האבן אונז שוין מוחל געוועהן מרדכי יצחק סאמעט??

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

האבן אונז שוין מוחל געוועהן מרדכי יצחק סאמעט??

הודעהדורך המלוכה והממשלה » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 10:44 am

אין די לעצטע יארען איז מרדכי יצחק סאמעט געווארן א סעלעבריטי ביי אונז , נאכדעם וואס ער זיצט שוין נאנט צו צוואנציג יאהר אין תפיסה

now don't get me wrong ,
איך האלט אז ער באלאנגט שוין נישט אין תפיסה. געניג איז געניג !! יא , ער איז געוועהן א געפערליכע פארברעכער , וואס האט נישט נאר געשווינדעלט , נאר אויך אריינגעלייגט אנדערע אידן אין געפערליכע פראבלעמען. אבער וויפיל יאהר דארף מען וועגן דעם באראבאווען פון אים וועגן דעם? פינעף יאהר ? צעהן יאהר ?? ס'כאפט א טרייסעל צו ליינען אז ווען ער איז אריין אין תפיסה האט ער נאך נשיט חתונה געמאכט קיין איין קינד אין היינט האטער שוין איבער 50 אייניקלעך!! ס'איז קאלטבליטיגע רשעות אזוי צו רויבן פון א מענטש אזא גרויסע חלק פון זיין לעבען

אבער ס'איז דא א גרויסע "אבער" ,
פייטען קעגן אינזער רשעו'תדיגע justice system איז איין זאך , און מאכן מר. סאמעט פאר א סעלעבריטי איז א צווייטע זאך. איך געדענק זייער גיט ווען מ'האט אים ארעסטירט איז געוועהן א גרויסע שמחה ביי היימישע אידן. יעדער האט ההנאה געהאט אז מ'האט אראפגנומען אזא קרימינעל פון די גאסן . ער האט נעבעך איינגענארט בחורים און אנדערע נא'איווע אידן וואס זענען געזעצן וועגן דאים און געהאט גרויסע פראבלעמען.

א מענטש קען זיך טוישען , און אפשר האט ער זיך געטוישט. אבער אין אלע זיינע אינספירישינעל ארטיקלעך וואס ווערן יעדע וואך געדריקט האב איך נאך נישט געזעהן אפילו איין מאהל אז ער שרייבט מיט ענווה וועגן וואס ער איז דורעכגעגאנגען און וואס ער האט זיך אויסגעלערנעט פון זיינע אמאליגע שלעכטע וועגן. איך האב נישט געזעהן אז ער זאל אויסדריקען חרטה אויף וואס ער האט געטוהן , און בעטן מחילה פון די אלע אידן וואס ער האט געשעדיגט.

ווען א מענטש ווי ער איז א חלק פון אונזער סאסייעטי און שעדיגט מענטשען אין אונזער סאסייעטי איז דא א תביעה פון אונז צו אים , און די פאקט אז ער שמאכט אין תפיסה איז נישט געניג א סיבה אים מוחל צו זיין און מאכן פאר א הירא. ער איז נישט קיין הירא . יא , מ'דארף אים העלפען ארויסקומען פון תפיסה , אבער מ'טאר אים נישט געבען קיין כבוד און מ'קען נישט נעמען פון אים חיזוק און מוסר פאר ער בעט איבער פאבליקלי די מענטשען וואס ער האט חרוב געמאכט , און שרייבט און זאגט ברבים אז ער האט חרטה אויף זיינע אמאליגע מעשים.

אונזער סאסייעטי טאר נישט מוחל זיין מרדכי יצחק סאמעט פאר ער בעט אונז פאר מחילה!!
בייגעלייגטע פיילס
eypl23222.jpg
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1591 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 11:07 am

המלוכה והממשלה: איך בין מסכים מיט דיר 100%. ס'איז היינט אזא וועלט אז אויב מ'זאגט ארויס א מיינונג וואס איז נישט איינשטימיג מיט די אפיציעלע ליניע ווערט מען פארשריגן מיט כל'ערליי צו נעמען...!

איך בין מלמד זכות פארוואס דער עולם איז בכלל נישט אויפגעברויזט אויף די מעשים טובים וואס דער איד האט אפגעטון. אז רוב היינטיגע יונגעלייט זענען נאך געווען בחורים און יונגלעך אין יענע יארן...

אויך איז דא ווער ס'ווילל פארגלייכן זיין קעיס צו רובאשקין. ס'איז בכלל נישט קיין פארגלייך. רובאשקין האט קיינעם נישט געשטעלט אין סכנה. און ער האט פאקטיש נישט עובר געווען אויפ'ן געזעץ. משא"כ ר' מרדכי יצחק סאמעט האט געטון געפערליכע זאכן (אויסער די מולטי מיליאן דאללאר גניבות) וועלכע האבן געקענט שטעללן די לעבנס פון א סאך מענטשן אין א סכנה של ממש. נאכמער. אויסער וואס ער האט פארפלאנטערט א סאך אומשולדיגע אידן מיט'ן געזעץ. האט ער געשטעלט אפילו דעם רב פון שטעטל קרית יואל אין סכנה אז די רעגירונג זאלל זיך אנטשעפען אויף איהם אויך אז ער איז געווען א חלק פון זיינע שווינדלערייען. אדער לכה"פ געוואוסט וואס ס'גייט פאר...!

יא. מ'דארף ארבעטן פאר זיין באפרייאונג. אבער קיין העלד איז ער נישט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13815
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15709 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8920 מאל

הודעהדורך טשעסטער » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 12:03 pm

א בושה אז איר שרייבט מיט אזא קאלטבליטיגקייט
איך ווייס אז איר גייט דא ווייטער ספינען פארוואס איר זענט גערעכט מיט אייערע מיינונגען, ומ"מ כתבתי דלא יאמרו מדשתקי ש"מ דניחה לי'
טשעסטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 05, 2017 10:34 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 12:13 pm

די דיני התורה ווי זיך צו באגיין מיט אזא מענטש זענען פילפאכיג מער קאלטבלוטיג, א בושה אז איר קומט ארויס אפן קעגן די תורה הקדושה, טו תשובה!!!!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3353
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2446 מאל

Re: האבן אונז שוין מוחל געוועהן מרדכי יצחק סאמעט??

הודעהדורך טשילער » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 12:27 pm

און וואס טוהט זיך מיט שלום ווייס? ער זיצט אויך דארט אין אטעסוויל חד גדיא שוין קרוב צו 18 יאר!!!!!
מ'הערט נישט פון איהם ווייל ער האלט זיך שטיל. אבער ער מעג שוין ארויסגיין.
שלום בן לאה.

Sent from my SM-G950U1 using Tapatalk
טשילער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 27, 2017 3:35 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

הודעהדורך קורקלענד » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 12:29 pm

המלוכה והממשלה האט געשריבן:
א מענטש קען זיך טוישען , און אפשר האט ער זיך געטוישט. אבער אין אלע זיינע אינספירישינעל ארטיקלעך וואס ווערן יעדע וואך געדריקט האב איך נאך נישט געזעהן אפילו איין מאהל אז ער שרייבט מיט ענווה וועגן וואס ער איז דורעכגעגאנגען און וואס ער האט זיך אויסגעלערנעט פון זיינע אמאליגע שלעכטע וועגן. איך האב נישט געזעהן אז ער זאל אויסדריקען חרטה אויף וואס ער האט געטוהן , און בעטן מחילה פון די אלע אידן וואס ער האט געשעדיגט.

.........פאר ער בעט איבער פאבליקלי די מענטשען וואס ער האט חרוב געמאכט , און שרייבט און זאגט ברבים אז ער האט חרטה אויף זיינע אמאליגע מעשים.


א מענטש קען זיצן אזויפיל יאר און נאך אלעם נישט ארויסווייזן חרטה..... אפשר איז די סיסטעם טאקע נישט די ריכטיגע מהלך... נאך אזויפיל יאר האט עס גארנישט געווירקט אויף איהם...
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2095
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1821 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1226 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 12:50 pm

1000% מסכים
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1591 מאל

Re: האבן אונז שוין מוחל געוועהן מרדכי יצחק סאמעט??

הודעהדורך אבי גערעדט » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 12:31 am

עס מוז זיין אז די ליינסט נישט דורך זיינע ארטיקלען, וועל דיר איד הערט נישט אויף צו רעדן פון חרטה, ער שרייבט גאר אסאך דערוועגן וויאזוי ער האט יעדן צוריקבאצאלט, און אז ער שפירט זייער אפט וויאזוי אומבאטעמטע זאכן וואס פאסירן דארט און תפיסה קען ער ממש זעהן ווי עס איז מידה כנגד מידה אויף וואס ער האט חוטה געווען.

ווי אויך ווייס איך קראנט אז ער האט יעדן איבערגעבעטן, רוב האבן אים שוין מוחל געווען במשך די צייט.

און ניין ער דארף לכאורה נישט ארויסקומען איבערבעטן מיר אין דיר פאר זאכן וואס ער האט אונז נישט וויי געטאן.
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 869
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 10:32 am
האט שוין געלייקט: 167 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » פרייטאג פעברואר 21, 2020 5:21 pm

צי "אונז" (הו-עווער דעט איז) האבן אים שוין מוחל געווען איז איין זאך; דער רבש"ע האט אים זיכער מוחל געווען, און ב"ה עס איז דא גוטע נייעס אין זיין קעיס, אז ער וועט בקרוב ווערן באפרייט.

קיינער זאגט נישט אז ער איז נישט באגאנגען קיין עוולות, אבער יעדער פון אונז האט שוין געטון עוולות, בפרט אין די יונגע יארן. מען ווערט עלטער, רוב מענטשן האבן חרטה אויף די מעשה נערות, מען ווערט ערנסטער, און עס איז צייט צו קוקן פאראויס, נישט חרוב מאכן איינעמ'ס לעבן און דאס לעבן פון זיין משפחה צוליב א עוולה וואס מ'האט געטון אין די יונגע יארן. מיר אידן זענען בעסער ווי דעם.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15191
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17963 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18274 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מוצ"ש פעברואר 22, 2020 11:55 pm

חטאת נעורים איז פין די בעסטע גילט טריפס.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2362
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1254 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » זונטאג פעברואר 23, 2020 1:56 am

שמעקעדיג האט געשריבן:צי "אונז" (הו-עווער דעט איז) האבן אים שוין מוחל געווען איז איין זאך; דער רבש"ע האט אים זיכער מוחל געווען, און ב"ה עס איז דא גוטע נייעס אין זיין קעיס, אז ער וועט בקרוב ווערן באפרייט.

קיינער זאגט נישט אז ער איז נישט באגאנגען קיין עוולות, אבער יעדער פון אונז האט שוין געטון עוולות, בפרט אין די יונגע יארן. מען ווערט עלטער, רוב מענטשן האבן חרטה אויף די מעשה נערות, מען ווערט ערנסטער, און עס איז צייט צו קוקן פאראויס, נישט חרוב מאכן איינעמ'ס לעבן און דאס לעבן פון זיין משפחה צוליב א עוולה וואס מ'האט געטון אין די יונגע יארן. מיר אידן זענען בעסער ווי דעם.


איך בין זייער פרייליך אז ער קומט שוין ארויס אבער ער איז נישט א היראו
המלוכה והממשלה האט געשריבן:
now don't get me wrong ,
איך האלט אז ער באלאנגט שוין נישט אין תפיסה. געניג איז געניג !! יא , ער איז געוועהן א געפערליכע פארברעכער , וואס האט נישט נאר געשווינדעלט , נאר אויך אריינגעלייגט אנדערע אידן אין געפערליכע פראבלעמען. אבער וויפיל יאהר דארף מען וועגן דעם באראבאווען פון אים וועגן דעם? פינעף יאהר ? צעהן יאהר ?? ס'כאפט א טרייסעל צו ליינען אז ווען ער איז אריין אין תפיסה האט ער נאך נשיט חתונה געמאכט קיין איין קינד אין היינט האטער שוין איבער 50 אייניקלעך!! ס'איז קאלטבליטיגע רשעות אזוי צו רויבן פון א מענטש אזא גרויסע חלק פון זיין לעבען
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1591 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » זונטאג פעברואר 23, 2020 7:12 am

אמע"כ הרבני הרב המשלשל בשלש שלשולים המלוכה והממשלההי"ו

איך ווייס נישט צו וואס דו ווענדסט זיך דא און צוליב וואס דו האסט געווידמעט דיין אשכול, ס'הייסט, דו ביסט פרייליך פאר אים אז ער קומט ארויס אבער משום איזה סיבה שהוא מוזטו נאר צוליב דיין אויפריכטיגקייט ארויסומען מיט אן ענטליכער מחאה אז מען מאכט אים פאר א הירא.

לערן זיך אויס א כלל, יעדער איינער וואס טוט עפעס היסטאריש איז א הירא, ומי לנו גדול ווי אסאמא בין לאדין וואס איז געדעקט געווארן אין יעדן פארשטופטן נייעס סטאנציע אין יעדן פארשטופטן ארט אין די וועלט, דאנעלד טראמפ איז אויך א אומסטאבילער מענטש געווען אלע יארן און דאך איז ער געווען געדעקט איבעראל.

לעניננו, מרדכי יצחק סאמעט איז געווען א שווערליכער קרימינאל און זייער פיל שלעכטס אנגעזייט, אבער יעצט נאך אזוי לאנג זיצן האט מען מחליט געווען אז עס איז שוין צייט אז ער זאל אהיימגיין, ער גייט מער נישט טון וואס ער פלעגט טון, יעדער ווייסט דאס.

א הירא איז ער יא, וויבאלד ער גייט ארויס פריער ווי זיין טערמין, און א דאנק די נייע רעפארמירטע געזעצן, און אז יעדער איינער קען זיין נאמען פון הינטער די טורמע ווענט א.ד.ג.

אויב וועט מען מאכן מיט אים וואס מען והאט געמאכט מיט רובאשקין דאן וועסטו קענען שרייבן דעם אשכול, אבער יעצט וואס ווילסטו? האט איינער געזאגט אז ער איז א צדיק, האט אים איינער געגעבן גערעכט אויף זיינע מעשים?

וואס איז דיין ציל?
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 465
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 288 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 534 מאל

הודעהדורך בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג פעברואר 23, 2020 10:17 am

אפשר וואלט דער קעפל געדארפט זיין "איז ער א הירא אדער נישט?"
בדרך אגב הרב מאך זיכער, קוקט נישט אויס ווי איר ווייסט דער אפטייטש פון די ווארט הירא.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 664
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 2514 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2919 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » זונטאג פעברואר 23, 2020 1:10 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:צי "אונז" (הו-עווער דעט איז) האבן אים שוין מוחל געווען איז איין זאך; דער רבש"ע האט אים זיכער מוחל געווען, און ב"ה עס איז דא גוטע נייעס אין זיין קעיס, אז ער וועט בקרוב ווערן באפרייט.


פון ווי זעסטו אז ה' האט אים שוין מוחל געוועהן?? ער מעג שוין ארויסגיין לחפשי אפילו אהן מחילה. אז מ'איז אים נישט מוחל מיינט עס אז וועגען דעם דארף ער שמאכטען אין תפיסה ביז ער שטארבט??? מיינסט אז די אייבישטער איז א סאדיסט וואס ווען אים לאזן שמאכטען אין תפיסה לעולם ועד פלעין ווייל ער האט נישט געבעטן מחילה??

איך האב לכתחילה געשריבען אז ער איז שוין געניג געזעצן. איך בין באמת פרייליך אז ער קומט ארויס , איך בין פרייליך פאר זיין משפחה וואס האט אזוי פיל מיטגעמאכט , (בעיקר וועגן מרדכי יצחק'ס ווילדער קרימינאלע אקטיוויטי'ס) , און איך בין אפילו פריילך פאר מרדכי יצחק אליינס. געניג איז געניג , ס'האט א שיעור וופיל א מענטש דארף זיצען אין תפיסה!!

אבער מיט דעם אלעס איז ער נישט קיין העלד!! ער באלאנגט נישט אויף א קאווער פון א היימישע מעגעזין מיט שיינע טיטעלען , און ס'איז א שאנדע אז ער פארקויפט אמונה יעדע וואך אין צייטונגען אין זיין ביך פארקויפט מען אין די סטאר'ס.
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1591 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 23, 2020 11:27 pm

טשילער האט געשריבן:און וואס טוהט זיך מיט שלום ווייס? ער זיצט אויך דארט אין אטעסוויל חד גדיא שוין קרוב צו 18 יאר!!!!!
מ'הערט נישט פון איהם ווייל ער האלט זיך שטיל. אבער ער מעג שוין ארויסגיין.
שלום בן לאה.

Sent from my SM-G950U1 using Tapatalk

טשילער: אפילו דער קעיס פון שלום ווייס איז נישט גלייך צו דעם קעיס פון סאמעט. שלום ווייס האט טאקע געטון מולטי מיליאן דאלאר'דיגע שווינדלען. אבער דאס איז אלעס געווען בינו לבין עצמו און די (רייכע) אינשורענס קאמפעניס. ער האט נישט אריינגעמישט קיין שום יחיד און איהם געמאכט פאר א שליח אדער שותף אין די קרימינאלע מעשים. ביודעים ובלא יודעים. ומכלל הן אתה שומע לאוו. אפגעזעהן פון וואו די סימפאטיעס פון הרב שמעקעדיג ליגן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13815
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15709 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8920 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 23, 2020 11:36 pm

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:אפשר וואלט דער קעפל געדארפט זיין "איז ער א הירא אדער נישט?"
בדרך אגב הרב מאך זיכער, קוקט נישט אויס ווי איר ווייסט דער אפטייטש פון די ווארט הירא.

דאס איז די אויפפאסונג פון "טיים" מעגעזין און פון די נאבעל פרייז קאמיטע. אפגעזעהן צי ער האט געטון גוטס אדער שלעכטס. וויבאלד מ'רעדט פון איהם איז ער ראוי צו כבוד...! זיי (ביידע) האבן געקענט נאמינירן א מאנסטער און רוצח ווי היטלער, ימ"ש פאר דעם שלום פרייז. און ..."מאן פונ'ם יאר"...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13815
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15709 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8920 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » מאנטאג פעברואר 24, 2020 7:05 am

berlbalaguleh האט געשריבן:
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:אפשר וואלט דער קעפל געדארפט זיין "איז ער א הירא אדער נישט?"
בדרך אגב הרב מאך זיכער, קוקט נישט אויס ווי איר ווייסט דער אפטייטש פון די ווארט הירא.

דאס איז די אויפפאסונג פון "טיים" מעגעזין און פון די נאבעל פרייז קאמיטע. אפגעזעהן צי ער האט געטון גוטס אדער שלעכטס. וויבאלד מ'רעדט פון איהם איז ער ראוי צו כבוד...! זיי (ביידע) האבן געקענט נאמינירן א מאנסטער און רוצח ווי היטלער, ימ"ש פאר דעם שלום פרייז. און ..."מאן פונ'ם יאר"...!

בדיוק לזאת התכוונתי
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 465
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 288 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 534 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג פעברואר 24, 2020 1:26 pm

ווען ער וואלט געוועהן א שווינדלער פאר זיך אליינס מילא. ער האט אריינגענערט אסאך אנדערע מענטשען אין די זאק אריין. איך האב א פירסט קאזין וואס איז געגעאנגען זיצן וועגן אים אכצן חדשים. און ער האט אפילו נישט געמאכט קיין איין פעני פון סאמעט... ס׳האט אים געקאסט זיין לעבן...

מ׳האט דעם סאמעט געווארענט טוינזט מאל. מיין פאטער האט געהאט א אפיס לעבן אים מיט יאהרן צוריק, ער האט נאר געוואלט יעדעם אריינשלעפן אין זיינע שווינדלערייען...

ער האט גארנישט געטוהן וואס ער זאל ווערט זיין צו ווערן באטיטלט אלץ א הירא!

איך וואונדער מיך וויאזוי גייט צוגיין זיין באפריינוג?

ער שרייט שוין באלד 20 יאהר אז ער הייסט נישט סאמעט. סקומט די טאג ווען ער ווערט באפרייט. מ׳רופט אויס סאמעט קענסט אהיימגיין!
ער הייבט זיך אויף און וויל ארויסגיין. איין מינוט!? כהאב געמיינט דו הייסט נישט סאמעט???

שוין באלד ווי יענער וואס איז געגעאנגען נעמען א פטור פון צבא ווייל ער איז טויב און ווען די דאקטער האט אים געזאגט, קענסט אהיימגיין, הייבט ער זיך אויף און גייט ארויס.

כהאב געמיינט אז דו ביסט טויב? הא?
הרה״ק ר׳ מאטעלע פארציילט:

ווען סאטמארער רב זי״ע איז אמאל געקומען צום זיידן האט מען אים געזעצט אויף די רעכטע זייט. האט ער זיך אנגערופן ס׳שטייט דאך “ההולך לימין רבו הרי זה בור?”
האט אים דער סב״ק גענטפערט “דארף מען דאך קודם פעסטשטעלן ווער דער רבי איז און ווער דער תלמיד איז?”
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6255
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4897 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3674 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג פעברואר 24, 2020 5:17 pm

איך שפעקעליר אזוי, וואס איז די באדייט פון טורמע? איז דאס א שטראף? אדער עס איז געמאכט צו האלטן געפארפולע מענטשן אונטער גראטעס?

מיר קאנען דעם מיסטער סאמעט. ער איז קיין געפאר פאר די מענטשהייט. און אויב א שטראף, איז ער שוין גענוג באשטראפט געווארן.

ער איז א פעפעריגער ארץ ישראלדיגער אידל וואס האט מער ווייניגער אנגענומען דעם הלכה למעשה אז טעות עכו''ם לעולם מותר אין פילן בוכשטעבליכן זין פון ווארט, דערפאר האט ער זיך ערלויבט צו באשאפן זעלבסט-ערצייגטע סאושעל סיקיורעטי ציפערן און פאספארטן פאר ווירטואלע מענטשן וועלכע האבן קיינמאל נישט געהאט קיין שום פארקער דא מיט אונזער עולם עשיה, זיי האבן בלויז עקזעסטירט אין די העכערע ספערן דארט אינעם ווייטן עולם היצירה. דאן איז ער זארגלאז געגאנגען און איינקאסירט זייערע פעטע טעקס ריטורנס. פארוואס איז בלויז פאר די רעגירונג רעזערווירט די רעכטן צו ערצייגן לעגיטימאַציע דאקומענטן? פארוואס זאל דען איך נישט טארן? האט ער געוואלט פארשטיין... נעמליך, די רעגירונג זוכט ווארשיינליך נישט קיין קאָנקורענץ אין דעם הינזיכט, דערפאר האבן זיי אים אריינגעשליידערט אין טורמע און אוועק געווארפן די שליסלען... אמעריקאנער יוסטיץ אין איר שיינקייט.

פעטער שמואל גלייכט ווען דער עולם זיצט אין חד גדיא, ווארום אזוי ווייסן זיי אויף זיכער אז ער בארויבט נישט חלילה די שטייער צאהלער, דערפאר איז האלב אמעריקע אונטער שלאס און ריגל. עס איז שוין העכסט צייט אז דאס זאל קומען צו אן ענדע. האסט געבארגט געלט פון די רעגירונג אן זייער וויסן? נא שוין! זיי מוחל צאל עס אפ והכל על מקומו יבא בשלום.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1919
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 217 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2183 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג פעברואר 25, 2020 11:06 am

כמיין אז יעדער האלט אז סאיז שוין צייט אז ער זאל אהיימגיין.
אבער טוה מיר א טובה, מינימייז נישט וואס ער האט געטוהן...


