בלאט 1 פון 1

אויב 9/11 וואלט געשעהן היינט

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 10:27 am
דורך חד גדיא
אויב 9/11 וואלט געשעהן היינט וואלטן זאכן געוועהן זײער אנדערש ווי ס'איז געוועהן 18 יאהר צוריק. לאמיר אריינטראכטן. קודם כל פאר אונז אידן וואלט מען אסאך בעסער מיטגעהאלטן. אין 2001 האבן רוב מענטשן נאך נישט געהאט אינטערנעט. און טעלעוויזשען זיכער נישט. היינט וואלט יעדער געוועהן צוגענאגעלט צו די טעלעוויזשען אויף די אינטערנעט.

בילדער און ווידיאוס - היינט וואלט געוועהן אסאך מער און קלארערע ווידיאוס פון די טווין טאוערס. פון 9/11 איז נאר דא איין אומקלארע ווידיאו פון די עראפלאן וואס גייט אריין אין די ערשטע בילדונג. היינט וואלט געוועהן טויזנטער קלארע ווידיאוס ווייל יעדער האט א טאפ קוואליטי קעמרע אין טאש.

וואס נאך וואלט געוועהן אנדערש??