אויך מיר א וואקאציע!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

אויך מיר א וואקאציע!

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 10:52 am

פארן אויף וואקאציע איז קיינמאל נישט קיין גרינגע זאך. און צומאל אויך נישט ביליג. ווי אויך ווענדט זיך וואו אהין און וואו ווייט מ'פארט און נאך אנדערע גורמים, למשל ווי די ציבור פארט, אמאל איז געווען מייאמע און היינט איז עס וועסט פאם, וכהנה נאך חשבונות צו ס'פאסט צו נישט. אבער ווי נישט ווי, איז עס גאר א געשמאקע זאך, די צוגרייטונגן איז געשמאק, און אפילו די רייזע פיבער און אלעס ארום. כ'מיין נישט יעצט אזא מין וואקאציע וואו מ'פארט מיט א פליגער דייקא צו די עקזאטעק מרחקים, ווי אויך מיין איך נישט יעצט פון פארן צו די קאנטריס, די רעדע דא איז נאר פון א ריכטיגע וואקאציע וואס מ'פארט מיט די פאמיליע אינאיינעם פאר א וואך צוויי, פונקט אזוי ווי ס'איינגעפירט אין יוראפ, א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט פארברענגט מען מיטן ווייב און קינדער, ווען גארנישט עקזיסטירט אויסער די פאמיליע. פיזיש אויסגערוהט קומט מען בכלל נישט צוריק פון אזא וואקאציע, ס'דאך נישט ווי פארן אין די קאנטרי וואו די משפחה רוהט זיך אויס, איבערהויפט דער מאן וואס זיצט א גאנצע וואך אין שטאט אהן די בני בית און קומט ארויס סוף וואך פיין אויסגערוהט. אבער מענטאליש און עמאציאנאליש רוהט מען זיך גאר גוט אויס, און געווענליך איז עס נישט צו טייער אויך נישט.

הייבן הייבט זיך עס אהן, ביי אינזער חיים יענקל'ן, ווען מ'גרייט צו אלע פיינע עסן וואס יעדע קינד און ערוואקסענער האבן ליעב. גענוג קליידער אהן ברויכן ביזי זיין מיט וואשן, ווי אויך שפילצייגן פאר די קינדער אז זיי זאלן האבן מיט וואס צו זיין פארנומען ווען מ'פארט פון איין פלאץ צום צווייטן, און אויך ביינאכט און שבת ווען מ'נעכטיגט איבער.

ס'קומט די פרימארגן פונעם לאנג אפגעווארטעטע טאג, יעדער איז שוין גאר עקסיידעט, מ'שלעפט ארויס דעם גרויסן שרייעדיגען רויט'ן אייז קאסטן וואס פארט אויף רעדלעך, און מ'הויבט אן צו פאקן מיט א סדר. די פרישע וועקיומד געפאקטע פליישן פון די סטעיק ביז די טשיקן פליגעלעך מיט באפעלא סאוס, אלס מארינירט שוין העכער א מעסלעס גרייט אויף צלי אש. אודאי נישט פארגעסען די פרישע רודן קאקאש קעיק מיט די הארטע רינדלען פון אויבן, וואס מ'לייגט מען ס'לעצטע כדי נישט צו צברעכן די ראפאגאש חלק, און אויך די געפרוירענע בראוני פון דערמיט. פאר די מיליכעגע סחורה איז פארהאן אן עקסטערע אייז קאסטן, ס'זאל נישט ארויס קומען קיין מכשולים. פרוכט און וועדזעטעיבעלס קען מען באקומען אויפן וועג, און צו טרינקן איז דא אין די גאז סטאנציעס. נאשערייען האט מען שוין באקומען גענוג און נאך פון באבי און זיידי.

דער טלית ותפילין ליגט שוין אין קאר נאך פון אינדערפרי. יעצט קומט ס'ווייב צו לויפן מיטן שטריימל, אבער אונזער חיים יענקל איז עפעס נישט צופרידן צוגיין מיטן שטריימל אין דער פרעמד, אויב קיינער גייט נישט דארט מיטן שטריימל, וואס זאל איך זיין אנדערש?? אבער ס'ווייב לאזט נישט נאך, אפשר איינער וועם אינז קענען גייט אויך דארט זיין, איינער פון אינזערע שכנים, אפשר גאר אסתי (א באקאנטע יענטע אין שטאט) מיט איר מאן גייען אויך דארט זיין, און נאך דאס פעהלט מיר אויס אסתי זאל זעהן ווי דו גייסט שבת אהנע שטריימל, וואס וועט זיין מיט שידוכים??? שוין, ס'ווערט עם גוט ווען ער הערט נאר דעם נאמען אסתי, אקעי זאגט ער פארן ווייב, פאק עס מיט, מ'פארט דאך נאר מיט די קאר סייווי. בלויז די געבלימטע טיש בעקיטשע מיט א שווים הויז קומט יא מיט, אבער ווייסע זאקן לאזט מען אינדערהיים. איי אסתי?? ס'נישט דאך אזא גרויסע עבירה ווי די נישט טראגן די שטריימל.
טלית איז גענוג די וואכעדיגע, אסתי דרייט זיך ב"ה נישט ביי די מענער, און ביזדערווייל ווייסט נאך נישט די סוד פון יא אדער נישט זיבען רייעדיגע עטרה.

מאמי מיט די מיידלעך זענען פארנומען אפשאצן וועלעכע קלייד קומט מיט, ווען טוט מען אן וואס. אין דער פרעמד ברויך מען נישט אזוי שטארק מעטשען וואו אין שטאט, אבער פאר א חשש עינא בישא אז מ'קען אנטרעפן אסתי, אדער עפעס אנאנדערע יענטע, מוז מען דאך פארט זיך רעכענען. מ'מוז דאך קענען טוהן באלעבאטישע שידוכים, וואו נישט וואו חני איז שוין אין די יארן, און מ'וויל זיך נישט דארפן רייסן די האר פון קאפ שפעטער. מילא איז טאקע סאך בעסער יעצט צוצולייגן קאפ אז די טאפס מיט שעלס, סקוירטס מיט די לעכטיגע קאלירטע סניקערס, (זומער אינדרויסן פון שטאט מעג מען גיין אין סניקערס) זאלן הינדערט פארצענט שטימן. אבער די אינגעלישע קליידונג קען מען יוצא זיין בדיעבד, אפילו ס'שטימט נאר דרייסיג פארצענט, וואו נישט זענען זיי נאך אינג, און מ'אידאך אינדרויסן פון שטאט, און ס'נאך זומער אויך, און סייווי איינמאל מ'האט באמיצווע טוט מען אן די חרדישע יוניפארם און אלעס מעטשט במילא, שווארץ סוט אינדערוואכן, און בלויע פאר שבת. יעדע פאר סעקונדעס הערט מען ארויסשרייען פון ווייבער שול, חני, טעיק דיס שעל טו, היר איז אנאטער שעל, סליפס מיט שעלס האלבע גאנצע, איסכסיא ואיתגליא, קעפ טאפס, מיט נאך שמות הנרדפים, וואס פאר יעדן רעכט דענקעדיגן יונגערמאן הערט זיך גאר ווי פראנצויזיש.

חיים יענקל האט שוין אנגעפאקט זיינע פאר זאכן און הייבט יאגן די ווייבער שול, שנעלער! עטס האטס דאס אלעס געקענט פאקן נעכטן און אייערנעכטן, פארוואס דערמאנט מען זיך אייביג די לעצטע מינוט? אלעמאל מוז מען ארויספארן די לעצטע מינוט, און נאכדעם ווען מ'קומט נישט אן וואו מ'האט געפלאנט, ווארפט מען די שולד אויף מיר. ביזט געזיצן צו לאנג אין טוילעט! ביזט ביזי געווען וואטסעפפן און רעדן אויפן טעלעפאון! שוין צומאכן די קיפערטן! אפטעיפן אלע באקסעס! שרייט חיים יענקל, כ'ווארט נישט נאך איין מינוט, דאס איז עס! אז מ'וויל פארן אויף וואקאציע, מוז עס זיין שוין! מאמי זאגט אקעי, אבער פארוואס מיזטו זיך יעדעס מאל פאר מ'פארט ארויס אויף וואקאציע זיך רעגן? פארוואס מוזן אינז אייביג אנהויבן די וואקאציע מיט א ביטערע נאכטעם??

