מיין (אומסוקסעספולער) קארעספאנדענס מיט אייכמאן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

מיין (אומסוקסעספולער) קארעספאנדענס מיט אייכמאן

הודעהדורך ונבנתה העיר » דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 12:43 am

כ'האב א גריס פאר אייך, ליבע פריינט. א גריס אייך פון אייכמאן.

נישט נאר שיקט ער אייך א גריס, נאר ער שיקט זיינע בעסטע וואונטשען פאר די חסידישע געמיינדע (סארי, ליטוואק.)

אבער לאמיר נישט כאפן די געילה פאר די צייט.

----------

אייכמאן. אדאלף אייכמאן. לשמו ולזכרו חרדת נפש.

אדאלף אייכמאן, אדער איישמאן, מיט א סענסעטיווע געמיש צווישן א שין שמאלית וימנית, ווי עס פאסט פאר אזא הויכראנגיקער נאצי.

אדאלף אייכמאן. דער ארכיטעקט פון דער האלאוקאסט. דער מאן וואס האט געזאגט אין 1945: איך וועל אריינטאנצען אין מיין קבר לאכענדיג, ווייל דער געפיל אז איך האב פינף מיליאן מענטשן אויף מיין געוויסן, איז פאר מיר א מקור פון אויסערגעווענליכע צעפרידענהייט.

880px-WannseeList.jpg
די אייכמאן ליסטע פון אידישע נפשות איבער אייראפע


מיר קענען אים אלע. מיט'ן שיעפן דאשיק אויפן קאפ, לאוקינג סמארט. גראדע ווען די מוסד האט אים שפעטער ערלעדיגט א באזוך אין ארץ ישראל, זעט ער אויס ווי סתם אן אפגעפליקטער יעקע, גארנישט דאס אויסדערוועלטע ראסע.

די חכמים הראשונים האבן שוין געזאגט: דער אויסדערוועלטער אריער איז בלאנד ווי היטלער, דאר ווי גערינג, און הויך ווי גאבעלס...

----------

דער סיפור אין קורצן:

נאכ'ן קריג איז אייכמאן אנטלאפן קיין ארגענטינע, א זיכערער ארט פאר שווערע טויזענטער נאציס. יזכר להם לדראון עולם.

ער האט זיך אנגענומען דעם נאמען ריקארדא קלעמענס, געטראפן א דזשאב ביי א מערצעדעס בענז פאבריק, און געוואוינט מיט זיין ארגינעלע פאמיליע אין אן אפגעזונדערטער הויז.

ווען די מוסד האט זיך דערוואוסט וואו ער געפונט זיך, האבן זיי אראפגעשיקט א גרופע אגענטן. אויפן וועג אהיים פון די ארבעט האט מען אים פארכאפט, געהאלטן אין א סעיף-האוז פאר ניין טעג, און ארויפגעשמוגעלט אויף אן אל-על פליגער פארשטעלט ווי איינער פון די מאנשאפט.

5665498-6321785-image-a-51_1541096187089.jpg
אייכמאן אויפן אל-על פליגער מיט פארדעקטע אויגן
5665498-6321785-image-a-51_1541096187089.jpg (33.91 KiB) געזען געווארן 869 מאל


אין ארץ ישראל איז ער געשטעלט געווארן פאר א משפט. דער גאנצער פראצעס איז געוויזן געווארן אויף טעלעוויזיע, און איז עוועיליבעל אויף יו-טוב. ער איז געהאנגען געווארן, און זיין אש איז אויסגעשפרייט געווארן אויפן ים.

אן אינטערעסאנטער, אומבאקאנטער פאקט איז, אז אייכמאן האט שוין אמאל געהאט באזוכט אין ארץ ישראל. אין 1937 איז ער געקומען פארשטעלט אלס א דייטשער דזשורנאליסט, צו שפיאנירען אויפן אידישן ישוב, און מאכ'ן קאנטאקט מיט'ן מוסלעמענער מופתי ימ"ש.

1.jpg
אייכמאן ווי א דזשורנאליסט אין ארץ ישראל


------------

דער פראצעס האט געזען פילע דראמאטישע מאמענטן, און האט געברענגט דעם שואה, אירע איבערלעבער און להבדיל פארברעכער, צום אויבערפלאך פונעם וועלט'ס ארדענונג.

יחיאל דינור (פיינער), א תלמיד פון ישיבת חכמי לובלין, האט געגעבן א גאר רירענדער עדות'שאפט איבער "פלאנעט" אוישוויץ. אינמיטן האט ער אוועקגע'חלש'ט, און איז געבליבן אין שפיטאל פאר זעקס חדשים.



אן אינטערעסאנטער פאקט דערציילט אייכמאן אליין, ווי ער האט פרובירט זיך אויסצולערנען לשון הקודש, און בארימט זיך אז ער האט געוואלט דינגען א רב פאר דריי מארק א שעה, אנשטאט אים פשוט איינזעצן און צווינגען דערצו.

זיינע אויבערהארן האבן אפגעווארפן דעם פלאן, מורא האבענדיג אז דער רב זאל חלילה קיין השפעה האבן אויף אים.

-----------

אבער וואס איז געווארן מיט אייכמאנ'ס קינדער? צי לעבט נאך איינער? וואס טוט ער, וואס האלט ער?

כאפט אייך גוט אן אין בענקל: אדאלף אייכמאנ'ס יונגסטער זון לעבט, און איז געזונט און פריש. כי בן מות הוא, א זון פונעם טויט אליין.

ער הייסט ריקארדא (אייכמאנ'ס ערשטע נאמען אין ארגענטינע) אייכמאן, ער וואוינט אין דייטשלאנד, און איז א פראפעסאר אויף ארכעאלאגיע...

ריקארדא אייכמאן איז געווען פינף יאר אלט ווען דער מוסד האט פארכאפט זיין טאט'ן ריקארדא קלעמענט/אדאלף אייכמאן, און צופיל זכרונות האט ער נישט פונעם טאט'ן.

yIlOXUIuShkwdewfjWgMi3h6nFpbzhZ7ber1iJZVel8.jpg
פראפעסאר ריקארדא אייכמאן

-----------

איין איינציגער פסוק פון די תורה ווערט קוואטירט אין נ"ך, ככתבו וכלשונו: וְאֶת־בְּנֵ֥י הַמַּכִּ֖ים לֹ֣א הֵמִ֑ית כַּכָּת֣וּב בְּסֵֽפֶר־תּֽוֹרַת־מֹ֠שֶׁ֠ה אֲשֶׁר־צִוָּ֨ה ה' לֵאמֹ֗ר לֹא־יוּמְת֨וּ אָב֤וֹת עַל־בָּנִים֙ וּבָנִים֙ לֹא־יוּמְת֣וּ עַל־אָב֔וֹת כִּ֛י אִם־אִ֥ישׁ בְּחֶטְא֖וֹ יוּמָֽת.

כ'בין צוגעגאנגען דערצו מיט אן אפענעם בליק, לאמיר זען ווער איז דער מענטש און וואס זאגט ער.

וכך הוי. ער רעדט פון זיין טאטע ווי 'אדאלף אייכמאן', עפעס אן היסטארישער מאנסטער וואס האט נישט מיט אים. ער האט זיך געטראפן מיט דער פירער פון די מוסד גרופע וואס האט פארכאפט זיין טאטע. ער האט דערקלערט אז דער אויסגעדראשענער נאצי-תירוץ פון אויספאלגען באפעלן, איז לופט.

07aschheim-superJumbo.jpg
אייכמאן (צווייטער פון רעכטס) 'פאלגט באפעלן' אין בערגן-בעלזן


אין זיין יוגענט איז ער אריין אין דער דייטשער מיליטער, ווען מען האט זיך טרענירט אויף א גאז-קאסטן און דער עולם האט עס גערופען אן 'אייכמאן האבי שאפ', האט ער רעזיגנירט פון גרויס בושה.

ארום 1995 האט ער צום ערשטן מאל זיך געעפענט צו עטליכע דזשורנאליסטן, "זיי זענען מיינע פסיכאלאגן" האט ער געזאגט.

איך האב זיך פארבינדען מיט אים, אין האפענונג צו כאפן א שמועס מיט אים און עס ברענגען צום היימישען ציבור, אבער אייכמאן איז צוריק אריין אין זיין שעל, אדער בין איך פשוט א בטלן.

נאך זיין אפזאג, האב איך אים נאכאמאל געשריבן, פרובירענדיג צו קוועטשן אפאר קנעפלעך, דערווייל זעט נישט אויס ווי עס ארבעט...

אט האט איר מיין פינציקער קארעספאנדענס מיט אייכמאן:

Hi professor Eichmann,

My name is ------, and I write for a Jewish magazine in New York, published in the Yiddish language.

Would you please be willing to answer a few questions about your history, and your current life as a respected professor? The Hasidic Jewish community in New York would really appreciate it.

Thank you in advance,
חתימת יד קדשי

וזה לשון תשובתו:

Dear ----------,
Thanks very much for your interest in my history. Please, understand that
I do not give interviews about my private life.
All the best for you and the Hasidic community,
Ricardo Eichmann.

האב איך אים צוריקגעשריבן:

Dear professor Eichmann,

Thanks for your reply.

I'll dare to ask if you would at least be willing to share with me some of your thoughts on humanity in general?

For example; it fascinates and scares me at the same time, what seems to be humanity's endless cycle of evil and repentance.

Right after the Holocaust the world was beside herself. We came together in the UN, we swore never again would primitive hatred threaten an enlightened world, and we proudly supported the new Jewish democracy in Israel.

But a mere 75 years later, it's all the same. The shock and sorrow get slowly forgotten, and we're back to our old days again.

This year I personally marked 75 years from when my great grandparents, an uncle and aunts were gassed in Auschwitz.

I still see the trauma in those around me, as do many in the community.

Many in the Hasidic community don't have access to the internet, or to the world media in general.

It would be a great comfort to us, if a figure like yourself would share some of his thoughts with us.

Knowing your feelings towards the historical figure of Adolf Eichmann, and your pacifist worldview, I deeply hope that you would do us this favor.

Thank you again,
חי"ק

נאך עטליכע טעג האביך פרובירט נאך איין מאל, אן אויסזען ווי א פגע:

Dear Professor Eichmann,

Well, my dear Professor, I've tried...

Whenever you feel that you are willing to share with me and the community, I will deeply appreciate it.

I'll just leave you with a quote from Rabbi Abraham Joshua Heschel, I recently came across: Racism is man's gravest threat to man - the maximum of hatred for a minimum of reason.

Yours truly,
חי"ק
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3592
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7096 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7054 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 12:47 am

08.jpg
א סורוועילענס באריכט


24DED4C400000578-0-image-m-18_1421879157992.jpg
אין תפיסה אין ארץ ישראל


24EBCBBE00000578-0-image-m-6_1421878798986.jpg
אין ארגענטינע


95-06-6jnews1105.jpg
רייניגט זיין צעל


689d8105b0ffd205ec3b2e9475d96332.jpg
אין ארגענטינע
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3592
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7096 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7054 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 12:50 am

6385e280cf8e711850aeae8ecbd22470.jpg
ימ"ש


5665504-6321785-image-m-9_1541094424546.jpg
זיינע דריי עלטערע קינדער - ריקארדא באהאלט זיך לכאורה פון אונטן


b8389b504fc2d562b2b9a191ec1190ef76c66c1c.jpg
מיט היטלער


e10a3ff766e66c5092e487fd5a5f2fee--israel-history-jewish-history.jpg
א סורוועילענס בילד


eichmann_letter_3.jpg
דער סוף פון זיין פארדאן-בקשה
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3592
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7096 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7054 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 12:53 am

eichmannlifemag.1t.gif
ריקארדא מיט זיין מאמע אין ארגענטינע
eichmannlifemag.1t.gif (107.93 KiB) געזען געווארן 858 מאל


lF4k9lMaHR0cDovL29jZG4uZXUvaW1hZ2VzL3B1bHNjbXMvTURRN01EQV8vNWZiNDMwNjUyMTFkOGIzNjhiZTQ5ZWI0MzhlYzJmNDIuanBlZ5GTAs0CgACBAAE.jpg
אין צענטער


vera_eichmann.jpg
פרעזידענט יצחק בן צבי אויף דעם פארדאן-בקשה
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3592
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7096 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7054 מאל

הודעהדורך הדסים » דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 11:57 am

ונבנתה העיר האט געשריבן:איך האב זיך פארבינדען מיט אים, אין האפענונג צו כאפן א שמועס מיט אים און עס ברענגען צום היימישען ציבור, אבער אייכמאן איז צוריק אריין אין זיין שעל, אדער בין איך פשוט א בטלן.

נאך זיין אפזאג, האב איך אים נאכאמאל געשריבן, פרובירענדיג צו קוועטשן אפאר קנעפלעך, דערווייל זעט נישט אויס ווי עס ארבעט...


ער איז נישט אין קיין שעל, און דו ביסט נישט קיין בטלן. ער וויל פשוט פירן א פריוואטע לעבן, אזויווי ער שרייבט. איך מיין רוב מענטשן וואלטן נישט גערעדט אין אזא מצב.

אבער א גרויסע דאנק פאר דיין ארבעט.
באניצער אוואטאר
הדסים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

הודעהדורך כוכב » דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 12:10 pm

Wow
חרדישע דזשוראנליזם בתפארתו.
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2425
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4958 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6788 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 1:29 pm

מיין פעטער און מומע, מיין מאמע'ס האלבע געשוויסטער, וועלכע כ'דערמאן אינעם בריוו.

פארגאזט אין אוישוויץ, שנת תש"ד.

20190905_132334.jpg
20190905_132334.jpg (33.59 KiB) געזען געווארן 702 מאל
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3592
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7096 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7054 מאל

הודעהדורך גדליה » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 4:42 pm

זייער אינטערסאנט, א גרויסען ש׳כח.
ס׳דא קינדער פין געהרינג וואס זענען אויך צומאל אין די נייעס. אפשר קענט איר פראבירן קארעספאנדירן מיט זיי...
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 984
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 588 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1540 מאל

הודעהדורך חתם סופר » מוצ"ש סעפטעמבער 07, 2019 9:47 pm

Amazing.
כ'האף אז די גייסט ווייטער און טרייסט צו קאמוניקעיטען מיט אנדערע קינדער אין אייניקלעך פון נאצי'ס
באניצער אוואטאר
חתם סופר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 692
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 730 מאל

Re: מיין (אומסוקסעספולער) קארעספאנדענס מיט אייכמאן

הודעהדורך דובעלע » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 1:14 am

וואס טיט זיך מיט זיינע דריי עלטערע קינדער?


Sent from my iPhone using Tapatalk
דובעלע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2019 9:45 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 1:26 pm

די דריי עלטערע זענען געבליבן נאציס - וואס אביסל חינוך קען אויפטון.

די צוויי עלטסטע לעבן שוין נישט. דער דריטער האט נאך געלעבט ביז נישט לאנג, כ'בין כמעט זיכער אז טוענדיג אין די סוגיא האביך געזען אז ער איז שוין אויך טויט.

גדליה האט געשריבן:זייער אינטערסאנט, א גרויסען ש׳כח.
ס׳דא קינדער פין געהרינג וואס זענען אויך צומאל אין די נייעס. אפשר קענט איר פראבירן קארעספאנדירן מיט זיי...

גערינג'ס טאכטער איז געשטארבן עטליכע חדשים צוריק.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3592
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7096 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7054 מאל

הודעהדורך איש חזון » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 8:17 pm

נו, דארף מען זיי צוריק אראפ\ארויפברענגן
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 524
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:02 pm
האט שוין געלייקט: 661 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 393 מאל

הודעהדורך איש חזון » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 8:44 pm

ונבנתה העיר האט געשריבן:אין 1937 איז ער געקומען פארשטעלט אלס א דייטשער דזשורנאליסט, צו שפיאנירען אויפן אידישן ישוב, און מאכ'ן קאנטאקט מיט'ן מוסלעמענער מופתי ימ"ש.

לכאורה טאקע אויסצופאלגן באפעהלן...
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 524
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:02 pm
האט שוין געלייקט: 661 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 393 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 12:08 pm

אינדרויסען פון געריכט זאל.

gettyimages-530697856-2048x2048-min.jpg
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3592
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7096 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7054 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט