לכבוד שבת קודש

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

לכבוד שבת קודש

הודעהדורך הבל וריק » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 1:57 am

לכבוד שבת קודש

- הבל וריק


- - - - -

מיט פארגלייזטע אויגן און געלעמטע פיס זיצט זיך מעכיל איבערן פארצילאנעם שיסל, מיט אראפגעלאזטע הויזן און א צוקלאפטער שטימונג.
איינער אליינס מיט א ווייעדיגע בויך, טרעפט זיך מעכיל אין א מינוט פון שטילקייט און קלער.

שוין א שטונדע וואס ער פארבראכט צווישן די שטילע ווענט אין א פראבע פון אפלאדענען די שווערע פּעק וואס ער האט אין זיך אנגעזאמלט איבער שבת.

עטליכע שטונדן האבן די קרעמפן געהאמערט מעכלען ביז מעכיל האט איינגעזעהן אז באו ריעי עד נפש און זיך ענדליך דאס פיסק פארשלאסן און די זיפּפּער געפענט.
דיזע סומאטוכעס זענען קיין נייעס פאר מעכלען. די עפאכע פון שמערצישע מוצאי שבתים און נאכפאלגענדע זינטאג'ס ציהט זיך שוין זינט מעכיל האט אנטפלעקט טאמעטא דיפ אין ישיבה קטנה קעמפ.
שוין אין די יוגנט שבת התעלות'ן האט מעכיל איינגעזייט די קערלעך צו זיין גרויסן מאגן און די ווארצלען פון זיין דיעטע.
פארהונגערט נאך א וואך פון קאמערציאלע לאקשן קוגל פאר נאכטמאל און א פרוכט מיט צובייס פאר לאנטש, פלעגט דער קליינער דארער מעכיל שטיין ביי שלום עליכם און זיך פארקוקן ארונטער די מחיצה פון איבער די בילקעס, פאנטיזירענדיג זיינע בארבארישע אקטן דערויף, וואס ער האט באלד דערנאך אויסגעפירט.
צופליקן פלעגט זיי מעכיל צופליקן און טובל'ען אינעם בור של עגבניות, בכדי אכילת פרעס.
דורכאויס די בחור'ישע יארן האט מעכיל כסדר ארויפגעארבעט זיינע מעגליכקייטן מיט שווערע שבת איבונגען אין באגלייטונג פון מוצאי שבת עפעקטן.

פארשטייט זיך אז מיט די יארן האט זיך די צושטאנד מער אנטוויקלט, ולא הרי בחור כהרי גברא. אויב אלס בחור האט זיך אים די בויך קנאפ געדרייט נאכן שלאף און די גוף געבעטן אן הצלה פורתא, נעמט היינט מעכלען אומגעפער א טאג צוויי צוריקצוקומען צו די כוחות נאכן פארלירן די נשמה יתירה.
מעכיל, אן איש יודע ציד, ווייסט גענוי די רעצעפט פון דעם קאטאסטראפע. א מלומד ביסורים ווייסט שוין מעכיל היינטצוטאגס די פונקטליכע דעטאלן פון יעדע בייס און אירע קאנסעקווענצן. פארט קען ער זיך נישט גענוג באיינפלוסן דאס אפצושטעלן, אדער וויל גאר נישט, ווארים וואספארא טעם האט א שבת אנע עסן און וואספארא עסן האט דען א שבת'דיגן טעם?
רגיל בפי מעכיל איז די קרעטשניפער ווארט:
ליבערשט א צושטערטן זינטאג ווי א צושטערטן שבת.

שענדליך וואלט געווען אנצורופן מעכלען א פרעסער. יעדע רעכטדענקנדער איד וואלט זיך געווארפן און גאטפארכטיגע אידן וואלטן דערויף אויפגעציטערט.
מעכיל איז פיינער, טרייער, שטאלצער איד, מיט הארץ פון גאלד, צולאזט ווי פוטער.
צופרי קען מען מעכלען זעהן אין די שטיבלעך מיט א גארטל, ארומגיין מיט א איד נאך געלט און ביינאכט קען מען אים טרעפן אין ספרים געשעפט נישטערענדיג צווישן די פרישע מעשה חשב פון סופרים ומלקטים למיניהם.
מעכיל איז א איד וואס קען אויסברעכן אין א געוויין יום כיפור ביים עבודה, און זיך צוכליפען ביי מצוה טאנץ אויף פינקי'ס א גראם.
איבערהויפט איז מעכיל א איד וואס שפירט א געשמאק אין אידישקייט און דינט דעם בורא מיט א געוואלדיגע שמחה של מצוה.

מיט א לעבהאפטיגן סקרוך ערוועקט זיך מעכיל יעדן ערב שבת אינדערפרי און מיט אייפער געוויקלטע פלענער גרייט ער זיך צום גרויסן אנקומענדן גאסט, שבת קודש.
באלד נאכן תחנון'לאזע דאווענען מאכט זיך מעכיל א ליסטע פון זאכן וואס ברויכן ערלעדיגט ווערן בו ביום.
פון געשעפט צו געשעפט שלעפט ער זיך לאנגזאם ארום צווישן שטאטישן טרעפיק און איז בודק ומנסה יעדעס טיר און בודקע וואס קען אים מעגליך באוויליגן.

דריי ערליי געבעקס ברענגט ר' מעכיל צום שבת.
ראש וראשון איז די ווייב'ס אויסגעהארעווטע בראוני קעיק, וואס ווערט ספעציעל ערצייגט כחצות הלילה אינעם ווייעברירנדן באַש מאשין, יעדן ליל ששי, לכבוד שבת.


איצטערט איז מעכיל אויפן וועג צו געשמאַק בעקעריי, וואו ער קלייבט אויס פארשידענע מותרות געבעקסן, א שטייגער ווי קענאוליס און טראפיק לייט קעיק.
ביים קאסירער באפאלט מעכלען פלוצים אן עזות של מצוה פאר שבת קודש. טאקע א ותרן בימות החול איז מעכיל, אבער לכבוד שבת קודש איז ער נישט וויליג נאכצוגעבן קיין קוצו של איד. באפרייט זיך מעכיל פון קארגשאפט'ס צוימונגען און שארט אריין א רוד נאסע קאקאש אינעם זעקעלע און א ציענדן קרעמעש, לכבוד שבת קודש.
אין ווירקליכקייט איז אים נאך קיינמאל נישט אויסגעקומען אויפצעסן ס'גאנצע שבת שטאפיר אהן ארויסווארפן כאטש א פערטל פונעם זעקל, אבער מעכיל קען זיך נישט העלפן. אין געשעפט זעהט ער נישט וואס מען ברויך ער זעהט נאר וואס מען וויל.
מעכיל איז אויפמערקזאם איבער די פאקט אז זיין הימל שפאלטנדן צופרי הונגער האט א שטארקע איינפלוס אויף זיינע באשלוסן אין בעקעריי, אבער סא חילוק אזוי צו אזוי, פאר שבת זאגט מען דען ניין.

די גראסעריי פרובירט מעכיל שטענדיג אויסצומיידן צוליב די שווערע געדרענג, געוואלדטאהטן און געפילדער וואס הערשט אין געשעפט ערב שבת.
ווי אויך איז מעכלען א שווערע ארבעט צו קלייבן פון אזא ריזן אויסוואל צונג-לוקסוס. דערפאר שיקט ער געוויינליך די עלטסטע טאכטער איינקויפן.
נישט איינמאל האט אים שוין זיין מלכה'לע צושטערט א שבת, פארגעסנדיג א וויכטיגע באשטאנדטייל פונעם שבת רעצעפט.
אבער נאך א שווערע לעקציע ווייסט שוין היינט מלכה'לע נישט צו פארגעסן, און ווייסט גענוי וואס טאטי האט ליב.

מאכט זיך פארט צומאל אז מעכיל אליינס טרעפט זיך שטיפּן די וועגעלע צווישן די רייעס, באגריסענדיג פריינט און שכנים.
ביי יעדן פראדוקט קומט פאר שווערע קווענקלענישן מיט צדדים לכאן ולכאן צו ס'פעלט אויס צו נישט.
ערשט פילט מען אן א וועגעלע מיט פלאסטישע מאטעריאלן. גלעזלעך, עסגעצייג, טישטוך ווארג, גארביטש בעגס, בעבי ווייפּס, פוד סטארעזש בעגס, בעקעלעך אלע סייזעס, און לעכט.
דאן נעמט מען זיך צום פריזש. סטארבערי יוגורט פון זשעי זשעי, ווענילא פון מהדרין און קאווע פלעיווער פון נארמאנס.
דאן די סטאנדארט שאלעשידעס קאָלעקציע. פארמער קעז, אמעריקאנע קעיז, געריבענע קעז פעטאַ קעז. אן אויסוואל פון טונא,און סלייסד געלע חלה.
אראנזש זשוס מיט נאך א זשוס. מילכיגע אייזקרעם און פארעווע, אייסיס און נאך אייסיס און פאַקסיס.

די גרינצייג אפטיילונג איז געווענליך די אורזאך פון מעכילס ערשטע קריג מיט ס'ווייב, ערב שבת.
קיין גרויס אפעטיט פאר גרינצייג האט ער נישט און איז א קנאפע נעמען-קענער. ער ווייסט פון קאלאראבי און די גלגולת לעטעס. זהו.
ראומעין, בעבי ספיניטש, סעלערי, סקוואש, און ארגמן קעביטש איז נישט זיין פעלד, קוים וואס ער קען דאס פון ליסטע אפליינען. וויל ער אבער פארט נישט נאכגעבן אויף א שפירעלע טעם פונעם קרעפטיגן, קאכעדיגן טשיקן זופ פרייטאג אויפדערנאכט.
אויב מאכט זיך אמאל אז די זופ איז נישט די זעלבע ווי די מאמעס די צווייטע נאכט יום טוב, איז ער אומשטאנד דאס אראפצוריקן פון טיש אזש די ווייב זאל זיך דערויף א גליטש טוהן און ס'עלטער מויד זאל זיך די ניישלאס איינטינקן און מיט ס'גאנצע נשיות'דיגער יופי זיך בייגן און אויפווישן.
דאס פאסירט אבער זעלטן. אין געוויינליכע אומשטענדן, ווען די זופ אדער גראַד איז נישט ווי ערווארטעט, האלט מעכיל איין די צאָרן און באגניגט זיך מיט אן אנטוישטן גרימאס בשעת'ן שטיפן די טעלער מיט אן איידעלקייט אין א זייט, וועלענדיג שכר כפנחס פאר א מעשה זמרי.
אלנפאלס, צו וואס ברויך דען ס'ווייב אט די ספעציפישע ירקות אויב נישט צו זיין א עושה רצון בעלה און צושטעלן א קרעפטיגן זופ – קלערט מעכיל צו זיך.
פארט האט ער נישט קיין געדולד צו אפירקראצן די שמיציגע רויע ירקות. אפגערעדט אז ער וויל קיין שייכות נישט מיט די עקשנות'דיגע פלאסטיק ראול אוואו מען ברויך די גרינצייג איינציגווייז פלאצירן.

צו נאש ברויך מען נישט קיין ציין. אלע סארטן געקייעכטס, ווייעכע ווי הארטע, זיסע ווי זויערע, טריקן מיט נאס דערין, נאס אינגאנצן, אלעס פליט אריין אין קארעטע, באגלייט מיט א טוץ קליק פראדוקטן און שווייצע שאקאלאד.
טאקע ביים ארטיגן קעסטעלע, קלויבט זיך מעכיל אויס די זיבן מאגאזינען לכבוד שבת.

ביים קאלטן פרוכט פריזש שמייכלען צו אים די געשניטענע מאנגאו מילגרוים און קיווי. שטעלט ער זיך אפ אין א פארגעלעגנהייט. לוינט זיך די פינף טאלער פאר די ביסעלע ארבעט ואם תאמר ס'לוינט זיך, וויפיל פון יעדעס.
אזוי מוטשענדיג זיך אפצוליינען די פרייזן אויפן לעיבל, הערט ער א קענטליכע שטומע פון הונטערוויילעכטס "וואס קוקסטע אזוי מעכיל? לכבוד שבת! דער אייבערשטער צאלט צוריק דאפעלט"
גערעכט גערעכט, טראכט ר' מעכיל צו זיך, אוודאי, וואסאפילע די קלער, לכבוד שבת קודש!
נאכן דורכזייען אלע רייעס גענוג מאל זיכער צו מאכן אז מ'האט חלילה נישט עפעס פארגעסן אויף שבת, ווענדעט זיך מעכיל צום קאסירער און פּאקט אפיר די שווערע קוואנטומען מאטריאל, אריינשיסענדיג ביינעזאם הויפענעס קליינווארג.
מיט א קרעכץ נעמט ער ארויס די קארטעלע און קוקט מיט פארלוירנקייט ווי א שטיק פארמעגן ווערט איינגעפּאקט אין די פאפירענע קעסטלעך.

נאכן איינפאקן אויספאקן, אויספאקן איינפאקן די נייע שבת געסט, כאפט מעכלען א ציטער.
"נאך א מזל איך כאפ מיך יעצט" - לויפט מעכיל ארויס מיט א טאנצעדיגע בינטל שליסלעך. פון די בוטשער האט מען אינגאנצן פארגעסן. ווי קען מען פארגעסן פון קאלד קאטס - רעגט מעכלען. קאלד קאטס מילא, דאס קען מען נאך פארדייען. אבער גאלע נישט צו קויפן?! וואספארא טעם האט שבת אן גאלע? איך עסדעך יעדע וואך גאלע - עגבערט זיך מעכיל צו זיך אליינס אין אויטא, "יעדע וואך!"

שוין פיר אזייגער, א האלבע באָקעט ליסטע אראפ. ביקש מעכיל לישב בשלווה, ער האפט נאך דערווייל צו זיך זעצן לערנען א שטיקל אור החיים הקדוש און מעביר סדרה זיין נאכן מקווה, קפצה עליו רגזו של אשתו.
אלעס איינגעקויפט חוץ וואס איך האב געבעטן. וואס בעט איך דען? איין זאך, מיין עמי לכבוד שבת. כ'זעץ מיך אראפ פרייטאג צונאכטס וויל איך האבן מיין ליין מאטריאל! ערגערט זיך ס'ווייב.
אין קיך ליגן אויסגעשורה'ט די פלעשלעך פּעפּסי, קאמפּאוט, און געבראטענע באבעגענוש, אלס זיינע תענוגים. אלעס ערלעידיגט אויף שבת אבער פאר ס'ווייב האט ער נישט געקענט קויפן די איינע געברויך, טראכט צו זיך ר' מעכיל.

ער דערמאנט זיך פון די דרשה וואס ער האט טאקע נישט לאנג צוריק געהערט אין קאר, איבער מכבד זיין די פרוי, די וויכטיגקייט פון מתנות – אפילו א קלייניקייט.
כאפט ער די שליסלען ווידעראמאל און לויפט ארום זוכענדיג די עמי, אהן ערפאלג.
פיצענדיג דאס נעזל ביים רויטלייט מערקט ער אהן א וועגעלע מיט בלומען ביים קארנער און זיין פנים שיינט אויף. וואס איז דען שענער ווי א בינטל רויזן פאר די ווייב לכבוד שבת קודש.
האו מאטש פאר וואָן? איי ביי טו יו גימי פאר פייוו, שטעלט ער זיך האנדלען מיט די אומלעגאלע קליינטשיקע סוחר'קע וואס פרובירט צו לייזן עפעס אויף נאכטמאל, הילפלאז אין די היצן.
אבער די מעקסיקאנע לאזט זיך נישט און עקשנ'ט פארן צענער. פילייכט קען זי שוין אירע קונדן און ווייסט אז דער חסיד ברויך דער בלום פאר מער ווי דעקאראציע געברויכן. בלית ברירה נעמט ער ארויס דעם צענער'ל פונעם שיטערן בערזל און שעפשעט מיט אגנסט, לכבוד שבת קודש.

שוין פינף פופצן, האפט נאך מעכיל צו עספיען זיך עטוואס אנצושפארן און זיין אויסגערוהט פאר די סעודה. פאקט ער זיך איין די מקווה זעקעלע. אונטער וועש, זייף, און פאוני ראבבערס, און גייט זיך רייניגן.

אין בור איז מעכיל למעלה מן הזמן. ער פארגעסט פשוט פון צייט. עס קען זיין אנגעגרייט א ליסטע פון פלענער, א לוח פון זמנים, אבער ווי נאר די ווארעמע מים שלנו נעמען ארום זיינע קערפער, פארלירט ער כמעט די באוואוסטזיין. צווישן די געפילדער פון אנחה און די סקרוך צווישן די גלידער ווערן די דאגות צורינען און די פיבערהאפטיגע פלענער קומען צו אן אפשטעל.
אַההה שרייט מעכיל אין בור, אַההה.
די פארוואונדערטע פיס, די צופּלארטע בארד, די גוז באמפס איבער די גארער קערפער זינגען א לידעלע צום בורא, א געזאנג פון תענוג.מביים צפון מעריב ווינקל, שטייט מעכיל איינגעקורטשעט א לענגערע צייט, רייבענדיג די לייב, מיט'ן פנים צום וואנט.
צומאל איז מעכיל גליקליך גענוג צו טרעפן א נאסן דבר יום ביומו פאר די אויגן, אדער א נאקעטן שכן צו פארברענגן מיט, און צומאל איז ער אומגליקליך גענוג מיט אן איינצעלע פרעמדן צו שטיין זייט ביי זייט, ריקן צו ריקן, אין א אומבעטעמ'טע שטילקייט.

פריש איבעגעקליידעט און פארשוויצט, די גומי באגראבן אין די ווילדערניש, באשפריצטע אונטערארעמעס, און א הייליגע שטאלץ, שפאצירט מעכיל ארויס צווישן די אייזענע גראטעס, אבער נישט ביפארן אפשטאטן א באזוך ביים מקווה יוד.
וואס פעלט דען אויף שבת? גארנישט.
מעכיל וויל אבער זעהן וואס קען נאך פעלן אויף שבת. פילייכט פארמאגט דער שמש עפעס וואס ער גארנישט געטראכט פון.
פון פרדס שאקאלאד צום ביישפיל, האט ער גענצליך פארגעסן אין געשעפט, ביזן זיך אנשטויסן דא דערין אויף די פאליצעס.
די היימישע לאקשן קוגל קוקט נישט אויס אוועקצומאכן מורמלט זיך מעכיל אונטער בשעת'ן באקוקן די פאליצעס וויינען.
גראדע האט ער א צוויי וויין אינדערהיים, אבער דאך, אפשר'ט איינער ארויפקומען.
נישט אז עס האט זיך געמאכט אז איינער זאל ארויפקומען צו אים אין שטוב די לעצטע צוועלף וואכן. אבער דאך, אפשר.
פילייכט איז די פונדערהיים קאליע.
פילייכט איז פארהאן דא א בעסערס.
אלנפאלס, וואס שאדט דען צו האבן וויין אינדערהיים, שטעלט מעכיל צוזאם אן ארגיומענט אין קאפ.

זאג וויפיל בעטסטע פאר דעם נאַפּאַ?
ווענד ער זיך צום פארנומענעם שמש וואס האלט אינמיטן אפגאלן א נאיוו קעפעלע, בשעת'ן רעכענען א קאַפל און מאטאק קאַל פאר א צווייטן.
"ס'שטייט נישט דארט? געב א קוק"
מעכיל זעהט גארנישט.
דא קוק אהער קומט די שמש צוגיין, געבענדיג מבינות אויפן וועג פאר א צווייטן וויין קויפער וואס אייסערט זיך צווישן א זשענעס און א ענגל "ביידע זענען לייכט, פאר אביסל מער טיפקייט גיי פאר ענגל".
דא האסטו, צייגט דער שמש פאר מעכיל, צוויי און פופציג – נב.
הממ.. צוויי און פופציג פאר א וויין איז גאנץ טייער.
הממ.. אייזיקס ראם, וועריעישן'ס, מורמלט זיך מעכיל אונטער א אייגענעם תנועה'לע.
ווי נישט ווי – קלערט מעכיל, אויב עפעס איז לכבוד שבת אידעך עס וויין. ביים סאמען 'להתענג' זאגט מען דאך בשר יין ודגים.
ווי נישט ווי איז מיר די נאפּא א שטארקן עונג שבת, טראכט מעכיל, באטראכטענדיג ס'באטל פון דאסניי.
נו זאל זיין! געט אים מעכיל א כאפ. לכבוד שבת קודש.
דער רבוש"ע בלייבט נישט שילדיג, פאלגט ער נאך זיין קרעכץ ביים דערלאנגן דעם קארטל.
"וויפיל איז א הדס זאג?"
האקט ער דאסמאל איבער א קול פון אינדרויסן וואס בעט דעם שמש צו עפענען די גראטעס פריי פון אפצאל.
"הדסים? הדסים הדסים.. הדסים איז צוויי א שטיקל" קומט דער צומישטער שמש ענדליך צום ווארט.

נו, זאל זיין, נאדיר דא צוויי. גוט שבת.

ערשעפט און פארמאטערט דערזעהט ער זיך ענדליך אינדערהיים מיט א פארפייניגט הונגער. ווערט ער סערווירט א שטיקל קיגל, טשולנט און פערפל אויף טועמיה, מיט א סלייס קאקאש, וואס ער עסט אפעטיטלעך איבער א פארגרעסערטן דבר יום ביומו.
"אינטערסאנט חנה, נישט געוויסט אז מיילעך האט א קינד אין די יארן.
וועלכע מאשקאוויטש איז דאס?"
לערנט מעכיל אדורך אלע שמחות.
"משה לייב האט געהאט אן אייניקל זעה איך, דערמאן מיך צוצוגיין צום קידוש".

צווישן די זעטיגע נאכטמאל און הייסע באָד, ליגט שוין מעכיל אנגעשפארט אויפן סאפע נאך מיט די מקווה בגדים, אין א טיף דרימל.
ס'הויז איז רעלאטיוו שטיל, קעגן די גערויש וואס האט זיך אפגעטוהן אין די פריערע שטונדן.
מ'שלאגט זיך אויפן שויער, די מוטער טיילט נאך שווערע פארלאנגען.
יכט טראג אראפ די מיסט, מנחם לייג אוועק די וואקיום קלינער, הינדי וויפיל מאל דארף איך הייסן אריינלייגן די וועש אין שמיצוועש! כ'בין דיר נישט מקנא, שפאנט די מאמע אדורך די האלוויי, פארהאקענדיג די קלאזעט טירן אויפן וועג צום שויער.
ווען איך קום ארויס וויל איך נישט זיין קיין זאך אנגעלייגט, און מלכה'לע, דו גרייט צום טיש.
מלכה'לע דארף מען נישט הייסן קיין צוויי.
זי שטייט שוין ביים טיש און סארטירט אלע עסגעצייג אריין אין א אייגן ערצייגטע פאכמאנישן נעפּקין.
ששש! טאטי שלאפט, מאכט זי שטילער די יונגערע געשוויסטער.

א ווארעמע רואיגקייט באפאלט די הויז. אלעס שפאגלט, די טישן זענען באצירט, די קיך אויסשטאפירט, אלע זענען זויבער און ציכטיג, די מאמע גרייט זיך צו לעכט צינדן.
מעכיל איז נאך אונטער טראומע פון שלאף און בייזערט זיך אהן וויסן אויף וואס.
ברענג אהער די קנויטן! נישט דעי קנויטן!
ס'פעלט א ליכט. ווי זענען די מעטשעס?!

באצירט מיט צירונג אונטער א ווייס טיכל, שטייט די מאמע מיט די הענט איבער די אויגן און שעפשעט שטיל און לאנג.
מנחם מאיר איז נאך אין די אונטערוועש, אינגאנצן צובייזערט ווי מאמי האט געלייגט זיין העמד. משוגע! יעצט גיי איך דארפן נאכלויפן טאטי!
די מאמע טרעט אויס, מ'קישט די האנט און זי שמייכלט גוט שבת. אַה שבת קודש. א ליכטיקייט נעמט ארום די שטוב.

געוואלד! הייס וואסער האמער פארגעסן אנצופילן, לייגט די מוטער צוריק די הענט אויף די פארשמירטע באקן, מיט שרעק.
מעכיל קומט צו לויפן בלאס און דערצערנט, "נישטא קיין הייס וואסער?" פרעגט ער מיט פאראיבל.
"איך דארף אלעס אינזין האבן?! אלעס?! גייט מעכיל ארויף מיטן שטימע.
א פארשטיקענע קאווע קען מען נישט אינזין האבן.
וויפיל אזייגער איז?
זיבן פינף און דרייסיג – ענפערט מנחם מאיר מיט דרייסט.
מ'קען נאך. ס'יעץ די שקיעה.
"אבער ס'שוין ניינצן מ.."
מ'קען נאך!
פיל עס אן מנחם. פיל עס אן.
איך גיי יעצט אין שוהל איך ווארט נישט אויף דיר, האסט געהאט צייט זיך אנצוטוהן ביז יעצט.

מעכיל אטעמט ענדליך אפ. אפגעקומען מיט שרעק. א שבת צופרי אהן א קאווע ערקלערט שוין מעכיל רואיג ס'ווייב, איז א צושטערטע שבת.
איך גלייך זיך אראפצוזעצן איבער א חומש אינדערפרי מיט א פיינע הייסע קאווע, אפילו צוויי דריי. אהנע קאווע איז מיר די שבת צושטערט.
מיט א גוט שבת קושט מעכיל די מזוזה, אין שוהל אריין.

פיל מיט שטרעבונג, האפענוגספיל, שפאנט מעכיל צו שוהל. די פיסטריט זענען עדות צו די אינערליכער פרייליכקייט, מיט וואס זייער טרעגער שלעפט זיי.
טאקע נישט געלערנט, נישט מעביר סדרה געווען, אבער נישקשה, ס'נאך פרייטאג אויפדערנאכט, א פרישקייט אויף די וועלט.
ער ווייסט נישט פונקט ווען און ווי אזוי, אבער מעכיל ערווארט אסאך פון דעם טאג. א גאנצע וואך קוקט ער דערויף ארויס, סוף וואך שטרענגט ער זיך דערפאר אן, ס'איז זיין ציל אין לעבן. וואס ער האט און וויל איז אט דעם טאג. ער קען נישט פונקט אנטייטלען וואס דערפון איז די הויכפונקט און ווען דאס פאסירט. ער טראכט נישט דערוועגן. מעכיל איז קיין דענקער. ווען מען פריווט מעכיל מיט א פראגע, ראגירט ער מיט געפיל. ביים מעכלען זענען טראכטער אין אלגעמיין, צו טיף, איבערגעשפיצט, און זוכן זיך קאַשעס.
אלנפאלס, נויטיג זענען דיזע פראגעס זיכער נישט. וקראת לשבת עונג, דאס איז דער תפקיד היום און דער סאמער תכלית. להתענג על ד', יא דער אייבערשטער וויל מ'זאל זיך ענזשויען - פאלט מעכלען ביי א ברייטע מחשבה'לע.

מיט א קדושת לוי און צוויי גליונות, זעצט ער זיך צום דאווענען און זינגט מיט נעימות, בליקענדיג אין קונטרס.
ביי לכה דודי הייבט ס'קעפעלע אן ארונטערפאלן און זיך הייבן, ווי א מאשינקע.
פון אנהייב מורמלט עס נאך דא דארט, אבער ווי א מינוט ווערט ס'קעפעלע שטייטער און די קעלעכל שטילער אין א טיף דרימל אריין.
א צוטומלטער ערוועקט אים דעם בואי בשלום, מיטן פרצוף צו אן ארומגעדרייטן פאטשעדיגער המון.
מיט פארגלייזטע אויגן און א רויטער שטערן שטעלט ער זיך מיטקלאטשן און בייגט זיך צו די צוויי זייטן.
ביי כגוונא קריגט ער שוין עטוואס צוריק די באוואוסטזיין און קלאטשט שוין גאר פון זיך אליינס.
ביי השכיבנו כאפט זיך מעכיל אז דאס הונגער פייניגט אים שוין א וויילע, ער קען נישט גענוי אנטייטלען ווען עס איז אים באפאלן, אבער אזוי פלוצים ווי עס האט דערגרייכט אזוי שטארק איז עס אין מאכט.
ער וויל שוין עסן אבער וויל נאכנישט קידוש מאכן. סארא טעם האט קידוש אָן א דאווענען.
מיט שוואכע גלידער זינגט מעכיל ושמרו, און מיט פארטרוקענטע ליפן שעפשעט ער "שבענו מטובך".
ביי מזמור לתודה שטייט ער קוים אויף די צוויי פיס.

אבער מעכיל שטארקט זיך און טרעפט פרישע כוחות נאכן דאווענען צוצוגיין געבן גוט שבת און כאפן א שמועס מיט גוטע און פריינט איבער וועכענטליכע געשעהענישן און זייער וואוילזיין, ביז ס'יונגעלע שלעפט ס'האנט.

מעכיל וואלט ווען קידוש געמאכט זאפארט אויב זאל ווען הונגער דאמינירן זיינע טהאטן און דארשט זיינע באשליסן.
אבער מעכיל'ס זעהל האט אויך א מיינונג. דערווייל.
ערשטנס, מעכיל וויל נישט סתם עסן, ער וויל א דערהויבענע עסן.
פאר מעכלען איז זמירות א בילעט צו די מאלצייט.
דאס פארוואנדעלט דעם מאלצייט אין א שבת'דיגע סעודה.
צווייטנס, ווייסט מעכיל ביי זיך אז ווי נאר די סאלאמאן זעצט זיך אינעם ווייניגן מאגן, איז אויס מיט זיין בחירה, פילייכט פארן גאנצן שבת. פון דאן און ווייטער נעמט ס'גוף איבער די לייצעס, לאזנדיג די נשמה הונגערן פארן וויקענד.
וויל מעכיל זינגען זמירות און זיך קאנטראלירן אויף נאך א מאמענט.
מוצאי תענית האט אויך מעכיל אזא געוואוינהייט, נישט גלייך ביים זמן אויסצופאסטן. דאווענט ער א לענגערע מעריב אדער ווערט פונקט פארנומען, צוקוקענדיג מיט אן העראישע תמימות ווי די ארומיגע עסן.
איבערהויפט גלייכט דאס מעכיל ביי א שבת שבע ברכות.
אינדערצייט וואס ס'רוב פון די באטייליגטע זיצן שוין מיט האלב ליידיגע טעלערס, שפאצירט נאך מעכיל א העלד ארום די טיש און שעפשעט פון א זמירות ארויס, מיט א גלייכגילטיגע דביקות.
אלנפאלס, מעכיל זאגט אייביג, א סעודה אנע זמירות איז ווי חנוכה ליכט אנע לשם יחוד.

ווי ס'לעצטע רונדע איבונגען זינגט מעכיל אויפן נוסח, שכינתא תתעטר ברשות נהמי ליסטר. ארום די טיש שטייען די פריידיגע בני בית, פרייליך און געשפאנט.
אויפן טיש ליגט אנגעגרייט פילצאליגע דיפּס, גרינצייג, און געטראנק.
אויפן אויבנאן ליגן צוויי גרויסע ווארימע בארכעס, ווייעך פון אינעווייניג הארט פונדרויסן.
שיינע געשיר אויסגעלייגט אויף אלע ערטער, און א פלעשל געליפטערטע וויין ליידיגט זיך שטילערהייט אריין אין א זילבערנעם בעכער, אונטער א יהא רעוואדיגער שטימונג.
און טעיקאוף.

יום הששי ויכולו בשמים וארץ...
ווי ליכטיג און זיס, אלע קוקן זיך אום, איינע אויף די צווייטע, גרויסע אויף די קליינע. צאנקיגע אויגן, ציכטיגע שמייכלן, א קידוש געזאנג, ארום די פינקן. אם הבנים שמחה, די טאטע אין א דביקות, מקדש השבת, און די בעכער ער טרינקט אויס.

ווי די קראך פונעם גלעזל באלד נאך א חופה, איז די שטימונג נאך קידוש. מ'דארף זיך פילייכט מזל טוב וואונטשן און די פנימ'ער קושן. ווער רעדט נאך ווען עס קומען געסט צו די סעודה.
געסט קענען נישט אויסדריקן זייערע הונגער שטאפלען. געסט ברויכן מיטזינגען. געסט ברויכן זיך בעטעמט מאכן. אינדערצייט וואס די ארומיגע ווייסן מיט א קלארקייט אז בלויז פאר עסן זענען זיי דא.
איז פאר זיי איבערהויפט די מאמענטן נאך קידוש אן אייגענער יציאת מצרים, און ווען מעכיל שפאנט ענדליך צום טעפל איבערגעטוהן אינעם פיש בעקטישע, אויסדריקענדיג זיין עקסטאז צום מאלצייט מיט א לעבהאפטיגן תנועה'לע, פלאקערט אן אומבאשרייבליכער לוסטיגקייט אין זייערע הערצער. א טאנץ וואלט ווען דאס שטערקסטע די געפילן ארויסגעברענגט.

נישט אומזיסט זינגט מען אסדר לסעודתא אויף אראמיש,
נישט אומזיסט פארשיקט מען די מלאכים ביפארן צושמעטערן די בארכעס.
ווארים אפילו נאר א געזעטיגט אנוש, וואלט אזא סצענע נישט טעלארירט.
הלכה פסק'נט אויך אז מען זאל קיין מענטש נישט אין פרצוף קוקן בשעת אכילה.
מיט די בלויזע פינגער כאפט מעכיל דעם פיש פון טעלער און טראגט צו שטיקל ביי שטיקל צום מויל.
נוטראליזירט אונטער אלקאהאל זעהט ער קוים זיין סביבה, סיידן די ריזן טעלער מיט עסענווארג פאר זיך. ש"י טבילות טינקט ער די ווייסע שטיקער טייגלעך וואס באגלייטן די פיש צו די שחיטה. די שיסל טאמעטא דיפ איז אין געפאר פון גיין עקסטינקט.
ברענג אריין נאך בעט ער הינדי'ן. - "אבער מ'דארף נאך פאר מארגן טאטי" בעט זיך ס'מיידל.
"זארג דיך נישט, ס'דא גענוג אויף מארגן" ראגירט מעכיל. ווער קען דען איצטער טראכטן אפילו פון מארגן – וואונדערט זיך מעכיל. השגות פון קליינע, הא.

"שיק ארויף די פעפסי דארט מנחם"
געבן אהער דארט דעם פיקל סאלאט, וואסי דאס? נאך קיינמאל נישט געקאסט.
הממ נישט שלעכט, נישט שלעכט.

לאנגע שטילע מינוטן לויפן פארביי, די בייכער זענען בארואיגט, מ'שטיינס געזאגט. די ארומיגע קומען צו זיך צוביסלעך. עס הייבט זיך אן וועבן א שמועס. חנה הויבט אן אפרוימען די חורבןַ.
אנגעפירקלטע טעלערס גראפיטי פארשמירט, ליגן אנגעלייגט מיט קוים דערקענבארע איבערבלייבענישן פון א צורת מאכל.
קוקט עס אויס ווי א טשערנאבלער טיש, נאך חורבן רוסלאנד.

אייסערט זיך אן אפגעאטעמטער מעכיל אויף די פילע געדערים און וואונדערט, ווי מאכט מען פלאץ פאר די ווייטערדיגע עסנווארג.
א שאד זיך אזוי אנצועסן אין א קארגע צען מינוט, איז זיך מעכיל תיכף מתחרט.

ברעכט מעכיל אויס מיט כל מקדש און זינגט א פאראגראף ווען עס באפאלט אים פלוצים א שווערע מידעקייט, אזאנס וואס מען זיך נישט באפרייען פון.
מורמעלט ער א פסוק מיט א צופארענעם תנועה און דרימלט איין, אזוי איינמאל נאכן צווייטן, ביז די אשת חיל מערקט פון קיך און ערוועקט אים מיט א תביעה. היתכן זי שטייט ביים טאפּ - בטח בה לב בעלה, און ער קען איר נישט צוליב טוהן, די שטריימל פאלט פון קאפּ.

ערוועקט ער זיך צו א הייסע טעלער זופ מיט יויך, ווען די פארע פראסקעט אין געזוכט.
נעמט ער ס'לעפעלע אין האנט און טינקט מיט פארגעניגן, מיט א מינע פון מיסטעריע איבער די שווערע מידעקייט.
פאר א קאכעדיג טעלער זופ איז שטענדיג דא פלאץ ערקלערט א דערמוטיגטער מעכיל מיט א פלייס. אַה מאכלי שבת!

עפענט זיך מעכיל די קנעפל און פראלט אויף די בעקטישע, ארויסלאזענדיג די היץ פון די קערפער.
ס'שרעקליך הייס דא, ווישט זיך מעכיל די שווייס פון שטערן. ס'פשט די עירקאנדישאן ארבעט שטערקער אין די צימער ווי אין קיך? מ'ברויך רופן איינעם נאך שבת זאגט ער זיין ליבע אָן.
ווידעראמאל קומט די תחי' צוגיין מיט א טריי צוגעגרייטע פארציע פון ס'הויפן עסענווארג וואס מעכיל האט זיך איינגערישט ערב שבת.
צובייזערט זיך מעכיל און לייגט ס'האנט אויפן שטערן מיט א ביטול. ווי האב איך דען פלאץ?
די אשת חיל לייגט א פיס אראפ. צוריק נעמט זי נישט.
"צו ברויכן זיי דען נישט זייער שבת'דיגע
תיקון?" דרייט ס'אשת חיל פלוצים אויס מעכיל'ס נארוואס פארענדיגטע ווארט, קעגן אים זעלבסט.

נו אז מ'זיצט און מ'שמועסט און די מויל גייט סייווי, שטופט שוין מעכיל אטאמאטיש אריין דערין וואס ליגט פארענט פון אים.
טרעפט ער זיך נאך א האלבע שטונדע מיט א וויסטן האריזאנט און בעט מלכה'לע אריינצוברענגן זשעלי רינגס און אייסיס צו העלפן ס'מויל גיין ווייטער.

בענטש מעכיל מיט כוונה. ונא אל תצריכנו – צוקרעכצט זיך א פעשער מעכיל, אריינקלערענדיג אין די פיינפולקייט פון הונגער.

א גערודער טוט זיך אין זיין קערפער, ס'רינעדיגס שאקעלט זיך אומאויפהערליך, ס'פארגליווערטע פארדייט זיך בדוחק מיט קענטיגע אויפברויז.
עלי יניח צדיק את ראשי, ווילן זיי אלע בלייבן אויף ווען די צדיק גייט זיך אנשפארן.
מעכיל לייגט זיינע מידע קערפער אויס אויף די קאלטע ליילעך, גראד אויפן ריקן. ס'נעמט נישט קיין פינף און מעכיל'ס מויל איז ברייט אפען און א אטעם הערט זיך אין שטוב.

די קינדער רוימען פון טיש, די ווייב רייניגט די געשיר, די קליינע שפילן א שפיל. א שטילקייט הערשט ווידער אין שטוב, שאַא טאטי שלאפט.

ויהי בבוקר, צוקלאצט און אויסגערוהט שטייט מעכיל ביים טשייניק און לאזט די הייס וואסער ארייניאגן אין א הויכן פאום קאפ.
שטייט אן אנדער גלעזל גרייט מיט א דיקע שיכט טעיסטער טשויס, ווי א כלה פארן באדעקן, און איז מקבל דעם הייסן שפריץ, ויהי ערב ויהי בוקר, און ס'שבת צופרי.
באגיסט מעכיל די וואנצעס, און זאגט אַהה.

זיצט ער העכער א מקראות גדולות און נישטערט צווישן די מפרשים. האפט ער אליינס אויסצוטרעפן דעם אינטערסאנטן רמב"ן, באהאלטענע ספורנו, אדער א פלא פון א דעת זקנים, אבער אהן ערפאלג.
זוכט מעכיל אליינס צו פרעגן א אייזענע קשיא און זאגן שיין פשט.
הלמאי, וואס איז דאס דער ענין פון אויסרעכענען אלע מסעות וואונדערט מעכיל. אינטערסאנטע סדרה.
באלד דערויף פאלט אים אן ענטפער ביי, א בליציג געדאנק.
ס'טייטש - שמועסט מעכיל הויעך אויס צו א שטילן הויז, דער רבונו של עולם דארף יעדן זשערני, יעדע סטאנציע פון א איד! נישט נאר בלויז די ענדגילטיגע. די רייזע צום ציל איז א שטיק ציל זעלבסט!
- שרייט מעכיל אויס מיט עקסטאז, אויסטרונקענדיג ס'לעצט ביסל קאווע דערביי.
א שאד מ'קען דאס נישט אראפשרייבן איצטערט, טראכט מעכיל שפאנענדיג צום בית הכבוד.

גיסט מעכיל אראפ פרישע הייסע קאווע אויף די פריש גערייניגטע קערפער, דאסמאל אין א פארברענג מיט די ווייב, און מאכט ענדליך דעם עטיפה.

שפאנט מעכיל אין שוהל אריין און ווענד באלד זיינע פיסטריט צום קאווע שטיבל, ווי עס שטייען שוין א קופקע יונגעלייט בצוותא חדא אין א שמועס.
פארציילט יקיר איבער די וואונדער אין מאראקא, דעטאלן פון זיין לעצטיגע נסיעה דעם פארגאנגענעם סוכות.
נטע מיט די ווייסע זאקן פארציילט פאר זיינע צוהערער איבער א פרישע גביר'ס לעצטיגע סוקסעס, אנאליזירענדיג זיין כאראקטער דערביי.
קיבא, אן איינדערקענטער ליינער, זאגער, און משכיל, ערקלערט פאר א קבוצה צוהערער די מאכט פון די אמעריקאנער מיליטער קראפט, און זייער בודזשעט.
שטעלט מעכיל קאווע און שטעלט זיך מיטן טלית איינזאפּן אינפארמאציע, אין קיבא'ס זאנע.
פרובירט ער אויך אריינצווארפן זיינע דריי צענט, נארוואס אנגעזעהענע יוטוב קענטעניס און שפאקטיוו מעמוארן פון די יוגנט.
סעפּעס א דראנג וואס מעכיל האט צו מיטטיילן קענטעניס מיט ארומיגע ווען אימער ס'דא א שמועס. קיינער ברויך נישט בעטן, פארלאנגן אדער אפילו פאראינטערסירט זיין, עס קען פילייכט זיין אז דער יעניגער וועמען מעכיל וויל בארייכערן האלט גאר אינמיטן רעדן, אבער מעכיל זאגט, מעכיל שרייט, מעכיל פארציילט. נישט קיין חידושים נישט קיין פלאות, נאר בלויזע פאקטן, אביסל אנגעזעהענע פאליטיק, טוויטער ציטאטן וואס ער האט זיך אינעם רוהענדן אדעסי אנגעקוקט, צווישן די טינט באשיצטע פענסטער אינעם בליטשקענדן סקרין, אין די ביינאכט שטונדן אויף א געסל.
די ליבערלס זענען דאך אזוי משוגע, האסט געזעהן טראמפס טוויט דעי וואך?
כאפט מעכיל ענדליך די אויפמערקזאמקייט פון א טייל שמועסער.

ביי שוכן עד באשליסט ענדליך מעכיל אז ס'גענוג. ווארפט ער איבער די עטרה איבער ס'קעפל און שפאנט מיט אן עפילאגישן שמייכל צו די דאווענערס אריין, אבער נישט ביפארן כאפן א רבינו בחיי אויפן וועג, פאר בין גברא לגברא געברויכן.

זשומזשעט ער דורך די לאנגע רייזע צו קידוש, אין א גאלאפ, יאַגענדיג נאכן בעל תפילה.
טרעפט ער זיך אכט מינוט שפעטער מיט די ציצית אין די האנט, לייענענדיג קרישמע.

אינטערסאנט, קלערט מעכיל. מ'מאכט פונעם שבת צופרי דאווענען אזא טראסק.
א דרך ארוכה שפאנט מען צום שוהל, מיטשלעפענדיג די קליינע מיט הוטלעך און נאש פעקלעך, הקפות סטייל, ווען אין רעאליטעט נעמט ביזן קידוש מאכן א קנאפע צאל עקסטערע מינוטן.

טוט מעכיל א קוש דעם ספר תורה און שארט זיך ארויס פאר א גלעזל שנאפס וואס א חכימא דיהודאי האט אריינגעשווערצט אין כלי מתכות.
סידעיס בארבאן אדער סקאטש? – טרעט מעכיל אויס א וועג צום שנאָר, וואס פאלגט באלד נאך.
אהה לחיים.
נעמט נישט לאנג דער צועפנטער מאגן זאל זיך צעוויינען.
שטופט מעכיל שטיקלעך בלאנדע מזונות און פירט אריין טעצלעך ווייסע העררינג אינעם מעיים שאין להם סוף.
וחוזר חלילה, א גלעזל און מזונות, מזונות מיט א גלעזל, באגלייט מיט שטורעמישע געלעכטער און קופקע געפילדער.

איינציגווייז מארשירן זיי אריין, הויעך און שמייכלדיג, פולשטענדיג גרייט אויף מוסף. א פרייהייט הערשט אין מעכיל'ס גייסט, א פרייד אין זיין שטימונג, א רואיגקייט וואס שפירט ווי אייביגקייט.

תיכף נאך כתר נעמען זיך די מתפללים צוזאם כאיש אחד בלב אחד. די שטילע, די הונגעריגע און די ערליכע, שטופן פלוצים טישן און שלעפן טישטעכער. מיט די שטריימלעך אויף די קעפ, די טליתים אויף די פלייצעס, און א געפארפולע בולמוס, לייגן די שיינע אידן אויס די וויש פאפיר, גלעזלעך, און מ'שיקט זיך ארויף די טעצער מזונות יעדער צום שכן דערנעבן.
עוסקים בצרכי ציבור לויפן אריין און ארויס מיט שאכטלעך העררינג און שיסלען אייער קיכל.
צוויי צייטן א יאר וואס אלע נעמען אנטייל אין ארציות, דאס זענען די מוצאי תעניתים און שבת קדישים. הכל מודים בעינן לחם.
קען מען אין א מוצאי תּאָנעס טרעפן א שטילער מלמד טיילן קאווע פארן א אויספאסטנדן המון און שבת נאכן דאווענען זעהן א פרומער איד אויפרייסן די פלאסטיק ארום די מזונות טעצער.

זעצט זיך די קהלא קדישא צו א קידושא רבא, די גלעזלעך ווערן פיל און ליידיג און די שיסלעך טשולנט פארטרוקנט.

מעכיל פארכאפט דאס ארט נאנט צום ווייסן העררינג אבער טרעפט זיך שפעטער בעטן גענאדע'ס יעדע מינוט פון א שכן, ווארים די טשולנט, קיגל, גאלע, זענען ערשט שפעטער ארויסגעקומען און זיך געזעצט אויף די לעהרע טישן.
קענסט זיי מוחל ארויפשיקן די לעבערלעך
דארט. נאך דא עפעס קרעקערס דארט. געמיר דעם גאָפּל זיי מוחל.

באגיסט מעכיל ס'ליידיג צופרי מאגן מיט שאַטס און בונדלעך צולאזענדיג זיין גייסט אין א פייערליכע פארברענג.
ספאנטאניש ברעכט איינער אויס מיט א זמר, שבת שבת קודש יווווום חמדתו... און די זאטע פאטשן אויף די טישן ווארפענדיג די האלב פילע גלעזלעך און טעלערס און פארגליווערטע גאלע אין א גרמא'דיגער תנופה, אויך באקאנט אלס טיש טורבעלאנס.

רעזאווירטע פאלקסלייט געבן זיך פלוצים ס'האנט און וואונטשן זיך ווארעם לחיים און זאגן זיך גוט שבת, זייענדיג אונטערן רושם.

ווישט מעכיל די שמאלציגע ליפן מיט א שמיציגן פאפיר און ווענד זיינע פיסטריט צו בעדפארד אנטיילנעמען אין די וועכענטליכע קדיישים פאראדע.
שפאנט ס'פאלק ארויף און אראפ בעדפארד, מיט פריינט און חברותות, באטראנקענע ווי ניכטערע.
חבורות חבורות מארשירן אויף די גאסן, מיט טליתים אויף די פלייצעס שמועס'ן און לאכן, צו יעדע שמחה א נאך א לחיים, אויף פרישע איבערבייסן טוט מען קייען.

טרעפט זיך מעכיל אויף סאוט אכט א בודד נאכן אנוואונטשן פאמיליע מיטגליד. זוכט ער שוין אויף די לוח המודעות ווי אהין די פיס קענען אים טראגן.
א שאד אהיימצוגיין אין אזא וועטער טראכט מעכיל.

"ס'טוסטו דא מעכיל"? טרעפט אים באקאנטער.
לאזן זיך די צוויי אריין א טיפער גענעטישע פלפול.
"אהה ס'טייטש דיין מאמע האט געהייראט א פעלדמאן וואס איז געווען א שטיף קינד ביי דעם אלטן קליין"
זאג גייסט מיין וועג? פרעגט מעכיל מיט א ביטע.
"ניין איך ברויך נאך צוגיין דא צו א קידוש, ירמי' דאסקאל'ס יונגסטע געהאט ס'ערשטע קינד.
קענסטעך ירמי' לאמיר אריינגיין געבן מזל טוב און מ'גיימער"

שפאצירט מעכיל אהיים געמוטליך און שמועסט ביזן טיר ביז הינדי שרייט פון טארעסע די מוטערס בקשה, "טאטי קום ארויף"

אדוני המלך, ווי ביסטו געווען אזוי לאנג – פרעגט די אייער קוועטשענדע שקלאפטע.
"צוויי אזייגער? כ'מיין וואס דארף איך טראכטן"

פארציילט מעכיל דעם שטוינענדן געשיכטע מיט אלע איינצעלהייטן, פונעם קידוש נאכן דאווענען ביזן שמועס פונעם באגלייטער.

מיט א צופלאקערטן מאגן שרייט מעכיל אויס חי ד' וברוך צורי...
די וועשערקע שטעלט פיש און טינק כיד המלך, די קינדערלעך זעצן זיך ארום גרייט צו עסן, אבער מעכיל קען קוים דערויף קוקן.
קוקט ער אויפן די עסנווארג ווי א איד אויף לאבסטער און א א גוי אויף געפילטע. ניבּעלט מעכיל שטיקער חלה און טרינקט דערביי פארגאזטע גרעיפזשוס, שאפענדיג א וואולקאן אין די קישקעס.
מיט ס'לעצט ביסל באוואוסטזיין הייבט ער אן ברוך אל עליון אבער ציעט נישט אן מער ווי א פאראגראף.
צוזינגט זיך א מזמור למעכיל. ווי א שיכור ביים רעדל פארט ער אריין און ארויס פון ליניע און שטעלט זיך האסטיג אפ, ביז ער בלייבט אינגאנצן געפלעפט מיט א געבויגן קעפל איבער א טעלער אייער צוויבל און א טאמאטא דערויף. אט אט פארשמיצט ער די בארדע ווען די רעבעצין ערוועקט אים מיט פאראיבל "מעכיל!"

צושטיקעלט מעכיל ווידעראמאל קישקע און גליטשט עס מיט משקה.

מים אחרונים מנחם, ברענג אריין זיי מוחל.

שעפשעט ער אן הודאה צום בורא עולם און באפרייט זיך פונעם בעקיטשע.
פאלט ער א מידער אין געלעגער אריין און כראפעצט מיט פארגעניגן.

שינה בשבת תענוג. לויפן דריי שטונדן פארביי און מעכיל ערוועקט זיך א נאסער. איז ער הייס אונטערן צודעק און קאלט ביים אויפדעקן.
שטייט ער אין א דילאמע, אויפשטיין אדער צוריקלייגן. נישטא קיין באדייטענדע אורזאך פון בעט ארויסקומען און קיין חיות דערצו זיכער נישט, אבער דער פארטונקעלטער זין טרייבט פון בעט, און מעכיל זעצט זיך בלית ברירה אויף.

קייעט מעכיל צושניטענע פרוכט קלאצענדיג איבער א ספר. די חשק איז א פארגאנגענהייט, די מאגן ווירבלט און די שבת איז נאך אין קראפט.

נעמט ער אפיר מנחם'ל אין די נאמען פון חינוך און פרובירט אים צו כאפן ביי א גרייז. וואס מיינט גוד אסיק און וואס מיינט גוד אחית? פרעגט מעכיל איבער א גרויסע געהלע אומבאניצטע גמרא.
אה דא האט מען נאכנישט געלערנט, פיין.
נו צייג מיר ווי עטץ האלטס.
כאפן מעכיל דעם קליינעם ביי א רש"י און באהאלט נישט זיין אנטוישונג.
"צו אנברענגן א גאנץ נאכמיטאג פארשטייסטע פיין אבער א שטיקל רש"י אידיר צו שווער?! פון היינט אָן פארהער איך דיך יעדע וואך!"

נישט די ערשטע מאל מעכיל איז דאס מבטיח. מעכיל איז גראדע א גוטע פאטער וואס קאמפלימענטירט געוויינליך די קינדער, אבער וואס קען מען פון אים ערווארטן נאך אזא מיטאג שלאף.
קושט מעכיל ווידעראמאל די מזוזה און שפאצירט געמוטליך מיט די שמונה בגדים אין שול אריין.

ביי די טעלערס געפילטע און פיר עקיגע מצות שטייט מעכיל מיט פארמאכטע אויגן און פארקראכענע פיאות, די הענט טיף פארשטעקט אינעם ווילד געקניפטן גארטל, און שעפשעט שמונה עשרה אויסמיידנדיג סלח לנו הארט ביפארן קלאפ.
געניצט מעכיל וטהר לבנו און טרעט אויס.

שטייט א ליניע ביי די טעפלעך באוואפנט מיט בילקעס אין די טאשן.
גיסט זיך אויך מעכיל און מאכט א לחם משנה.
טראץ זיין שוואכן אפעטיט באווייזט מעכיל אפצורוימען א טוץ אייער סאלאט און א כזית ווייט.
מעכיל האלט פלגינן געפילטע, שארט ער האלב אריין און שענקט ס'איבעריגע פארן שכן.

בענטש מעכיל א זאטער און איז זיך זאפארט מזרז צוצושטעלן חמין פאר די לונגען.
קוים וואס ער בלאזט די רויעך ארויף צום טונקעלן הימל און ער טראכט שוין פונעם שאָל קאווע און טארט וואס די מנב"ת האלט אינמיטן אנרעכטן.

הנה א-ל ישועתי...
געזעגנט זיך מעכיל פונעם רוה טאג, פון זיין נשמה יתירה, מיט א געבעט, האפענונג, און בענקעניש. קוים געקומען און שוין פארביי. ער קוקט שוין פאראויס אויפן קומענדיגן און האפט עס נאך שענער צו פראווען.

שלינגט מעכיל ס'גלעזל און מאכט די פלאץ פריי פאר די קאווע.
זיצט מעכיל ביים שיעור עיון מיטן וועבּ און רייניגט ביסלעכווייַז אפ א טעלער קאווע-געווייקטע מעדנים, און די קערפער נעמען אים פלוצים אויפן צימבל.
פריווט מעכיל זיך אנצופייפן, אויסצובלאזן און עס לאזן גיין, אבער די געדערים זיינען פאר'עקשנ'ט און שטעלן זיך אויף די רעכטן.
עס נעמען זיך אלע איברים צוזאם און פראטעסטירן קעגן מעכלען.
היתכן, שטאמלט ס'מאגן, א מין וואנזיניגקייט דאס, אזוי אנצושטאפן דעם טאנק.
די קאפ זעצט, די אסאפעגעס פלאקערט כעס'יג, די פענקריעס שוויצט און די קאולען איז אויף סטרייק. אלע ארבעטן איבערמידליך צו פארדייען מעכיל'ס שוואוילטאג.

אונטער די איינפלוס פון שווערע סאנקציעס זיצט מעכיל אין בית הכבוד פארטראכט און קלערט,

איז דען כדי זיך אנצועסן אויף גראבע שטיקער חלה, און דערביי די פלייש אנווערן?
און די פלייש אליינס, איז דען נישט דא גענוג אין היים, אז ער האקט עס מיטן טלית?
טוט די פישער דען באשטימען וויפיל איז א פארציע אז באלד א גאנצע פיש ער פילט וויכטיג אפצווישן?
איז דען א ניכטערער שבת צופרי אזוי ביטער, און א נאשלאזע פרייטאג צונאכטס אזוי זויער?
וואסי מיט טשולנט, דאס ברויך מען עסן ביז מ'קען מער נישט?
איז דען קעיק ווערד די שולשול, און גאלע די גרעפס?
איז די שלאף ווערט די גיסטע און הייס וואסער די שלום בית?
באשטייט שבת אויף פרעס, פּאָף, און פ****ס?
איז דאס שבת, אויף וואס ער קוקט אזוי ארויס, ווען ער זאגט א גוט שבת און טרעט פון שטוב ארויס?

א קלאפ אין טיר ערוועקט מעכלען פון זיינע געדאנקען.

שטייט די העראישע אשת חיל מיט דריי קליינטשיגע טאבלעטן און א קאמפּאוט.
בּאָבּאלע טייערע קוק וואס איך האב פאר דיר. דיינע דריי מלאכים זענען דא. איינס פאר די קארבס, איינס פאר פעט און איינס פאר פּצה, שלינגזשע העסטע בעסער שפירן.

מעכיל גייט נישט צו צום שבת אָן דיזע דריי מלאכים. שלום עליכם, ער זינגט פאר זיי.
אבער זיין גוף זינגט נישט מיט, און אויך נישט זיין גייסט. היינט איז מעכיל גענוג גליקליך אז ער ווייסט.

-------------


ביטע נישט אנפירקלען די אשכול מיט אנדערע טעמעס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הבל וריק אום פרייטאג אוגוסט 23, 2019 3:26 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הבל וריק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:46 am
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 1:16 pm

שיין און עקעלדיג אינאיינעם. דער מאמר איז שיין, דער מענטש איז עקעלדיג. אבער לאמיר נעמען א שפיגל צו זיך אליינס ווי מיר שטיין.

עס איז אבער א רחמנות גדולה אויף אזעלכע מענטשען. יא, דער מאמר איז א גוזמא, אבער נישט צופיל. מיר זען אלע מענטשען וואס דאווענען נישט צופיל, חלומ'ן אז זיי גיין לערנען שבת, און למעשה כראפצען זיי א גאנץ שבת, און עסן זיך אן מכל הבא ליד. און דער אמת איז, אז יעדער האט אין זיך א רוחניות'דיגע פונקט, א חלק פון איהם וואס שטרעבט אויף גרעסערס און טיפערס. און ווען דער מענטש פיהרט עס נישט אויס, ליידט ער. ער זעט אויס ווי 'סתם א פויער, א פרעסער', אבער דער פעלער זיינער ברענט אין איהם און עס ענגבערט איהם. ער ווייסט אז זיין מדות זענען נישט אויסגעהאלטען, זיין ווייב האט געקאכט א גאנצע שבת פאר איהם, און זיין קוויטשען וועגען די וואסער און צווינגען זיין זון מחלל שבת צו זיין (יא, דער שו"ע פסקנ'ט אז צוויי מינוט פאר'ן שקיעה טאר מען נישט טון קיין מלאכה) מספק איז אן עוולה. נאר ער קען נישט בעסער, ער דארף הילף און ער באקומט עס נישט אין ערגעץ. ער ווייסט נישט ווי דאס אויפצוזוכען.

עניוועי, איך דארף רעצעפטן פאר יעדער מאכל. פארוואס לאזען דער מויל טראפקען אן קענען טועם זיין? ביטע לייג צו אלע רעצעפטן אז מיר זאלען אויך זיך אנפילען עד עלות השחר עד צאת הנשמה.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8594
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3000 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8058 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 2:52 pm

אנביליוועבעל...

כל ימי גדלתי בין החכמים ולא מצאתי אזא טוב למעיים, טוב לבריאות. עפעס א יואב, קופערניקוס, און יאיר אינאיינעם. כ'בין כמעט אומגעקומען על קידוש, אזא I'll kill him אלוק סליחות, ס'רינט מיר שפייעכטס אויף די בארכעס.

טענקס.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3592
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7096 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7054 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 11:15 pm

פשיהא איז דאס אן ארטיקל!

שוין איז געבליבן אזוי, דעם מעכל דארף מען פאר'שרפ'ענען לכבוד שבת אינאיינעם מיט זיינע ראפאגאש חלות, ס'רעבעצן וועט מען שיקן אין א בית החלמה אויף זעקס חדשים זיך צו ערהוילן, מען וועט מוזן ווארטן אויף קומענדיגע ג' אייר אז איינער זאל אפצאלן זיינע בילס אין די גראסערי/בוטשער/בעיקערי/טעיקאוט/שאמעשטיבל און זיינע קינדער קען מען שוין יעצט אנהייבן מסביר זיין אז זיי זענע ןגעליטענע פון א דריטע וועלט קריג...
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 209 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 25, 2019 12:02 am

הבל וריק: ייש"כ. דו האסט עס וואונדערבאר אראפגעלייגט. ס'איז אזוי ווי איינער וואלט געהאלטן א שפיגל וואס (כמעט) א יעדער פון אונז זעהט זיך אין דעם. די פראבלעם איז אז פרייטיג, ווען מ'גייט איינקויפן לכבוד שבת איז מען הונגעריג. און אין א מאאד פון קויפן און נעמען וואס מער זאכן און אין די גרעסטע מאס. און שבת נאכמיטאג אדער זונטאג אינדערפריה האט מען שוין חרטה פארוואס מ'האטציך אזוי שטארק אנגעגעסן. אבער ווען ס'קומט פרייטיג איז צוריק דער אלטער שפיעל. וחוזר חלילה...!

אבער איין פאזיטיווע נקודה. א גוי האט נישט די אלע געלעגנהייטן. צו זיצן רואיג מיט די משפחה. און אריינרוקן עסן אין א רואיגע אטמאספער. אויך די סאציאלע חלק פון שמועסן מיט חברים ארום א גלעזל הייסע קאווע. אדער שפעטער נאכ'ן דאווענען ביי קידוש. אדער די זריזין מקדימין (אזוי ווי איך האב געהאט א מנהג קדמונים.). נאר איינמאל האביך געהאט א פלאפ. ווען נאכ'ן קידוש מאכן אין קאווע/קידוש שטיבל, האט מען מיך אויפגערופן צו אן עליה. און אלע ארומיגע, ווי דער רב און די גבאים און בעל קורא האבן געוויסט אז איך האלט שוין נאך קידוש...ס'איז געווען געפערליכע בושות...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » זונטאג אוגוסט 25, 2019 12:14 am

יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס ביי געוויסע חלקים אין די געשיכטע (ביי די אינטערסאנטע, נישט די שלעכטע) האב איך געזען אין געדאנק ר' בערל'ס אוועטאר.
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 209 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 25, 2019 12:24 am

מאך זיכער: ייש"כ פאר מיך אינזין האבן ביי די גוטע חלקים. (איך ווייס שוין נישט אויב יושב'ן מוצאי שבת אדער זונטיג איז פון די גוטע חלקים. מסתמא יא.) אבער איך האב מיך געזעהן די גאנצע צייט אפגעשפיגלט אין די תגובה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך גדליה » זונטאג אוגוסט 25, 2019 12:55 am

א מייסטערווערק
וואלסט מיר אבער געמעגט אישי'ען פאר דו צילייגסט מיך מיך אזוי בפני כל העם ועדה
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 983
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1539 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 25, 2019 4:06 am

גדליה: הבל וריק וועט באקומען נאך א טוץ (דאזן, בלע"ז) אזעלכע תגובות...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך לית דין בר נש » זונטאג אוגוסט 25, 2019 7:02 pm

ווי אזוי זאגט מען נאר?
שפתים קישאק!!!
אנבעליוועבעל
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1509
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 6755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1286 מאל

Re: לכבוד שבת קודש

הודעהדורך גראף » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 12:48 am

אזא געוואלדיגע באשרייבונג וואס איך האב שוין נישט געלייענט דא יארן! מיט יעדע שורה איז מיין מח מיט געגאנגן און געזען פאר די אויגן געוויסע מענטשען וואס איך קען.
א גרויסע שכח פאר די ארטיקל און פאר די צייט וואס דו האסט אוועק געגעבן.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 849
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 666 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 475 מאל

הודעהדורך והאיש משה » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 6:46 am

פלאים ממש!!!
געוואלדיגע רעיונות, (פונאנהייב געהאט א געפיהל אז ס'איז מנשה...)

משונה'דיגע גוטע ליניעס, איינס וואס האט מיר זייער איבער גענומען:

ערשטנס, מעכיל וויל נישט סתם עסן, ער וויל א דערהויבענע עסן


מעכיל איז קיין דענקער. ווען מען פריווט מעכיל מיט א פראגע, ראגירט ער מיט געפיל. ביים מעכלען זענען טראכטער אין אלגעמיין, צו טיף, איבערגעשפיצט, און זוכן זיך קאַשעס.

און נאך אסאך!
כה לחי!!!
ס'איז מיר בעסער צו לאזען א גרויסע ירושה פאר מיינע שונאים, ווי אנקומען ביים לעבן צו מיינע גוטע פריינט... (ר' יחיאל הרופא)
והאיש משה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 7:42 am

קטלא קניא חזינא הכא
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 938 מאל

Re: לכבוד שבת קודש

הודעהדורך הבל וריק » פרייטאג אוגוסט 30, 2019 11:43 am

#לכבוד שבת קודש
#לעסט טשענס
הבל וריק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:46 am
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

הודעהדורך סמבטיון » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 10:27 pm

איך ווייס נישט צו עס איז נאך דא אזא ארטיקעל , איך האב עס איבערגעליינט כאטש 4 מאל, סעאיז עפעס אזוי מין גיט אז מען קען צידרייט ווערן, לעצטע וואך ערב שבת ביים אנקויפן האב איך מיר געפילט ווי מעכיל....

איין זאך וואס איך האב נישט אזוי פארשטאנען אי די ענד די לעצטע צוויי שורות,

איך בעט דיר הבל טייערע, זיי אונז מהנה מיט נאך א שטיקל, שכרך הרבה מאוד.
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1087
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 898 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1129 מאל

הודעהדורך אלכסנדר » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 8:06 pm

הבל.
כ'האב געליינט / געלערנט דיין שיינע מאמר, יא, סאיז ממש א מוסר שמועס.

האסט ממש מגדיר געווען בחוש ווי ס' זעהט אויס, ממש אבזיון.
אומר ועושה, אין דיין זכות, די שבת בין איך אויפגעשטאנען 2 שעה פאר דאווענען אין נישט געגאנגען שלאפן נאכמיטאג, גאנץ נאכמיטאג געווען מיט די בנים.
יישר כוח.
אלכסנדר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 27, 2019 10:48 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

Re: לכבוד שבת קודש

הודעהדורך הבל וריק » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 9:37 pm

סמבטיון האט געשריבן:איך ווייס נישט צו עס איז נאך דא אזא ארטיקעל , איך האב עס איבערגעליינט כאטש 4 מאל, סעאיז עפעס אזוי מין גיט אז מען קען צידרייט ווערן, לעצטע וואך ערב שבת ביים אנקויפן האב איך מיר געפילט ווי מעכיל....

איין זאך וואס איך האב נישט אזוי פארשטאנען אי די ענד די לעצטע צוויי שורות,

איך בעט דיר הבל טייערע, זיי אונז מהנה מיט נאך א שטיקל, שכרך הרבה מאוד.
א דאנק סמבטיון און אלכסנדר, ווי אויך אלע אנדערע וואס האבן זיך ווארעם אנגערופן.
די קאמענטארן ווערן אויפגענומען מיט שעצונג.

איבער דיין פראגע סמבטיון,

אין די קורצטע ווערטער:

מעכיל איז א מענטש, א שטיקל מענטש, אדער א צושטאנד.
מענטשן טוישן זיך און פאלן צוריק, אדער טוישן נישט בכלל. צושטאנדן דאס זעלביגע.
ס'נישטא קיין פרייליכע ענדע און קיין היום והלאה'ס, ס'דא א שיין, א בליץ. אויפמערקזאמקייט.
דאס איז שוין א הילף, און פילייכט גענוג.

ווי אהין דאס טראגט און ווי ווייט, איז פון מיר אויך פארהוילן און נישט די ציל, איך טראכט.
"מעכיל איז גענוג גליקליך אז ער ווייסט".
הבל וריק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:46 am
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

הודעהדורך אלכסנדר » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 10:59 am

הבל.
איך בין דיר שולדיג א יישר כוח פאר ד'געשמאקע שבת וואס איך און מיין בני בית און די קינדער האבן געאהט, כמעשהו בראשונה איך האב געמאכט זיכער די וואך אויך נישט אוסקוקן ווי די מענטשן אין דיין מעשה, ס' איז נישט געווען גרינג אבער ס'פילט לעילא ולעילא.
אלכסנדר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 27, 2019 10:48 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Majestic-12 [Bot] און 3 געסט