אקעי, אלעס שטייט שוין גרייט, מ'פירט ארויס אלעס אויפן גאס, גרייט צו מסדר זיין אלעס זאל ליגן אויף זיין פלאץ אין טראנק. די אכילה זאל ליגן נעבן די רייזענדע אז אויב טאטי גלוסט זיך עפעס אן אין מיטן דרייוון, זאל אלעס קענען דעליווערט ווערט זאפארט! די וועש מיט די איבעריגע קיפערטן פון הינטן. חיים יענקל שטייט דארט ווי אן ארכיטעקט אויסחשבונענדיג וואס גייט וואו אז ס'זאל נישט זיין קיין איין אינטש נישט געניצט. דאס גייט אן אזוי א שטיק צייט, מ'פאקט אריין מ'ציעט צוריק ארויס, אבער ביני לביני באקט די זון אריין אין רוקן און אט קוקט שוין אלעס אויס פערטיג. בום! ס'בעסטע קינד האט מען פארגעסן, דעם סימבאלישן רויטען אייז באקס! אודך, מ'הייבט נאכאמאל אן, מ'ריקט אהער מ'שטיפט אריין מיט כוח, אבער די זון לאזט נישט נאך די היצן, די בגד עליון מיטן בגד תחתון מיט דער טלית קטן אינדערמיט ווערט אלעס איין מקשה אחת. די גוף נעמט קראצן און חיים יענקל שוויצט אוועק ווי דער שיבער פארן תנור ראשון ערב פסח, די אינערליכע טעמפאראטור פארט ארויף ווי די ראקעט צום לבנה, און אט וויל ער אויסשרייען די באקאנטע קפיטלעך פון שי"ט און ק"פ. אבער, דוקא יעצט דערמאנט ער זיך ווי ער האט זיך אזוי ציטערדיגערהייט, מיט אן אראפגעצויגענעם טלית גדול, פארגענומען ביים ר"ח בענטשן פון "אלול בא" נישט זיך צו באנוצן מיט אט די הויכע הייליגע סגולה שמות, וואס ווער נאר ס'פארשטייט די טיפקייט דערפון מעג זיך באנוצן דערמיט. אבער דער נסיון איז אומגעהויער גרויס, און דער שטן לאזט נישט נאך, ער שפירט ממש אז מיט קאפיטל שי"ט וועט ער עם ארלעידגן ביז נאכן וואקאציע. איין באקס וואסי שוין היפש צוקוועטשט פיט נישט אריין, און מאמי קומט נאך צו לויפן מיט נאך אפאר שאפינג בעגס אנגעפילט מיט נאך קליידער, אזוי נישמיר נישדיר פון הינטען אריין געשמוגעלט טאטי זאל עס חאסוועשולעם נישט באמערקן.
נו, ס'ווערט באדעקט פון אויבן מיט פרישע געבעקס און פיין. חיים יענקלן ווערט גוט, נאך זאכן!!! וויפיל איז די שיעור?!?! מ'פארט עפיס פאר ניין וואכן אין קאנטרי?? מ'פארט דא פאר סך הכל צען טאג! חיים יענקל זעהט די פיינע פרישע געבעקס פון אויבן און ס'לאנדעט א באהאלטענעם שמייכל, האבענדיג אז ס'ווייב זיינער זאל עס נאר נישט זעהן.

פיינעלי אלעס איז שוין אריינגעקוועטשט, נסי ניסים וויזווי דאס איז אריין, מ'מאכט צו דעם טראנק, מ'האקט עס גוט צו מיט די צוויי הענט ווייל דער אטאמאטישע קנעפל ארבייט נישט מחמת די אנגעשטאפטקייט. אפאר חצופהדיגע אומצניעותדיגע לאנגע ניישלאס'ס דאסטערס שטעקן זיך נאכאלץ ארויס און מ'פרובירט נאכאמאל צופארהאקן דעם טראנק, אויס מורא אז ס'וועט אנזייען אומאיידעלע מחשבות און ויסעו!

יעדער זיצט שוין אינעם מיניווען, עירקאנדישן ארבייט אמחי'. מ'פארט שוין אפאר גאסן און כמעט אין הייוועי אריין, און יעדער איז עקסיידעט מ'נעמט אפיר די אטלאס מיט די מעפס און מ'הייבט אן ארום טענה'ן וואו ס'לוינט זיך צו גיין ערשט וואו מ'זאל נעכטיגן יעדן נאכט. און... לאה'לע גיבט א האק מיט די פוס יוש!! כ'האב עפעס פארגעסן, די לענסעס! נאפ זאגט טאטי מ'גייט נישט צוריק! צוואת רבי יהודה החסיד. אינמיטן באקמערט ער ווי ס'ווייב בייסט זיך די ליפן, וואס איז יעצט פרעגט ער. זאגט זי, אז זי האט פארגעסן די פריש געבאקענע בארכעסלעך, ס'ווערט עם גוט, און הייבט צו ווערן אנגעצויגן. פארוואס קענסטו נישט געדענקן אלעס מיט צו נעמען? נעקסטיים מאך דיר א ליסטע, טשעק עס דורך פינקטלעך, זיי נישט ביזי מיטן רופן אלע יענטעס פון שטאט זיך געזעגענן, און האב דעם קאפ אויפן פלאץ! שוין ארויסגעפארן און מ'דרייט זיך שוין צוריק? אויך מיר א וועקעשן.


והנה, מ'הויבט פארן אינעם הייוועי,קוים אפגעפארן א דרייסיג מייל, און אט! ס'הייבט זיך אן. פנחס איז זייער דארשטיג און מוז שוין האבן וואסער, ווען סטאפט מען שוין אין א געז סטעישן?? האסט געזאגט אינדערהיים אז וואסער וועט מען קויפן אין א געז סטעישן, וואו אישוין דער געז סטעישן?? ער לאזט נישט נאך, זיין קול גייט העכער און העכער. בלית ברירה סטאפט מען אריין אינעם געז סטעישן, וואו מ'קויפט א גאנצן שאכטל פון פיר און צוואנציג שטיק פאר גאנצע פיר און האלב טולער, זאגט אן אז דאס ברויך זיין גענוג פאר א גאנצן וועג, און ביז די געז ניצט זיך נישט אויס איז נישטא קיין געסטאפעכטס.
וואס דער חיים יענקל האט אבער נישט געוויסט איז אז די שאכטל פון פיר און צוואנציג פלעשעלעך וואסער איז אן אינוועסטמענט פאר פיר און צוואנציג קטונתיס אין נאך פיר און צוואנציג קומענדיגע געז סטעשאנס.

אקעי חברה מ'גייט צאלן. אבער טאטי שרייט דער קליינע משה'לע, כ'זעה דא א קליינע קארעלע וואס כ'זוך שוין אזוי לאנג ביי טויס פאר יו, און קיינער האט עס נישט, ס'קאסט נאר איין דאללאר. חזקי' קומט צו לויפן מיט א באר טשאקאלאד וואס הצלחה גראסערי פארקויפט אויך און ער וויל עס זייער שטארק. אבער טאטי ווערט אנגעצויגן און הויבט אן בייזערען, מאמי! נעם צאם אלע קינדער און לאמיר פארן ווייטער, ווייל מ'וועט דא קיינמאל נישט ענדיגן. מאמי איז פארטיפט צווישן די פאוסט קארדס, זי האלט שוין א טוץ און זוכט נאך. בייזערט זיך חיים יענקל, אלץ ביזטו ביזי צו שיקן יעדן איינעם פאסט קארדס מיט לעכטעלעך, זיי שיקן דיר אמאל צוריק?? אייביג מיזטו זיין דער שיקער??? הער שוין אויף מיט די שטותים און קום שוין. אבער טאטי, לאזט נישט נאך חזקי און בעט נאר די טשאקאלעד. ניין די טשאקאלאד איז נישט כשר, ס'א גויאישע געז סטעשן! אבער איך האב איינמאל געזען טאטי עס עסן!

חיים יענקל שטורעמט צוריק אריין אין קאר און לאזט איבער אלע קינדער ארום טאנצן דארט אין געז סטעישן אויף מאמיס קאפ, ביז דער געשעפט אייגענטומער איז שוין געווארן נערוועז, און אנגעהויבן קוקן שטרענג. שוין, מאמי מיט אלע קינדער זענען צוריק אין קאר. אזוי האט זיך עס געשלעפט פון איין רעסט עריע ביזן אנדערן. טאטי האט געהאלטן און איין בייזערן, און מאמי איז ביזי געווען קאלעקטן פאוסט קארדס מיט מיניטשורס. פיינעלי איז צוגעפאלן די נאכט און מ'האט אנגעהויבן רעדן פון נעכטיגן. דער ארגינעלע פלאן איז געווען צו נעכטיגן אין ווירדזיניע, אבער אזוי ווי מ'האט געמאכט צופיל סטאפס קען מען נאר נעכטיגן אין ניו דזשערסי. דא האט זיך אנגעהויבן א פראטעסט פון די גרויסע ביז די קליינע, ניו דזשערסי?! נעה! וואס איז עס אינטערעסאנט?? מאמי הויבט אויך אן צו טענה'ן אז אפשר קען מען דרייוון כאטשיג נאך א שעה און נעכטיגן אין מערילענד, כדי מאכן עס אינטערעסאנט פאר די קינדער, ביג דיעל נאך א שעה דרייוון. דא טאנצט חיים יענקל אויף, נאך א שעה דרייוון?! נעקסטיים זיי נישט ביזי ביי יעדע רעסט עריע סטאפ מיט דיינע שטותים, פאוסט קארדס שמאוסט קארדס, פאר דעם יענטע און יענעם יענטע, אייביג מיזטו זיין דער שטאטס שיקער, כ'דרייוו נישט ווייטער און דאס איז עס! ווי אויף צו להכעיס ווערען די קולות אין קאר העכער און העכער. יעדער ווארפט די שולד אויפן צווייטן, דער איז שולדיג יענער איז שולדיג. אבער מאמי איז אויפגעקומען מיט אן אייזערנעם פלאן צו בארואיגן יעדן, קינדערלעך! ס'מיר בייגעפאלן א גוטס, לאמיר טאקע דא נעכטיגן היינט ביינאכט, און מארגן גיי איך הייסן טאטי צו סטאפן אין א ריזיגע אוטלעט מאלל דא נישט ווייט, און יעדער וועט קענען קויפן שיינע זאכן. פאר חיים יענקל איז שנעל פינסטער געווארן, שוין פריש געלט אויסגעבן, פריש שמאטעס און לאטעס מיין ליבער גאט! ברימט ער זיך אינטער. נאפ הי' לא תהיה, כ'בין נישט געקומען וועקעשענן צו מאללס, דאס האב איך א גאנץ יאר אויך. ער גיבט א ריק אריין דעם שטעקן אויף דרייוו און הויבט אן פארן אזוי פאר צוויי שעה אן אויפהער. פון איין זייט האט יעדער אפגעאטעמט, אבי נישט נעכטיגן אין ניו דזשערסי, אבער די ווייבער שול האט עס ווייט נישט געשמעקט, פאר זיי איז אסאך א גרעסערע וועקעשן ווען מ'קען שפענדן געלט פאר שטותים און אנטרייען קליידער, אפילו מקויפט עס עכט נישט. און אז מ'קויפט יא, האט מען גאר פארדינט נאך א טריפ אויף צוריק צו געבן.

מ'קומט שוין פיינעלי אן קיין ווירדזשיניע. קיין פארקס, מוזעאומס, וואסער ריידס, און וואס נישט, פעהלט נישט דארט. אבער די שאלה איז וואו הייבט מען אן? די אינגלעך זאגן קודם גייט מען ארום רייסן מיט גאוקארטס, און ווילדע ראלערקאסטערס, די מיידלעך זאגן בשו"א, קודם גייט מען צו מוזעאומס שרייען זיי. די אינגלעך אבער טענה'ן אז מ'איז דאך געקומען דא ענדזשויען און מאכן א לעבן, ארום טאנצן אויף ווילדע ריידס, און פון קוקן אויף אפאר דאמיס אדער בילדער ווי די פראנצוזישע שיפן האבן אטאקירט די ענגלענדער בשעת דעם רעוואלוציע, הייסט בכלל נישט געמאכט א לעבן!! די מיידלעך ווידעראום טענה'ן, אז פאר זיי זענען די מוזעאומס גאר אינטערעסאנט, זיי האבן געלערענט דעם אמעריקאנער רעוואלוציע, און דא קענען זיי עס זעהן לייוו. די קולות ווערן העכער און העכער, און חיים יענקל מיטן ווייב מוזן דא אפמאכן וועם ערשט צוצופרידן שטעלן, אבער קיינער גיבט נישט אויף. חיים יענקל איז מחליט, און זאגט ער גיט צען מינוט זיך דורכצוקומען. די אינגלעך אבער, האלטן זיך ביי זייעריגס. די מאמע, זעהנדיג אז מיט זכרים איז נישטא וואס צו מאכן, זאגט זי פאר די מיידלעך, אז אויב געבן זיי נאך, וועלן זיי קענען גיין צו צוויי מוזעאומס, און אויך צו א שיינע מאלל, ווי יעדער וועט באקומען א שיינע קלייד. אזוי ווי די מיידלעך הערן נאר די ווארט מאלל, ספאנטאן געבן זיי אלעס אויף, ספעציעל ווען זיי באקומען א גאראנטי פאר א נייעם קלייד. חיים יענקל'ן ווערט שוין ווידער אמאל גוט, ווייטער אויסגעבן געלט! שוין, אבי מ'איז דורך געקומען און ס'יעצט שא שטיל.

אזוי איז דורך געגאנגן די טעג. צווישן די ריידס, עמערדזשענסי ניסוך המים'ס, מיט מזעאומס און מאללס, איז די זומער וואקאציע געקומען צו א שלוס. מ'פאקט פעק אהיים צו פארן. חיים יענקל טראכט ביי זוך אז כאטשיג יעצט ביים אהיים פארן וועט זיין ווייניגער געפעק, דריי פערטל פון די אכילה איז דאך שוין פארדייט. אבער ווי וואס ווען, מ'הייבט אן פאק,ן און ס'קומען אפיר נייע קליידער, שיך, פאסט קארטלעך, מתנות מיט מיניטשורס. מ'ריקט אריין דאס געפעק אינעם טראנק, און זאכן טאנצן ארויס פון גרויס שמחה, מ'ריקט די זייט פליט יענע זייט, אויך מיר א וואקאציע! ברימט ער זיך אינטער. עפעס מיני בריאים דאס?! מ'פארט דאך אויף וואקאציע צו זעהן אינטערעסאנטע פלעצער, זיך אינדזשויען, ריידס, מיט שיינע וואסער פאלן, נאטור, זוס, און אלעס וואס ברענגט הנאה פארן מענטש, און די ווייבער שול איז פארנומען מיט מאללס, מיניטשורס, שליסל קייטלן, און אנפרובירן קליידער? נו, זאל זיין, וואס פארשטייען זיי.

שוין ב"ה אינדערהיים, די קאר שיין אויסגערוימט, די פעמפערס מיט די אויסגעליידיגטע עפל דזשויס פלעשעלעך, פאפקארן מיט פאטעיטא טשיפס בעגס ליגט שוין אינעם ריסייקלינג. יעדער צוריק אין חדר, סקול, און איצטערט הייבט זיך אן מיין וואקאציע!
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3402 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1290 מאל

הודעהדורך וואלווי » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 11:09 am

כ'זעה אז ווען דער @דער גאלדענער אדלער רוקט א נארהאפטיגען פרישטאג שיסט ער א גוטס...!

בד"ו, האסטו, ביי עני טשענס, געדרייווט פאריגע וואך אין אן אנגעלאדענטע גרעיע סיענע, מיט א גאנצן הויזגעזונד פול, אראפ דעם 95 סאוט...?

כ"מיין אז האסט מיר געפעסט אויף די רעכטס...
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2219
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2899 מאל

Re: אויך מיר א וואקאציע!

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 11:36 am

וואלווי האט געשריבן:כ'זעה אז ווען דער @דער גאלדענער אדלער רוקט א נארהאפטיגען פרישטאג שיסט ער א גוטס...!

בד"ו, האסטו, ביי עני טשענס, געדרייווט פאריגע וואך אין אן אנגעלאדענטע גרעיע סיענע, מיט א גאנצן הויזגעזונד פול, אראפ דעם 95 סאוט...?

כ"מיין אז האסט מיר געפעסט אויף די רעכטס...
אה דו ביסט געווען דער מיטן קליינעם מאגערן סיוויק מיטן גראבן מאפלער, און געפארן אויף פערציג במקום זיבעציג?? כ'האב געזעהן די אלע קארס וואס האבן דיך ווילד געפעסט און מיט רעכט, ווי זיי האבן דיר עפעס געוויזן מיט די פינגערס, כ'האב נאר נישט פארשטאנען וואס זיי האבן געמיינט דערמיט, מיין מאמע האט מיך נישט געלערענט פינגער שפראך
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3402 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1290 מאל

הודעהדורך וואלווי » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 12:18 pm

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:כ'זעה אז ווען דער @דער גאלדענער אדלער רוקט א נארהאפטיגען פרישטאג שיסט ער א גוטס...!

בד"ו, האסטו, ביי עני טשענס, געדרייווט פאריגע וואך אין אן אנגעלאדענטע גרעיע סיענע, מיט א גאנצן הויזגעזונד פול, אראפ דעם 95 סאוט...?

כ"מיין אז האסט מיר געפעסט אויף די רעכטס...
אה דו ביסט געווען דער מיטן קליינעם מאגערן סיוויק מיטן גראבן מאפלער, און געפארן אויף פערציג במקום זיבעציג?? כ'האב געזעהן די אלע קארס וואס האבן דיך ווילד געפעסט און מיט רעכט, ווי זיי האבן דיר עפעס געוויזן מיט די פינגערס, כ'האב נאר נישט פארשטאנען וואס זיי האבן געמיינט דערמיט, מיין מאמע האט מיך נישט געלערענט פינגער שפראך


סארי. נאט מי.

איך בין געווען אויף די לינקע לעין. אין די געילע מאסטענג קאנווערטיבעל, יא יא, די דרייווער מיט די בלאנדע שיקסע אויפ'ן זייט, און ס'האט געבאמבעט ריהאנא אויפ'ן העכסטע טאן.

האסט מיך נישט געזעהן דורך פליען? אהה, מן הסתם ווייל כ'האב אויסגעזען ווי א גוי. כ'האב דאך געהאט סאנגלעסעס מיט א קעפ...
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2219
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2899 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 1:32 pm

וואלווי: ייש"כ. דו האסט מיר פארענטפערט א הארבע קשיא. מילא די בלאנדע שיקסע. אבער דו...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Majestic-12 [Bot] און 7 געסט