כו' אב vs כ"א אדר / ג' אייר

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

כו' אב vs כ"א אדר / ג' אייר

הודעהדורך ווייל אזוי » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:31 pm

א סאטמארע בין איך נישט, אזוי אז ס'מיר נאכקיינמאל נישט אנגעקומען צו זיין כ"ו אב אין קרית יואל, אבער היי יאר האט מיר א חבר געשלעפט, אזוי אז איך בין צום ערשטן מאל געווען דארט ביים יארצייט פון סאטמארען רבי'ן.

אלץ איינער וואס איז שוין געווען ג' אייר אין קערעסטיר, כ"א אדר אין ליזענסק און ל"ג בעומר אין מירון האב איך מיך געראכטן אויף אביסל בעסערע אויפנאמע איז לאמיר עס צולייגן אויף קליין געלט.

פארקינג איז געווען גאנץ מסודר די סעקיוריטי האט פיין קאנטראלט און אונז אריינגעשיקט ביי די לעצטע פארקינג, יעצט ארויפשלעפענדיג זיך דעם בארג קוקט עס אויס ווי א צדקה שאו, קודם דארף מען קויפן די קרן הלבשה ראפעל, נאכדעם שטייט איינער נאך געלט צו באגראבן עצמות אין אומאן, ווייטער הערן מיר שרייען "שטיצט דעם רבינ'ס כולל אין מאנסי", קרן הצלה, אבני חסד ווען אינציווישן ווארפט איינער אריין א תהילם פון כולל חצות מיט די רבי'ס תהלים, לחירות קאמפיינט פאר אידן אין שפיטעלער, און שיעור ד' איז אויך נישט אוועקצומאכן.

ענדליך מ'ענדיגט שוין דורך גיין די אלע טענטס קומט אן צום טענט פון שיטה הקדושה און מ'וואקט ווייטער שטייען אלע חתנים מיט ווייס איך ווער נאך אויסגעשטרעקט מיט די הענט ווען מ'זאל ווען געבן פאר יעדן נאר א דאלער דארף מען האבן אן ערך פון 300 דאלער.

שוין ענדליך מ'קומט שוין אן צום ציון איך וויל צינדן א ליכט לעילו נשמת שטייט אין גרויס 15 צענט א ליכט קודם האב איך געמיינט אז ס'איז א וויץ אבער ניין זאגט מען מיר אז די ליכט קאסט טאקע 15 צענט, אנפרעגענדיג איינעם זאגט ער מיר אז דער וואס לייגט די לעכט זאגט אז דאס איז זיין אינקאם און מ'קען עס נישט אוועקנעמען פון איהם.

אפגעזאגט אביסל תהילם גיי איך אראפ דעם בארג און מ'בעט ווייטער געלט און איך גיי אראפ, יעצט זיך איך א בית הכסא אנקומענדיג אונטן זעה איך אז איך בין נישט דער איינציגסטע צו גיין אין בית הכסא נאר ס'איז דא א לאנגע ליין וואס ווארט צו גיין, איך שטעל מיך אין די שורה, איך באמערק גראדע עפעס א ווי איי פי טא גא טוילעט אבער ס'ארבעט נישט, ענדליך איז מיין פלאץ אנגעקומען און איך גיי אין בית הכסא.

ארויס קומענדיג פון בית הכסא זעה איך אז ס'שטעלט זיך א מנין מעריב, האב איך מיך צוגעשטעלט.

יעצט זיך איך עפעס אינמויל צונעמען, אביסל קאקיס מיט סעלטצער איז געווען, ניטאמאל קאווע האב איך געזעהן. ארויפציער איז געווען עפעס א טענט "חדר אוכל" דא בין איך געווען זיכער אז איך גיי מיך וואשן צו א סעודה כסעודת שלמה בשעתו נוסח סאטמאר, אבער אנשטאט דעם זעה איך אז מ'טיילט טשאלענט (מאנטאג נאכט) אין א 6 אינטש קליינע טעלער אן קיין טרינקען, אזוי אז איך בין הונגעריג געבליבן, דער בחור דארט קומט צו און פרעגט אויב איך וויל מיך משתתף זיין איך האב איהם געוואלט זאגן אז פאר א 9 אינטש פלעיט וועל איך מיך משתתף זיין.

אהיים פארענדיג פון מאנרא שמועס איך איבער מיט מיין חבר וויאזוי כ"א אדר אין ליזענסק קוקט אויס וואס דארט איז עס ישראלים וואס ווייסן נישט אזויווי די סאטמארע צוצושטעלן.

אין ליזענסק טוט זיך גאנצעטע טרעילארס מיט טוילעטס, טענטס פאר מנינים, היכל התורה, גרויסע חדר אוכל מיט נארמאלע עסן געלט גייערס אויף א נארמאלע אופן.

אין קערעסטיר דארט טוט זיך שוין א גאנצע 5 קארס מיעל מיט שאטעלס ס'וואלגערט זיך לעכט בחינם און וואס נישט.

ל"ג בעומר אין מירון האט יעדע טענט עפעס יניק צו טיילן בקיצור אזוי טראכענדיג איז געבליבן אז איך העל אפשרייבן מיין געפילן.

איך פארשטיי אז קיין קרית יואל איז מען נישט אזוי אונטערוועגנס אזוי ווי אין יוראפ, אבער אויף דעם האב איך מיך נישט געראכטן.

די עיקר איז מ'זאל האבן געפוילט אלעס גוטס.
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 299
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 10:34 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 368 מאל

הודעהדורך אייז קריעם » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 3:15 pm

קיינעם רעאגירט נישט....עס דרייען זיך דא בלויז סאטמערע יודן...

איך בין געווען איין מאל, 17 יאר צוריק, און איך האב געהאט א לייטישן סעודה. איך בין ציגעפארן הערן ר' אהרן'ס דרשה, איך קען אייך נאר זאגן אז ער האט נישט דיסעפוינטעד...
One who does not see G-d everywhere does not see him anywhere
  –The Rebbe of Kotzk
אייז קריעם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

Re: כו' אב vs כ"א אדר / ג' אייר

הודעהדורך צפור בודד » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 11:12 pm

איך בין ווייט פון א סאטמארער אבער נעבעך א איד גייט זיך משתטח זיין אויף א קבר פון א צדיק און באקומט נישט א סעודה'לע און ער רעדט זיך אפ. שומו שמים. #ערשטע וועלט צרות

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
צפור בודד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 102 מאל

Re: כו' אב vs כ"א אדר / ג' אייר

הודעהדורך אלטער_איד » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 1:22 am

די חיליק איז אויך אז ביי די אנדערע פלעצער קומט מען פון ווייט און מען איז אויסגעהינגערט. און אויך בלייבט מען פאר א לענגערע צייט א.ד.ג.

Sent from my BBB100-1 using Tapatalk
באניצער אוואטאר
אלטער_איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2018 1:15 am
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

הודעהדורך אדונינו » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 1:38 am

איך פארשטיי זייער גוט זיין ווייטאג, אין סאטמאר רעדט מען א גאנצע טאג פון די ברייטקייט און צוגעשטעלטקייט, כאילו זיי שטעלן עפעס צו, חוץ פון פּאנטש מיט באנדלעך, זענען זיי פונקט ווי עני אנדערע פּלאץ.
אדונינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 334
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 138 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 199 מאל

Re: כו' אב vs כ"א אדר / ג' אייר

הודעהדורך אונטער חכם » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 1:00 am

דאכט זיך אז אין די ישיבה על קברו איז דא צוגעשטעלט עסן געהעריג.
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 593 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 6:29 am

אדונינו האט געשריבן:איך פארשטיי זייער גוט זיין ווייטאג, אין סאטמאר רעדט מען א גאנצע טאג פון די ברייטקייט און צוגעשטעלטקייט, כאילו זיי שטעלן עפעס צו, חוץ פון פּאנטש מיט באנדלעך, זענען זיי פונקט ווי עני אנדערע פּלאץ.

יאפ, די ווייטאג איז אומבאשרייבליך, די פעין אז סאטמאר רעדט פון עסן איז עד לב השמים. מי ירפא לך.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2063
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1058 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1280 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 6:34 am

אז איינער וויל וויסן דעם אמת אין קורצן, סאטמאר איז געווען די ערשטע צוצושטעלן עסן, ביים יארצייט, און איבעראל מיט א ברייטקייט. שלא יחסר המזג. אבער זינט די קערעסטירער פרעס האט זיך פארשפרייט פון אומאן, קערעסטיר, ליזענסק לכל העולם כולו, קען זיך סאטמאר נישט פארמעסטן מיט דעם. ניין, סאטמאר האט קיינמאל נישט פארקויפט אז זיי טיילן בהמה פלייש אין מאנרא. מען געט טועם צו זיין מיט א ברייט הארץ ווי שטענדיג נאר נישט קיין פרעס.

איך בין נייגעריג וויפיל וויזניץ בני ברק און בעלזא ירושלים שטעלן צו ביומא דהילולא אויפן בית החיים.

לגבי די לעכט פארשטייסטו אויך אז א איד גייט פארלירן פרנסה צוליב דעם וואס מ'גייט טיילן בחינם. א איד'ס פרמסה קומט פאר אלעם.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2063
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1058 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1280 מאל

הודעהדורך yerushalmi » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 9:33 am

איסר האטלקי האט געשריבן:אז איינער וויל וויסן דעם אמת אין קורצן, סאטמאר איז געווען די ערשטע צוצושטעלן עסן, ביים יארצייט, און איבעראל מיט א ברייטקייט. שלא יחסר המזג. אבער זינט די קערעסטירער פרעס האט זיך פארשפרייט פון אומאן, קערעסטיר, ליזענסק לכל העולם כולו, קען זיך סאטמאר נישט פארמעסטן מיט דעם. ניין, סאטמאר האט קיינמאל נישט פארקויפט אז זיי טיילן בהמה פלייש אין מאנרא. מען געט טועם צו זיין מיט א ברייט הארץ ווי שטענדיג נאר נישט קיין פרעס.

איך בין נייגעריג וויפיל וויזניץ בני ברק און בעלזא ירושלים שטעלן צו ביומא דהילולא אויפן בית החיים.

לגבי די לעכט פארשטייסטו אויך אז א איד גייט פארלירן פרנסה צוליב דעם וואס מ'גייט טיילן בחינם. א איד'ס פרמסה קומט פאר אלעם.

זאלן זיי מוחל זיין און טרעפן א נדבן פאר די ליכט און געבן פאר די איד וואס גייט נעבעך פארלירן וויפיל ער פלעגט פארדינען, און די עולם וואס קומט זאל האבען ליכט בחינם, אויף אלעם קען מען טרעפן א נדבן נאר נישט פאר די איד מיט די ליכט :?:
yerushalmi
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 60
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 24, 2019 6:28 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

Re: כו' אב vs כ"א אדר / ג' אייר

הודעהדורך אלטער_איד » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 1:34 pm

אין טאהש איז אויך דא איד וואס פארקויפט לעכט. און אין ביהמ"ד צאלט מען טאקע פאר לעכט. אבער ביים ציון קאסט קיינמאל נישט די טרעוועל לעכט. נאר די גרעסערע. איך ווייב נישט צו ער באצאלט עס אליין. אדער עס איז דא א נדבן..

Sent from my BBB100-1 using Tapatalk
באניצער אוואטאר
אלטער_איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2018 1:15 am
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 6 געסט