האבן אונז שוין מוחל געוועהן מרדכי יצחק סאמעט??

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

האבן אונז שוין מוחל געוועהן מרדכי יצחק סאמעט??

הודעהדורך המלוכה והממשלה » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 10:44 am

אין די לעצטע יארען איז מרדכי יצחק סאמעט געווארן א סעלעבריטי ביי אונז , נאכדעם וואס ער זיצט שוין נאנט צו צוואנציג יאהר אין תפיסה

now don't get me wrong ,
איך האלט אז ער באלאנגט שוין נישט אין תפיסה. געניג איז געניג !! יא , ער איז געוועהן א געפערליכע פארברעכער , וואס האט נישט נאר געשווינדעלט , נאר אויך אריינגעלייגט אנדערע אידן אין געפערליכע פראבלעמען. אבער וויפיל יאהר דארף מען וועגן דעם באראבאווען פון אים וועגן דעם? פינעף יאהר ? צעהן יאהר ?? ס'כאפט א טרייסעל צו ליינען אז ווען ער איז אריין אין תפיסה האט ער נאך נשיט חתונה געמאכט קיין איין קינד אין היינט האטער שוין איבער 50 אייניקלעך!! ס'איז קאלטבליטיגע רשעות אזוי צו רויבן פון א מענטש אזא גרויסע חלק פון זיין לעבען

אבער ס'איז דא א גרויסע "אבער" ,
פייטען קעגן אינזער רשעו'תדיגע justice system איז איין זאך , און מאכן מר. סאמעט פאר א סעלעבריטי איז א צווייטע זאך. איך געדענק זייער גיט ווען מ'האט אים ארעסטירט איז געוועהן א גרויסע שמחה ביי היימישע אידן. יעדער האט ההנאה געהאט אז מ'האט אראפגנומען אזא קרימינעל פון די גאסן . ער האט נעבעך איינגענארט בחורים און אנדערע נא'איווע אידן וואס זענען געזעצן וועגן דאים און געהאט גרויסע פראבלעמען.

א מענטש קען זיך טוישען , און אפשר האט ער זיך געטוישט. אבער אין אלע זיינע אינספירישינעל ארטיקלעך וואס ווערן יעדע וואך געדריקט האב איך נאך נישט געזעהן אפילו איין מאהל אז ער שרייבט מיט ענווה וועגן וואס ער איז דורעכגעגאנגען און וואס ער האט זיך אויסגעלערנעט פון זיינע אמאליגע שלעכטע וועגן. איך האב נישט געזעהן אז ער זאל אויסדריקען חרטה אויף וואס ער האט געטוהן , און בעטן מחילה פון די אלע אידן וואס ער האט געשעדיגט.

ווען א מענטש ווי ער איז א חלק פון אונזער סאסייעטי און שעדיגט מענטשען אין אונזער סאסייעטי איז דא א תביעה פון אונז צו אים , און די פאקט אז ער שמאכט אין תפיסה איז נישט געניג א סיבה אים מוחל צו זיין און מאכן פאר א הירא. ער איז נישט קיין הירא . יא , מ'דארף אים העלפען ארויסקומען פון תפיסה , אבער מ'טאר אים נישט געבען קיין כבוד און מ'קען נישט נעמען פון אים חיזוק און מוסר פאר ער בעט איבער פאבליקלי די מענטשען וואס ער האט חרוב געמאכט , און שרייבט און זאגט ברבים אז ער האט חרטה אויף זיינע אמאליגע מעשים.

אונזער סאסייעטי טאר נישט מוחל זיין מרדכי יצחק סאמעט פאר ער בעט אונז פאר מחילה!!
בייגעלייגטע פיילס
eypl23222.jpg
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 888
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1459 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 11:07 am

המלוכה והממשלה: איך בין מסכים מיט דיר 100%. ס'איז היינט אזא וועלט אז אויב מ'זאגט ארויס א מיינונג וואס איז נישט איינשטימיג מיט די אפיציעלע ליניע ווערט מען פארשריגן מיט כל'ערליי צו נעמען...!

איך בין מלמד זכות פארוואס דער עולם איז בכלל נישט אויפגעברויזט אויף די מעשים טובים וואס דער איד האט אפגעטון. אז רוב היינטיגע יונגעלייט זענען נאך געווען בחורים און יונגלעך אין יענע יארן...

אויך איז דא ווער ס'ווילל פארגלייכן זיין קעיס צו רובאשקין. ס'איז בכלל נישט קיין פארגלייך. רובאשקין האט קיינעם נישט געשטעלט אין סכנה. און ער האט פאקטיש נישט עובר געווען אויפ'ן געזעץ. משא"כ ר' מרדכי יצחק סאמעט האט געטון געפערליכע זאכן (אויסער די מולטי מיליאן דאללאר גניבות) וועלכע האבן געקענט שטעללן די לעבנס פון א סאך מענטשן אין א סכנה של ממש. נאכמער. אויסער וואס ער האט פארפלאנטערט א סאך אומשולדיגע אידן מיט'ן געזעץ. האט ער געשטעלט אפילו דעם רב פון שטעטל קרית יואל אין סכנה אז די רעגירונג זאלל זיך אנטשעפען אויף איהם אויך אז ער איז געווען א חלק פון זיינע שווינדלערייען. אדער לכה"פ געוואוסט וואס ס'גייט פאר...!

יא. מ'דארף ארבעטן פאר זיין באפרייאונג. אבער קיין העלד איז ער נישט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13136
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8357 מאל

הודעהדורך טשעסטער » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 12:03 pm

א בושה אז איר שרייבט מיט אזא קאלטבליטיגקייט
איך ווייס אז איר גייט דא ווייטער ספינען פארוואס איר זענט גערעכט מיט אייערע מיינונגען, ומ"מ כתבתי דלא יאמרו מדשתקי ש"מ דניחה לי'
טשעסטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 05, 2017 10:34 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 12:13 pm

די דיני התורה ווי זיך צו באגיין מיט אזא מענטש זענען פילפאכיג מער קאלטבלוטיג, א בושה אז איר קומט ארויס אפן קעגן די תורה הקדושה, טו תשובה!!!!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2645
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2514 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1680 מאל

Re: האבן אונז שוין מוחל געוועהן מרדכי יצחק סאמעט??

הודעהדורך טשילער » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 12:27 pm

און וואס טוהט זיך מיט שלום ווייס? ער זיצט אויך דארט אין אטעסוויל חד גדיא שוין קרוב צו 18 יאר!!!!!
מ'הערט נישט פון איהם ווייל ער האלט זיך שטיל. אבער ער מעג שוין ארויסגיין.
שלום בן לאה.

Sent from my SM-G950U1 using Tapatalk
טשילער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 27, 2017 3:35 am
האט שוין געלייקט: 152 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

הודעהדורך קורקלענד » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 12:29 pm

המלוכה והממשלה האט געשריבן:
א מענטש קען זיך טוישען , און אפשר האט ער זיך געטוישט. אבער אין אלע זיינע אינספירישינעל ארטיקלעך וואס ווערן יעדע וואך געדריקט האב איך נאך נישט געזעהן אפילו איין מאהל אז ער שרייבט מיט ענווה וועגן וואס ער איז דורעכגעגאנגען און וואס ער האט זיך אויסגעלערנעט פון זיינע אמאליגע שלעכטע וועגן. איך האב נישט געזעהן אז ער זאל אויסדריקען חרטה אויף וואס ער האט געטוהן , און בעטן מחילה פון די אלע אידן וואס ער האט געשעדיגט.

.........פאר ער בעט איבער פאבליקלי די מענטשען וואס ער האט חרוב געמאכט , און שרייבט און זאגט ברבים אז ער האט חרטה אויף זיינע אמאליגע מעשים.


א מענטש קען זיצן אזויפיל יאר און נאך אלעם נישט ארויסווייזן חרטה..... אפשר איז די סיסטעם טאקע נישט די ריכטיגע מהלך... נאך אזויפיל יאר האט עס גארנישט געווירקט אויף איהם...
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1848
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1660 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1042 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 12:50 pm

1000% מסכים
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 888
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1459 מאל

Re: האבן אונז שוין מוחל געוועהן מרדכי יצחק סאמעט??

הודעהדורך אבי גערעדט » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 12:31 am

עס מוז זיין אז די ליינסט נישט דורך זיינע ארטיקלען, וועל דיר איד הערט נישט אויף צו רעדן פון חרטה, ער שרייבט גאר אסאך דערוועגן וויאזוי ער האט יעדן צוריקבאצאלט, און אז ער שפירט זייער אפט וויאזוי אומבאטעמטע זאכן וואס פאסירן דארט און תפיסה קען ער ממש זעהן ווי עס איז מידה כנגד מידה אויף וואס ער האט חוטה געווען.

ווי אויך ווייס איך קראנט אז ער האט יעדן איבערגעבעטן, רוב האבן אים שוין מוחל געווען במשך די צייט.

און ניין ער דארף לכאורה נישט ארויסקומען איבערבעטן מיר אין דיר פאר זאכן וואס ער האט אונז נישט וויי געטאן.
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 867
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 10:32 am
האט שוין געלייקט: 166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט