בכוסו בכיסו ובכעסו

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

בכוסו בכיסו ובכעסו

הודעהדורך מאך זיכער » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 3:20 pm

בס"ד

עס זענען דא פארשידנארטיגע סארטן פערזענליכקייטן אין די מענטשהייט, פארהאן גאר בא'טעמ'טע מענטשן און געשמאקע פערסאנעליטיס, אבער עס זענען דא אויך זייער אסאך בא'מחלה'טע און אומאיינגענעמע מענטשן.

איך וואלט געוואלט דורכטון איין געוויסע סארט פערזענליכקייט וואס איך באגעגן נאר צווישן די היימישע אידן, פון איין זייט איז ער א הארץ פון פוטער אבער פון די צווייטע זייט איז ער א שטיק צואה מהלכת.

כ'וועל זיך פרובירן ארויסצוברענגען די קלארסטע וואס עס איז שייך ווייל עס איז אביסל קאמפליצירט צו מסביר זיין די סארט פערזענליכקייט, פון אויבנאויף זעט זיך עס אויס ווי א וואוילע לעכטיגע מענטש און אביסל טיפער קען זיך ארויסשטעלן א קראנקע כאראקטער.

איך וויל צייגן די פערזענליכקייט באגרינדעט אויפן מאמר חז"ל בכוסו בכיסו ובכעסו, איך וועל אראפלייגן סיטואציעס וויאזוי דער מענטש פירט זיך אויף אין די דריי פעלער און זען צו דער איז א גוטער צו ער איז פשוט א קראנקע נארסיסיסט/ביי פאולער/בי.פי.די. אדער סיי וועלכע סארט ליידענדער וואס זיינע מחלות ערצייגן אויך גוטע עקן אבער איבער אלעם איז ער נישט קיין געזונטע מענטש.


בכוסו:

איך זיץ ביי א שמחה ארומגענומען מיט חברים, עס איז שבת אינדערפרי און מען עסט געמיטליך טשאלנט און קוגל ביים קידוש, עס איז געווען אסאך צו טרונקען ב"ה, דער בעל שמחה איז גאנץ א ברייטער און ער ערלויבט זיך מער ווי סתם א מענטש.

איך האלט אינמיטן קייען מיין עסן און אינמיטן כאפ איך א געזונטער זעץ אין רוקן, איך דריי זיך האסטיג ארום און איך זעה מיין נאנטער חבר משי איז איבערגעטרונקען, ער וואונטשט און בענטשט און קושט יעדן איינעם, איינע פון די וואס האבן זוכה געווען טועם צו זיין פון זיין שיכרות בין איך, כ'האב געכאפט א גוטער זעץ אין רוקן באגלייט מיט ברכות אויף אלע מיינע צרות.

ער לאזט זיך אויך הערן גאר נידריג און שמוציג, ער קען אפילו טון אומאנגענעמע ענינים מיט זיין קערפער ווי נפחא'נען הויעך אדער שפייען גראבע שטיקער שליים.

ער שרייט און פארפירט, מען וואלט ווען געקענט מיינען אז ער איז נישט נארמאל אבער קענענדיג אים ווייס איך אז ער איז א געסעטלטער מענטש מיט א סוקסעספולער קאריערע און ער איז נישט משוגע.

וואס איז אבער פשט אין די התנהגות? קען ער זיך נישט איינהאלטן פון אויסברעכן אין א שיגעון יעדע מאל וואס ער טרונקט א גלאז דזשעק דניאל?


די צוויי צדדים זענען ווי פאלגענד:

ער איז נארמאל, יעדער רעאגירט אזוי צו אלקאהאל.
ער איז נישט אינגאנצן, ער איז צובראכן און ער ליידט אויף עפעס וואס איז אים גורם צו די התפרצות און אטענטשן זוכעריי.

בכיסו:

איין טאג האב איך א שווערע סיטואציע און איך האב ממש נישט קיין דאלער צום נשמה, איך וויל נישט אריינגיין אין קיינע חובות און דעריבער קארג איך ווי אימער עס קען נאר זיין, איך רוף אן א גאר נאנטער חבר זיך אויסרעדן און ער ענטפערט מיר אז ער וויל מיר בארגן געלט, איך שטופ אים אפ און איך זאג אז איך וויל נישט זיין שולדיג פאר מענטשן קיין געלט, אבער ער שטופט עס מיר ממש ווי אין די הענט אריין, למעשה האט מיר די שוואכקייט געכאפט און איך נעם פון אים דאס געלט.

איך האב שטארק הכרת הטוב פאר דעם חבר ווייל די געלט איז מיר צוניצגעקומען, איך באקום אין מיין הארץ א גרויסע פלאץ פאר אים.

אבער פון די טאג וואס איך נעם די געלט פון אים גייט נישט אריבער א האלבע מעת לעת וואס ער רופט מיר נישט, ער רופט מיר נישט דוקא בעטן דאס געלט נאר ער פרעגט סתם וואס איז נייעס און אינאיינוועגס פרעגט ער וואס די פינאנציעלע מצב איז, ער גייט אויך צו מיין שוואגער און בעט אים געלט אויף די חשבון פון מיין חוב און דאן קאלט ער מיר אן און ער זאגט מיר מיט שמחה אז מיין שוואגער האט אים געגעבן כך וכך און די חוב האט גענידערט, ווען איך זאג אים אז ער זאל מיר נישט טון די סארט טובות ווערט ער באליידיגט.

די צוויי צדדים זענען ווי פאלגענד:

ער איז זייער א גוטער מענטש וואס מיינט נאר מיין טובה און עס לוינט זיך צו אנהאלטן א פארבינדונג.
ער איז א קאנטראל פריק און ער שפירט א שליטה אויף מיר און אויף מיין לעבן ווייל איך קום אים געלט און איך זאל אפהאקן ווי פריער מיט אים.

בכעסו:

איך זיץ מיט מיין חבר אין קאר, עס איז ניין דרייסיג און מיר רייכערן אנגענעם נאך א טאג ארבעט, עפעס א מענטש וואס איז געפארקט הינטער אונזער קאר גיבט א קלאפ אויפן פענסטער, ער בעט אז מיין חבר זאל אביסל ארויפפארן ווייל ער קען נישט ארויסקומען פון זיין ספאט.

מיין חבר פארט ארויף און מיר פארברענגען ווייטער, אבער דער יעניגער לאזט נישט נאך און ער בעט נאך א טראפ ארויפצופארן כדי אז ער זאל קענען גרינגער גיין, מיין חבר גיבט אים נאך, ווען מיר ענדיגן דעם ציגארעטל גייען מיר אריין אין ביהמ"ד דאווענען מעריב, מיר זעען צעטלעך אויף די פענסטערס.

א דרייוועי אייגנטימער האט זיך אויפגערעגט און אנגעקלעבט די פענסטערס מיט נאו פארקינג סטיקערס.

מיין חבר ווערט אין כעס און הייבט אן שעלטן כזקן ורגיל מיט אלע סארט קללות אויף יעדע מין שפראך וואס ער קען, ער לויפט צו צום קאר פון דעם דרייוועי אייגנטומער און ברעכט אראפ די ווייפערס מיט כעס, דאן פוצט ער אפ פון שטח ווען עס קומט נאך רויעך פון זיינע אויערן.

די צוויי צדדים זענען ווי פאלגענד:

ער איז א וואוילער מענטש וואס איז ארויס פון די כלים ווי יעדע געזונטע מענטש קען אמאל.
ער איז א צערודערטער משוגענער, מען פירט זיך נישט אויף אזוי.

דאס זענען די משלים און איך וואלט געוואלט וויסן וואס דער עולם האלט… אלע געשיכטעס זענען באזירט אויף פאסירונגען וואס מיר אלע האבן שוין מיטגעהאלטן פונדערנאנט אדער פונדערווייט.
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 252
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 239 מאל

הודעהדורך הדסים » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 5:07 pm

די ערשטע פאל בין איך נישט זיכער, אבער די צווייטע און דריטע מיין איך זענען זענען היבש נישט געזונט. קענסט מיר בעסער מסביר זיין די סברה אויף יא נארמאל?
באניצער אוואטאר
הדסים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 132
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 99 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 5:43 pm

די צווייטע פאל איז זייער מעגליך אז ער האט א גוטע הארץ און ער מיינט באמת מיין טובה, (כ'גיי נישט אריין אין די פועל יוצא צו איך בין באקוועם דערמיט אדער נישט) איך האב א ספק צו עס איז א מחלה אדער א טעות.

די לעצטע פאל רעדט מען פון א גוטע מענטש וואס האט צוליב גוטסקייט זיך אריינגערוקט בטעות אין א צווייטנס פארקינג ספאט, איז עס נארמאל צו ארויסגיין פון די כלים נאכן ווערן ב'עוול'ט?
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 252
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 239 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 9:03 pm

הנלענ"ד:
די ערשטע פאל איז ביידע צדדים אמת. ער ליידט פון עפעס וואס כמעט יעדער ליידט, נעמליך חוסר אנערקענונג. ניכטערערהייט פאסט איהם דאס נישט צו שנארן.

די צווייטע פאל איז תלוי אין אנדערע פאקטארן, למשל מעגליך ער האט דיר ברוב טיבו פארבארגט שווער אנגעהארעוועטע אוועקגעלייגטע געלטער, און ער איז פשוט נערוועז ווען ער וועט דאס צוריקזעהן. מעגליך אנדערע ערפאהרונגען האבן איהם געלערנט אז אויב מען שטייט נישט דערויף די גאנצע צייט זעהט מען עס נישט אזוי שנעל צוריק.

די דריטע פאל זאל מוחל זיין און לערנען דעם פסוק לא תקום און לא תגנוב און גנות הכעס.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1813 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1799 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 10:07 pm

ריכטיג האט געשריבן:די צווייטע פאל איז תלוי אין אנדערע פאקטארן, למשל מעגליך ער האט דיר ברוב טיבו פארבארגט שווער אנגעהארעוועטע אוועקגעלייגטע געלטער, און ער איז פשוט נערוועז ווען ער וועט דאס צוריקזעהן. מעגליך אנדערע ערפאהרונגען האבן איהם געלערנט אז אויב מען שטייט נישט דערויף די גאנצע צייט זעהט מען עס נישט אזוי שנעל צוריק.

די דריטע פאל זאל מוחל זיין און לערנען דעם פסוק לא תקום און לא תגנוב און גנות הכעס.


ביים צווייטן פאל האט ער געטון א גענצליך אומגעבעטענע טובה ביטע פארגעס נישט.

די דריטע פאל איז א שאלה אין מענטשליכקייט, נישט אין הלכה, וואס טוט געווענליך א מענטש אין אזא פאל? איז עס א אנגענומענע הנהגה?
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 252
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 239 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 12:30 am

אין דעם 'אדם ניכר' זענען פארהאן צענדליגער דרגות, ס'איז קלאר נישט שווארץ און ווייס, יא אדער ניין.

די ערשטע פאל פון בכוסו, איז ער א הייליגע נשמה. א גוי ווען ער טרונקט וויל ער הרג'נען מענטשן, ברעכן פענסטער און שיסן זיין שונא צום טויט. א איד להבדיל האט ליב אנדערע, ער בענטשט און קושט, בעט זיך איבער מיט שונאים, וכו' נאר גראדע האט ער א פאני מהלך וויאזוי ער טוט עס.

די צווייטער פאל 'בכיסו' האט אויך אן אינטערעסאנטע נאטור (מוז נישט זיין, מעגליך אז ער איז טאקע א משוגענער, אבער אויך מעגליך אזוי), נעקסט טיים זאג אים קלאר, איך דארף נישט פון דיר גארנישט, נאר אויב דו גייסט נישט צו קיינעם רעדן דערוועגן.

די דריטע פאל איז אויך א שווערע פאל פון כעס. כעס האט טויזנטער דרגות, יעדער ווערט גערעגט פון עפעס אנדערש. איינער וואס ווערט נישט גערעגט ווען מ'ווארפט אים ארויס פון פענסטער 7 שטאק אראפ איז א צדיק הדור און איינער וואס ווערט גערעגט ווען די סאפער איז נישט גרייט אויף די סקונדע איז א רשע מרושע. אינצווישן איז דא גאר אסאך דרגות און יעדער מענטש דארף ארבעטן אנצוקומען ווי העכער.

הכלל, גארנישט איז נישט שווארץ און ווייס, נארמאל אדער משוגע.

בכלל איז גוט צו וויסן, נארמאל איז איין עקסטרעם, משוגע איז די צווייטע עקסטרעם. ס'איז דא מיליאנען דרגות אינצווישן...

נאך א זאך, הוי דן את 'כל אדם' לכך זכות, און אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו - און דו גייסט קיינמאל נישט אנקומען צו יענעמ'ס פלאץ אים צו קענען פארשטיין.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2107
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1081 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1301 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 12:48 am

שטארק געזאגט
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 252
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 239 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 1:45 am

די ערשטע צוויי זענען מענטשן וואס פעלט זיי עמפאטיע, פארשטייען נישט אנדערע מענטשן וויאזוי זיי פילן, און טוהן זאכן וואס שטערן אנדערע אהן פארשטיין אז זיי גייען אויף די נערווען.
עס איז דא מענטשן וואס קענען דערהייבן דער סארט, און אנדערע וואס נישט, עס ווענד זיך אין דער אייגענע מאס עמפאטיע.

דער לעצטער ליידט אויף פארלוירענקייט, ער ווערט פארלוירן און בשעת ער ווערט פארלוירן און פין דעם אין כעס, טוט ער זאכן וואס ער אליין האט חרטה שפעטער, און קען צו זיך נישט קומען נאכדעם. טאמער ער וויל גיין צו טעראפיע, וועט עס אים אסאך העלפען, ַַ טאמער נישט דארף ער זיך לערנען אז ווען ער ווערט פארלוירן זאל ער פרירען און נישט רעדן אדער טוהן א ווארט, אזוי וועט ער נישט חרטה האבן שפעטער. מען האט קיינמאל נישט חרטה פאר נישט זאגן נישט טוהן משוגענע זאכן אהן דעת.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1884
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1000 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: berlbalaguleh, Majestic-12 [Bot] און 3 געסט