דורך גדליה » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 9:34 pm
דער צדיק איז אדורעך די סעקיוריטי, און ער האט זיך אראפגעזעצט אין לאונדזש מיט זיין משנה ברורה׳לע, נאך א האלבע שעה איז געקומען די מעלדונגע אויף די מייק ״פלייט טו טייוואן, אלל פעסענזשערס טו געיט פייוו״ און די צדיק האט באלד אוועקגעלייגט די משנה ברורה׳לע אין זיין גרויסען טלית בייטעל, ער האט אביסעל פארראכטען זיין היט, ס׳זאל זיין א קידוש השם ביי די טייוואנער גויים, אין ער האט אפירגעזוכט זיינע דאקומענטען און זי געהאלטען שטייף אין זיין האנט ס׳זאל חלילה נישט פארלוירען גיין.
די צדיק האט געבאורדט די פליגער און אלץ איז דורעך בשלום, אזוי נישט מיר נישט דיר טרעפט ער זיך אויף די פליגער, און א פרוי שטייט דארט אין זאגט ״וועו קאם טו טיי וואן עיע וויינס״. די צדיק האט נישט פאשטאנען פארוואס זי לאסט אויס יעדע צווייטע בוכשטאב, ווארום ער האט ניט געזען אירע עיניים טרוטות האט ער ניט געוויסט אז זי איז גאר אליינס א טייוואנע, פילייכט טאקע א פארלארענע צווייג צום אידישען פאלק.
די ערל׳עט האט פארלאנגט זיין פאס, און זי האט אים צוגעוויזען גענוי ווי ער זאל גיין. דער צדיק האט נישט פארשטאנען וואס זי ווייזט און צייגט, ווארום אויף אירע פאר׳ערל׳טע הענט האט ער נישט געקוקט אפילו זאל מען אים שניידן מיט לעבעדיגע שטיקער. האט זי געבעטן א צווייטע זאל אים צוטראגען, דער צדיק האט אבער געהאט א פראבלעם, אחורי ארי ולא אחורי אשה, האט ער פיין געדענקט די גמרא אין ברכות. איז ער טאקע געשטאנען א מרחק אין נישט נאכגעגאנגען.
דא האט זיך געשאפען א שטיקעל טומעל, ווארום די צווייטע סטוארד האט אליינס שפאצירט און נישט אין אכט גענומען אז דער צדיק קומט נישט נאך איהר. אז זי האט געזען דער צדיק בלייבט אויף זיין ארט און קוקט אויף זיינע שיך, איז איר שלעכט געווארן. די בארד פון די צדיק האט איר געמאכט טראכטען אז דא האנדעלט זיך נישט מער געדאכט פון א מוסלעמענע טעראריסט, וועלכע ווארט אויף א געלעגענהייט ארויסצונעמען די באמבע פין די זויל פון זיין שיך. .
די פרוי איז מיט שרעק געלאפן צום פילאט, און די פילאט איז געקומען צוגיין, האט ער געזען אז ס׳איז א צדיק האט ער זיך בארואיגט, ווארום דער פילאט איז דווקא געווען א אמעריקאנער פין אידישען ניו יארק, האט ער געזען א שפאר ביסעל צדיקים אין זיין לעבען, האט ער אנגעכאפט דעם צדיק ביי די ארעם און אנגעהויבען גיין מיט אים. ווי נאר דער ערל האט אים אנגעכאפט מיט זיינע אומגעטובל׳טע הענט איז דער צדיק אויפגעשפרינגען ווי פין א בינען שטאך.
ווען די צדיק איז ענדליך אנגעקומען ביי זיין זיץ איז געשטאנען דארט די פילאט, די סטוארד, און בערך א דאזען נייגעריגע מענטשען. ״העיר איז יאר סיעט״ האט די פילאט געזאגט.
פאר די צדיק איז שלעכט געווארן. מען האט אים געגעבען א מיטעלסטע זיץ, פינקט צווישען צוויי מענטשן וואס זענען נישט מזרע ישראל - צו זענען ערלים צי ער׳לטעס האט אים נישטאמאל אינטערסירט, ווייל אויפ׳ן צד אז זיי זענען ער׳לטעס האט ער דאך נישט געוואלט קוקען אויף זיי. אין סייווי האט ער שוין געהערט איינעם פין זיי רעדען מיט א פרויערישע קול, איז וואס ברויך ער נאך מטמא זיין די אויגן סתם צו קאנפירמירען וואס זיינע אויערען ווייסען שוין.
איצט וועט איהר ליבע לייענער אוודאי פרעגען, ווי קימט דאס אז דער צדיק האט זיך נישט בארעכענט פון פראנויס און גענומען א זיץ ווי ער וועט נישט ברויכען נכשל ווערען אין ס׳הארבסטע?
איז דער תירוץ אז דער צדיק איז בלויז צוויי מאל געפארען אויף א פליגער. איין מאל איז געווען ווען א איד האט געברויכט א ישועה און האט אים אויסגעצאלט א טיקעט צו קערעסטיר צו מתפלל זיין, אין ס׳צווייטע מאל איז געווען אויפ׳ן וועג צוריק. איז ער שוין געפארן פון אמעריקע קיין קערעסטיר, און פין קערעסטיר קיין אמעריקע, און ער האט שוין געוויסט אז עהרליכע פרימע אידען שטעלט מען אין פארענט פון די פליגער. ס׳איז אים נישט בייגעפאלען אז דער יעניגער יוד האט זיך עפעס איינגעהאנדעלט ספעציעלע ביזנעס קלאס טיקעטס. (פין אזא מושג ווי מיילן האט ער נישטאמאל געוויסט אז ס׳עקזיסטירט אויסער ביי מדידת תחום שבת).
יא איינמאל איז ער טאקע געפארען קיין א״י, איז פינקט געווען בין הזמנים איז ער געזעצען צווישען פרימע עהרליכע בחור׳לעך. סס׳וואלט איהם אין זיין ווילדסטען חלום נישט בייגעפאלען אז דער פילאט אליין וועט זיך וואגען צו זעצען א חסידישע יוד צווישען צוויי טייוואנער ערל׳טעס, נישט אז ניו יארקער ער׳לטעס זענען עפעס בעסער. איך שיהיה האט דער צדיק געוויסט אז אזא זאך קען נישט פאסירען, ער גייט נישט זיצען א האלבע מעת לעת צאמגעשטיפט צווישען צוויי גויעס.
איך בין מסכים צו שטיין אין א זייט. האט ער פראבירט צו מאכען א פשרה. דער צדיק איז געשטאנען יעדע יאר גאנץ יום כיפור, זעקס און צוואנציג שעה אין א ציה. ער איז געשטאנען ביי קידוש (אפילו בייטאג ווען קיין איין נארמאלע מענטש אויסער אפאר משוגעים שטייען נישט) אין ער איז געשטאנען ביי המפיל. ער איז געשטאנען ביי קריאת התורה אין ער איז געשטאנען ביי מגילה ליינען, ער איז געשטאנען ביי תקיעות דמיושב, און ער איז א ודאי געשטאנען ביי תקיעות דמעומד. פאר די צדיק צו שטיין אויף די פיס איז געווען בערך אזא פארגעניגען ווי ביי א נארמיילע מענטש צוליגען באקוועם אנגעליינט אויף א ביעטש בענקעל. די איינציגסטע מצוה וואס ער האט געטוהן זיצעדיג איז געווען זמירות ביי די חנוכה לעכט, ווארום סנדקאות האט ער נישט אנגענומען צוליב ענוה.
״יו קענ׳ט סטענד, סויר״ האט די פילאט שטרענג געזאגט.
די צדיק האט איינגעזעהן אז ער וועט מוזען אויפגעבען זיין נסיעה. וואס קען מען טוהן, זעהט אויס אז פין הימעל איז נאכנישט באשעהרט די פארלארענע שבטים זאלען נתגלה ווערען. ער האט אנגעכאפט די טלית בייטיל אין אנגעהויבען גיין, ביז מ׳האט קלארגעשטעלט דעם הייליגען צדיק אז איינמאל די רענצלעך זענען אריינגעטשעקט קען מען זיך נישט אראפזעהן פין פליגער.
דא האט די צדיק איינגעזעהן אז ער וועט מוזען אנקומען צו עפעס הילף. מאין יבא עזרי? האט ער אויפגעהויבען זיינע פארמאכטע אויגען צו ג-ט ברוך הוא. עזרי מעם השם עושה שמים וארץ, האט ער זיך געשטארקט, און דער צדיק האט געעפנט זיינע הייליגע אויגען, ברייט אפען, די לעכטיגע אויגען וואס זענען געווען אויסגעאיידעלט און אויסגערייניגט פין יעדען דבר איסור, די ריינע אויגען וואס האבען געזעהן בלויז שווארצע אותיות אויף פארגעלטע פאפירען, די אפגעהיטענע אויגען וואס האבען נאך אין זייער לעבען נישט אנגעקוקט אין א שמץ פון א נדנוד עבירה, אט די הייליגע אויגען האבן זיך איצט געעפנט, אין א אויסערגעווענליכע שיין, און ווי נאר די אויגען ברעמען האבען זיך געהויבען, האבען זיך די הייליגע אויגען אנגעשטויסען אין דעם רשע, און זיי האבען געקוקט דירעקט און גלייך אין זיינע אויגען אריין.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
-
אהבת ישראל מוויזניץ