א סיפור מיט איין צדיק און איין רשע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל

א סיפור מיט איין צדיק און איין רשע

שליחה דורך גדליה »

(דיזע סיפור האט רבינו ערצעהלט און געהייסען זי פארשפרייטן און לשון זשארגאן)
איין מאל איז געווען א גרויסער צדיק. דער צדיק האט געטוהן אלעס וואס א צדיק טוהט, ער האט געלערענט די תורה, געדאוונט תפילות צום באשאפער און געטיילט צדקה פון זיין ארעמע פארמעגען. דער צדיק האט זיך געשפייזט מיט לערנען פאר יודישע קינדער תורה, און פין די בני עניים האט ער נישט גערעכענט קיין געלד, געדענקענדיג די משנה אין פרקי אבות, הזהרו בבני עניים שמהם תצא תורה.
דער צדיק האט געהאט א שטוב מיט צוועלעף קינדער, און ער האט נישט געהאט אסאך געלד, אבער ער איז געווען צופרידן מיט זיין גורל און האט אייביג געדאנקט די באשעפער. אדרבה אויב ס׳האט אמאל געפעלט געלט האט ער נאך מער גאדאנקט די באשעפער, און אזוי האט ער געפירט א ערליך הייליג לעבן, אפגעזונדערט פון אלע הבלי עולם הזה.
איינמאל האט די צדיק געדארפט מאכען א נסיעה צו טייוואן. טיווואן איז א ווייטע לאנד אין אזיע. וואס זוכט א צדיק אין טייוואן, ווילט איהר אוודאי וויסען? איז די תירוץ אז דער צדיק האט געהערט אז אין יענע געגענטער געפינען זיך מעגליך די עשרת השבטים , און דער צדיק האט געקלערט אז אויב וועט ער אהינגיין און ענטדעקען די פארבלאנדזשעטע שבטים וועט ער אין בעסטן פאל צוברענגען די גאולה שלימה און אין ערגגסטן פאל צוריקברענגען א פארלוירענע שבט צו כלל ישראל.
די צדיק האט צוזאמגעקליבען א פרוטה נאך א פרוטה, ביז ס׳איז עם געלונגען צאמצושטעלען די נויטיגע סכום פאר א וואן וועי טריפ קיין טייוואן. דער צדיק האט גערעכענט אז ער ברויך טוהן זיין השתדלות, און אויפ׳ן וועג צוריק וועט דער אייבערשטער שוין זיכער מאכען ער זאל טרעפען דאס געלט פאר א טיקעט אהיים. ער האט גוט געדענקט די פסוק: לא ראיתי צדיק נעזב.
דער צדיק איז אנגעקומען אין עירפארט און פארשטייט זיך אז ער האט גלייך אויסגעטוהן די ברילן. ער האט קיין רגע נישט מסיח דעת געווען פון די קליינע משנה ברורה וואס איז געלעגען אין זיינע הענט די גאנצע צייט, און ער האט נאר געזאגט ״נו?״ און ״טענק יו״ פאר אלע עיר פארט איינגעשטעלטע, וועלכע האבן באהאנדלט די צדיק מיט גרויס רעספעקט, זעענדיג אז ער איז א העכערע הייליגע איד.
אויף די זעלבע ליין פון די צדיק איז געווען א צווייטע מענטש. א רשע. דאכט זיך מיר דארפן קיינעם נישט מסביר זיין וואס א רשע איז. א רשע איז פונקט פארקערט ווי א צדיק, וואס א צדיק טוהט טוט א רשע פארקערט. עפעס וואס די צדיק טוהט יא, למשל דאווענען לערנען און גיין נאך געלט, טוהט דער רשע נישט. עפעס וואס דער צדיק טוהט נישט, למשל ער געט זיך נישט נאך די תאוות האכילה, און ער לויפט נישט נאך קיין געלט און חלילה ארגערס, טוהט דער רשע יא, און זיין גאנצע לעבען איז א קייט פון שוואויל טאג און עולם הזה.
פארוואס דער רשע פארט קיין טיוואן וועלען מיר אייך נישט מגלה זיין, אבער איהר קענט זיך שוין אליין פארשטעלן אז אויב מיר מוזען דאס פארהוילען פון אייך, איז פארשטענדליך אז דא האנדעלט זיך פון דאס ארגסטע וואס מיר קענען נישט און ווילען נישט ארויסשרייבען. ודי לחכימא ברמיזא.
דער רשע האט שוין געזען פינדערווייטנס אז דער צדיק גרייט זיך ארויפצוגיין אויף זיין פליגער, און א טייוולענישע שמייכעל האט זיך באוויזען אויף זיינע ליפן. ער האט באלד דערקענט דעם צדיק, ווארום טראץ דעם וואס דער צדיק האט פראבירט צו באהאלטן זייין גרויסקייט, האט זיין געזיכט געשיינט ווי די זון אינמיטען טאג און ווי די לבנה אינמיטן חודש, במילא האט דער רשע באלד געכאפט אז דאס איז א צדיק.
(פארזעצונג קומט בעז״ה)
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר