קאנטראלירן די קאנטראלירער

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

קאנטראלירן די קאנטראלירער

הודעהדורך ספרא דמרא » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 2:07 pm

בס"ד

פון דעם טאג וואס ער איז געקומען אויף דער וועלט איז ער שוין געפירט געווארן ביים נאז, מען האט אים געגעבן א נאמען בעת וואס מען האט זיך גאנץ ווייניג געקימערט מיט זיינע פראטעסטירנדע געוויינען אונטערן מעסער, ער ווייסט אויך נישט אז וואו מען וועט אים שיקן לערנען האט אויך נישט געהאט מיט זיין החלטה, און ווען ער וועט בר מצוה האבן איז אויך נישט זיין אפטיילונג, ער וועט טון דאס וואס מען הייסט אים און אזוי וועט ער זיין א גוט קינד.

א גוט קינד איז דער וואס לאזט זיך פירן און פרואווט נישט איבערצונעמען די מאכט אויף זיך אליין, דאס הייסט אז ער האט בעצם די רעכט זיך אומצוגיין וויאזוי אים באגערט, נאר ער וועלט אויס דאס נישט צו טאן כדי אז ווען ער וועט עלטער ווערן וועט ער שוין זיך ערווארבן א גוטן נאמען.

גייט ער אין חדר טעגליך ווי א וואוילער, ער פראוואקירט נישט ווען מען הייסט אים שטיין אין די רייע ביים באס סטאנציע, ער רעגט זיך נישט אויף ווען עמיצער וויל איבערנעמען זיין זיץ, ער איז נישט בייז אויב מען וועט אים בא'עוול'ען און ער איז אויך נישט אומעטיג, אדרבה, ער איז גאר אלס בשמחה.

ווען ער זיצט אין קלאס צימער און דער מלמד הייבט אן פארלערנען דעם חומש מיטן שטעקן אין די האנט שפירט ער זיך נישט געסטראשעט, ער איז גאר פרייליך אז ער איז שוין א חומש אינגל, און אויב האט ער זיך אומווילנדיג פארזינדיגט און עס האט אים געקאסט עטליכע פראסקעס מיט א קאנטשיק אויף זיין בלויזער לייב וועט עס אים נישט שטערן פון זיין א גוט קינד דעם נעקסטן טאג.

ביי די בר מצוה ווען מען קויפט אים טוטפות און עטליכע נייע שיכטן בגדים ווערט ער נישט ברוגז, ער שפירט זיך גוט דערמיט, ער ווייסט אפשר נישט אז דאס הוט וועט אים אפסטעמפלען און אז די רעקל קען אמאל פאראורזאכן א שווערע דריי-איבער איבער די שטיגן אין טרעפן צימער, ער ווייסט אויך נישט אז אין א הייסן זומער טאג ווען אלס וועט צו אים קלעבן וועלן אים די לאנגע גאטקעס נישט קומען צו הילף, אבער אין די צייט יעצט איז ער דערהויבן און אויפגעלייגט, דען פון דעם געוועזענעם קטן ווערט שוין אט אט א גדול, ער נעמט אן די קאמפלימענטן פון פאמיליע און גוטע פריינט מיט א שמחה און ער פרייט זיך צו יעדן איינעם עקסטער, טראץ וואס עס שטערט אים שוין יא ערגעצוואו אין זיין געוויסן אז מען פירט זיך אויף צו אים ווי צו א זיס קינד, ער איז דאך שוין אחרי הכל א גדול, נו ווער פירט זיך אזוי נאריש צו אונזער גדול? אבער דאך וועט ער נישט פראטעסטירן און פארפירן איבער דעם.

ווייל ער ווייסט אז ער קאנטראלירט נישט גארנישט.

ער איז בוחר אין ווערן געפירט ווי איידער צו פירן זיך זעלבסט, ווען הייבן זיך אן זיינע פראבלעמען? געווענליך וועט זיך עס אנהייבן ערגעץ אינצווישן די יארן פון זעכצן און צוואנציג, וואס דאן וועט ער ווערן ערוואקסן און פארשטענדליך, ער וועט אנהייבן פארלאנגען זאכן און צו שטיין אויף זיינע רעכטן, ער וועט שוין נישט געטרויען זיינע נאנטע און ער וועט שוין האבן א מיינונג אין הויכע ענינים, ווי עלטער ער וועט ווערן וועט ער אלס מער האלטן אז ער ווייסט, ער וועט זיין א חכם ווי שלמה המלך און א צדיק ווי דער בעש"ט, א טעאלאג ווי דער גרויסער אלבערטוס, א דאקטאר ווי דער רמב"ם און א בלשן ווי אברהם אבן-שושן, די ליסטע איז לאנג און ווערט לענגער אין צוזאמענגאנג מיט זיינע יארן.

ווי אויך וועלן זיינע פראבלעמען זיך מערן, זיין נפש וועט אפגעשוואכט ווערן און זיין כח און ענעריגע וועט אונטערגיין ווי די זון אין ווינטער, זיין זיסע שמייכל וועט פארוואנדלט ווערן אין א טרויעריגע מינע און זיינע איידעלע בעקעלעך וועלן פארוואקסן ווערן מיט א בארד פון דערנער.

ער עלטערט זיך, נישט אין פריידן.

דערגרונטעווענדיג זיך צום עיקר סיבה וואס ברענגט צו דעם מענטש די אלע צער איז אויסגעקומען צו קלערן דאס פאלגענדע, ווי מער א מענטש זאל ווילן קאנטראלירן זיין סיטואציע אלס מער וועט עס אים בארבאריש פראסקענען אין פרצוף, ווייל ווי מער ער וועט ווען ווילן קאנטראלירן וועט די מצב אים ווייזן ווער עס איז שטערקער.

ווי א בארויבטער דארפן מיר צייגן די מצב אז מיר ווילן נישט גארנישט און מיר ברויכן נישט גארנישט, דאן וועט יעדע פארלוסט פארוואנדלט ווערן אין א פלוס, ווייל אז איך וויל טאקע גארנישט איז וואס'דזשע קען מען פון מיר דען אוועקנעמען?

איך וויל אז דאס קינד וויאזוי איך בין געבוירן זאל אין מיר פארבלייבן, עס איז דאך ביי יעדן פארהאן א פארבליבן קינד אין הארץ, נאר ווען מען ווערט עלטער שטופן מיר אים צו די זייט און מיר פארשטאפן זיין מויל ווייל מיר שעמען זיך מיט אים, אבער מיר פארזעען אז ער איז א חלק פון אונזער פערזענליכקייט און ער איז גאר דער וואס דארף פארנעמען דעם אויבנאן ביי אונז אין הארץ, ער איז דער וויכטיגסטער חלק פון אונזער געפיל און קען אונז גאר אסאך צוניץ קומען ווען מיר וועלן אים ערלויבן זיך אנצורופן ווען ער וועט ווילן.

דאס קינד וואס האט זיך געלאזט פירן, וואס האט גארנישט געוואלט, וואס האט יעדן פארגעבן, וואס איז געווען איידל און זיס, אט דאס דארף מען פארבלייבן כדי צו קענען איבערלעבן די שטורעמישע יארן מיט עטוואס א קלארער דעת.

ווי האט יענער חכם געזאגט, עס איז מיר בעסער צו זיין אן ארעמער חכם ווי צו זיין א רייכער שוטה, דאס ארעמקייט איז איינע פון די מידות טובות וואס די וועלט איז מיט איר געבענטשט, און נאך א מזל פארמאגן מיר אז מיר האבן די אפציע פון זיך פארהוילן פון די רוישיגע וועלט און זיך איינטונקען אין אונזערע איידעלע און קינדערישע געפילן.

און נאכן זיך אזוי פירן א שטיק צייט וועלן מיר אנמערקן אז מיר קאנטראלירן די קאנטראלירער, ווייל מיט אזא בליק אויף די וועלט קומען מיר ארויף צום אויבערפלאך און מיר ווערן פארוואנדלט אין די באשטימער...
אם תרצה שיהיה בכוחך לסבול את החיים, היה מוכן לקבל את המוות
באניצער אוואטאר
ספרא דמרא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 12, 2019 9:48 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 7:49 pm

באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2670
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1692 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 11:48 pm

אינטערסאנט ווי חרידיזים און בודהיזם טרעפן זוך.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3779
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1860 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:26 am

כולם נתנו מרועה אחד, וסגנון אחד עולה לכל הנביאים...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2670
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1692 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 11:05 am

דו נפקמ איז אין חרידיזים צווינגט מען דיר זאלסט נישט ווילן, בודהיזים איז מען בוחר נישט צי וועלן.
וועלכע ארבעט בעסער?
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3779
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1860 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט