, ער האט אויך שוין אפאר מאל באזוכט די בתי בושת, ער האט אויך מיטגעלאכט מיט זאנוויל'ס מעשיות, און געוואלט די זעלבע פאר זיך. אבער ווען אנדערע האבען צוגעלייגט זייער מעשיות פון די בתי בושת, האט ער זיך אביסל געשעמ'ט און ער האט נישט צוגעלייגט גארנישט. ענדליך האבען די שמועסערס געוואנדען זייער פנימ'ער צו איהם, "און דו ברוך יוסף, גרויסע צולייגער, וואס האסטו צו פארציילען?" ברוך יוסף האט שוין באמערקט ר' יעקיל ביים עק טיש, ער האט שוין געזען די שנירן טרערן וואס זענען געגאסען אויף זיין האלב רויט האלב בלאס ווי קאלעך געזיכט, און ער האט זיך שוין אינגאנצען געשעמ'ט פון זיין א חלק פון אזא שמועס. ער האט געבליקט צו ר' יעקיל'ס עק, און אלע זענען נאכגעגאנגען זיין אויגען שטראלען ביז די מוט האט זיך פלוצלונג געגעבן א גאנצע קער פון איין זייט צום צווייטען. די כח פון ר' יעקיל'ס א טרער האט דורכגעבראכען די אקאוויט, די מעהד מיט די ביר, און עס האט ביי זיי אויפגעוועקט א טראכט אן אויפוואכונג פון תשובה, וואס זיי האבען געדענקט פון די חדר יארען. פלוצלונג האבען זיי געזען די טאטע מאמע פאר די אויגען און זיי האבען געדענקט אז כן לא יעשה, א בית בושת איז נישט פאר אידען. אלע האבען אראפ געקוקט צום טיש, פון בושה און פיין און די צימער איז שא שטיל געווארען.

זאנוויל דער פאס איז געווען דער ערשטע זיך אויפצווועקען און א רוף געטון פאר ר' יעקיל, "ר' איד, איך קען נישט אייער נאמען, אבער איהר מוזט אונז העלפן. איהר זעט דאך ווי מיר האלטן, זינדיגער פויערן, א באנדע כלאפעס וואס פון גאט פארגעסט מען און זיך דינט מען. טו עפעס פאר אונז, רייניג אונזער נשמות, שלעפ אונז אוועק פון זינד, הייס אונז א תשובה פראגראם!"

ר' יעקיל האט קיין ווארט נישט געקענט אויסזאגען פון מויל. זיין קאפ איז איהם נאך שווער געווען פון די געמיינע דיבורים וואס זענען איהם אריין דורך די קליינע אויער לעכל, און ער האט נישט געקענט טראכטן אויף די מינוט. ער איז ווייטער געזעסען און צוויי שנירן טרערן זענען ווייטער געגאסען אויף זיין דינער אויסגעפליקטער בארד. דער עולם איז געווארען שטארק נערווירט, "ווער ווייסט וואס דער פארבארגענעם צדיק זעט דארט אין הימל אויף אונז, ווי ווייט מיר האבען זיך פארזינדיגט?"

אלע האבען שנעל אריין געשטעקט די הענט אין די קעשענעס און ארויסגענומען די גאנצע געלט וואס איז דארט געלעגען און געלייגט אויפ'ן טיש פאר ר' יעקיל אלס א פדיון נפש. זיין אויגען האבען זיך ווייטער פארמאכט, די טיש לעבן איהם איז געווארען נאסער און נאסער פון זיין זוידיגע טרערן, און פאר איהם האט זיך באהויפט גאלדענע, זילבענע און קופערנע שטיקלעך פון אלע סארטן. די געלט האט זיך אויך געטובל'ט אין זיין טרערן, און ער האט די אויגען נישט גע'עפענט פון גרויס שאנד און פיין. דער עולם האט זיך אויסגעליידיגט און שעמעדיגעהייט זענען זיי אהיים געקראכען.

לאנג און שטיל האט ר' יעקיל געווארט מיט פארמאכטע אויגען. עס איז איהם אין קאפ נישט אריין געגאנגען אזעלכע געמיינע עבירות ביי אידען. ער האט געהערט פון אביסל שווינדלען ביים וואגשאהל, קוקען ווי מ'טאר נישט, רעדען צו נאנט מיט יענעמ'ס אדער אן אלטע בחוריש'ע מעשה מיט א גויטע וואס מ'וויל שוין שפעטער פאררעכטן. צו די אלע זאכען האט ער געוואוסט וויאזוי צו דערהייבען דער מוט פון דער זינידעגר זעל און איהם אויפלעבן צו תשובה שלימה. אבער אזעלכע עבירות איז ממנו והלאה, און זיין געוויסען האט געזוכט און געזוכט א לעזונג דערפאר. ענדליך האט ער אויפגעגעבען און גע'עפענט די אויגען, זע'ענדיג א בארגעלע מיט געלט פאר זיך אבער קיין נפש חיה. וואס האט ער מיט געלט? וואס וועט ער טון דערמיט? א בנש"ק דלא חזי צורתא דמטבע איז ער נישט ממש געווען, אבער געזוכט האט ער עס קיינמאל נישט. אחוץ אביסל ברויט איינצוהאלטען די נשמה אין דער גוף האט ער דאך גארנישט באדארפט, ט'וואס וועט געלט איהם צוגעבן? בלית ברירה האט ער גענומען די געלט אין קעשענע און ער איז צוריק געגאנגען אין ביהמ"ד אויף מנחה מעריב, און זיך צוגעלייגט אויף א באנק אין ווינקעל.

גאנץ שפעט דער נעקסטע אינדערפרי, ווען ר' יעקיל האט גע'ענדיגט דאווענען, האט ער זיך בארעכענט, "די טרייסטל איז ריזיג, וואס די חברה קענען אפטון ביי מיר. אבער א השפעה האב איך דאך געהאט, מ'זעט וויפיהל זיי האבען זיך געלאזט קאסטן. אפשר זאל איך גיין צו א צווייטען שענק און זיך טרעפן מיט די זעלבע סארט מענטשען, זאלען זיי כאטש האבען א כפרה און א ישועה". עס האט קיינער נישט געזאגט אז דער יצה"ר איז א נער, אדער אז אויף געוויסע מענטשן גיבט ער אויף.

איז ר' יעקיל געגאנגען צו דער שענק פון באריס דער גוי, וואס האט געהאט אן אנדערן סארט עולם ביי זיך. נישט עפעס מער כ'ניאקיש. פארקערט, דער שפראך דארט איז געווען מער רוסיש ווי אידיש, און דער אידיש איז געווען גראבער און הייזעריקער, אזש עס קען דאכטן אז דער עולם שרייט פאר פרנסה. ר' יעקיל איז ווידער געזעסן אין ווינקעל מיט א קווארט ביר, און ער האט זיך ווידער איינגעוויקעלט אין זיין געדאנקן. און אזוי ווי נעכטן זענען געקומען א גרופע אידישע מענטשן, וואס האבען באשטעלט פון די שטארקע סחורה, וואדקא מיט שליוואוויץ, און זיי האבען זיך גענומען שמועסן. אזוי ווי נעכטן, קענען מיר נישט ברענגן קיין איינצעלהייטן פון די שמועס, נאר אז די נעכטיגע שמועס איז געווען אזוי ווי אלטע ווייבער ביים אנגרייטען יום כיפור לעכט אום שלש עשרה מדות לויט די היינטיגע באגריפען. מ'האט ארום געשמועסט וואס מ'האט אלס אפגעטון און די בית בושת, און ר' יעקיל'ס אויערן, ווי אויך זיין באקן און נאז, זענען געווארען רויט ווי א טאמאטא. ער האט ווידער געוויינט, זיי האבען ווידער באמערקט און פלוצלונג זיך געכאפט ווי ווייט זייער נשמות זענען פארפאלן. ר' יעקיל האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון זייער טרערן, און זיי האבען זיך וויסענדיג געמאכט פון זיינס, און אויסגעליידיגט די קעשענעס פאר איהם.

מיט די צייט זענען ר' יעקיל'ס קעשענעס גאנץ פול געווארען, און זיין נאז, באקען און אויערן ווייניגער רויט געווארען.

ווען דער נעקסטע חסיד האט זיך באוויזען אין שטעטל מקרב צו זיין דער עולם, האט ער געזען יעקיל דער עושר צוזאמען מיט זאנוויל און ברוך יוסף אין די זעלבע שמועס.

מקור פון דא
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8547
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8020 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 8:44 pm

מיט אזא ליטוואק ווער דארף נאך חסידים...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2475
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2329 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1497 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 10:07 pm

יישר כח
שיין געברענגט און אראפגעלייגט

טאמער קענט איר מסביר זיין, לויט ווי עס שטייט דארט איז עס דער משל, וואס איז דער נמשל?
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1731
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 915 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 10:34 pm

איך האב פארשטאנען דער נמשל אז דאס מוחה זיין אויף זינד מוז זיין אויף אן אופן אז דער מוחה וויל טאקע אז דער זינד זאל פארווישט ווערן. ברגע ער ווערט א רוצה בקיומו, וויל ער האט א תועלת פון דער זינד עגזיסטירען, איז ער שוין א שותף מיט דער זינד, און ער פאלט שוין דארט אריין.

איינער האט מיר געפרעגט אין אישי (איך ווייס נישט פארוואס נישט בגלוי), צו איך בין פארנמאס'ט געווארען צום סוף און געשריבען כאפ לאפ. וויל איך דא מסביר זיין אז דאס איז א חלק פון דער מעשה, אז די סוף מעשה גייט טאקע כאפ לאפ שוין אן א חשבון, פון ווען דער יצר הרע האט באקומען זיינס, איז עס א קורצע טריט ביז אין גרוב אריין.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8547
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8020 מאל

הודעהדורך יין שרף » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 11:14 pm

ע"ע וויפיל "מטפלים מומחים" זענען געווארן מנוולים, ודו"ק.
באניצער אוואטאר
יין שרף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1997
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4126 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2512 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 8:26 am

עס איז וויכטיג צו באטאנען, אז דער ערשטער דור חסידות האט געהאט א פראבלעם מיט מוכיחים.

יישר כח ר' ליטוואק פאר אזוי שיין פארברייטערן א תולדות. לכאורה האט דיין אישי שואל געוואלט הערען אין דער משל מער פרטים וויאזוי דער מוכיח זינדיגט.

דער נמשל קען מען זעהן אין נחום ראזענבערג, ווי ער שטעלט זיך אהער אלץ מוכיח, און אסאך מאל רעדט ער מיאוס כדרך המנובלים, מיט גראפישע דעטאלן. הגם דער געלט חלק איז דארט נישטא.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1731
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 915 מאל

Re: איש חסיד היה - ר' יעקיל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 9:41 am

אין אסאך משלים, איז תאוות נשים א משל פאר פיהל זאכען, נישט נאר די זאך אליינס.

ארגאניזאציעס זיך צו שלאגען מיט ציונים, וואס טון זיי אן א מדינה? בקיצור, זיי זענען פונקט אזעלכע רוצה בקיומו׳ס ווי די מוסדות וואס נעמען געלט פון זיי. ט׳ווי וועט די מדינה אונטער גיין דורך אזעלכע חברה? דער כח הפועל בנפעל איז פונקט אזוי אין נטרונא ווי אין חינוך עצמאי.

און דאס איז ביי אסאך עבירות, אפילו קלענערע. די ארגאניזאציע אז מ׳זאל נישט שמועסן ביים דאווענען, עס קען דען אונטערגיין ווען כלל ישראל הארכט זיי? וואס וועלען זיי דעמאלס טון?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8547
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8020 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 10:34 am

עס וואקסט, קודם פארלאנגט מען נישט צו רעדען ביי פסוקי דזמרה און ברכת ק"ש, דערנאך ביי גאנץ דאווענען, בין גברא לגברא, דערנאך אין בית המדרש זאל מען בכלל נישט רעדען, און דערנאך קען מען פארלאנגען נייע זאכען אינגאנצען. קוק אויף לב טהור, זיי האבען נייע הלכות וואס מען מעג עסען, באזירט אויף זאכען וואס זענען ביסודו אמת, מסורה'דיגע עופות, און חשש טריפות אויף מילך וכו'. ווען איינער וויל קען ער אויף אמת'ע יסודות אויסבויען א נייע רעליגיע.

אבער ביסט גערעכט מיט דער שורש, אז רובא דרובא מוכיחים און מוסר זאגערס (טאקע מנהיגים), זענען רוצה בקיומם פין די עבירות, ווייל עס גיבט זיי סחורה. נישט ווייל זיי האבען א מטרה ווי זיי ווילען צוקומען אז זייערע בית המדרש זאל אויסזעהן.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1731
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 915 מאל

Re: איש חסיד היה - ר' יעקיל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 11:05 am

דער בעש"ט האט מחדש געווען אז דאס גייט ביי עכטע חסידים אויך, המתחסדים עם קונם און ווילען טון גוטס, נישט נאר פאוני פראודס וואס פילען אן א ליידיגע לעבן מיט קנאות. ברגע ער האט א טובת הנאה דערפון, איז אלס בטל ומבוטל. ער רעדט נישט פון ליידאקעס וואס זוכען מיט וואס אנצופילען די צייט אדער הערשן אויף אנדערע.

זיין ווערטער זענען אז א מוכיח דארף זיך פון דעם היטען. יא, זיי מוכיח. אבער מאך זיכער אז דו האסט גארנישט דערפון, דו ווילסט טאקע אז דער עבירה זאל נעלם ווערן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8547
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8020 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: הוגה און 8 געסט