ער האט געבארגט געלט פון די רעגירונג?

אדער ער האט אריינגעשלעפט מענטשען מיט זיך אין חד גדיא אריין?

געבארגט געלט פון די רעגירונג??? האהא

דער איד איז געוועהן א שווינדלער וואס וועגן אים זענען אומשולדיגע מענטשען געגעאנגען שמאכטן אין תפיסה. א שטייגער ווי מיין קאזין וואס איז נאר געוועהן א accountant פאר אים פאר אפאר וואכן...

טעות עכו״ם מיין מאמע ער האט אריינגעדרייט אומשולדיגע מענטשען היימישע אידן אינעם זאק אריין.
הרה״ק ר׳ מאטעלע פארציילט:

ווען סאטמארער רב זי״ע איז אמאל געקומען צום זיידן האט מען אים געזעצט אויף די רעכטע זייט. האט ער זיך אנגערופן ס׳שטייט דאך “ההולך לימין רבו הרי זה בור?”
האט אים דער סב״ק גענטפערט “דארף מען דאך קודם פעסטשטעלן ווער דער רבי איז און ווער דער תלמיד איז?”
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6255
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4897 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3674 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » דינסטאג פעברואר 25, 2020 11:19 am

ער איז זיכער נישט אומשולדיג, אבער ווי אויבנדערמאנט, איז ער געזעסן גענוג צו חרטה האבן אויף זיינע שענדליכע מעשים און אפילו אויף זיך צו מקבל זיין אז ער וועט עס מער נישט טון.

נאר כ'האף אז ער גייט נישט באטיטלט ווערן בעל מסירת נפש, ווייל חוץ פון די מסירה פון אמת'ע נפשות צו די יוסטיץ ארגענעזאציעס האט ער נישט צופיל געטון...
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 465
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 288 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 534 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג פעברואר 25, 2020 11:25 am

מאך זיכער האט געשריבן:ער איז זיכער נישט אומשולדיג, אבער ווי אויבנדערמאנט, איז ער געזעסן גענוג צו חרטה האבן אויף זיינע שענדליכע מעשים און אפילו אויף זיך צו מקבל זיין אז ער וועט עס מער נישט טון.

נאר כ'האף אז ער גייט נישט באטיטלט ווערן בעל מסירת נפש, ווייל חוץ פון די מסירה פון אמת'ע נפשות צו די יוסטיץ ארגענעזאציעס האט ער נישט צופיל געטון...


ער האט קיינמאל נישט חרטה געהאט אויפן שווינדלן, ער האט חרטה אז מ׳האט אים געכאפט.

ער האט נישט געוואלט נעמען קיין שום פלי-בארגען. ער איז געוועהן א גרויסער אויבער-חכם... ער וואלט שוין לכאורה געקענט זיין אינדרויסן א לאנגע צייט צוריק.
הרה״ק ר׳ מאטעלע פארציילט:

ווען סאטמארער רב זי״ע איז אמאל געקומען צום זיידן האט מען אים געזעצט אויף די רעכטע זייט. האט ער זיך אנגערופן ס׳שטייט דאך “ההולך לימין רבו הרי זה בור?”
האט אים דער סב״ק גענטפערט “דארף מען דאך קודם פעסטשטעלן ווער דער רבי איז און ווער דער תלמיד איז?”
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6255
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4897 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3674 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » דינסטאג פעברואר 25, 2020 1:01 pm

מאך זיכער האט געשריבן:
נאר כ'האף אז ער גייט נישט באטיטלט ווערן בעל מסירת נפש, ווייל חוץ פון די מסירה פון אמת'ע נפשות צו די יוסטיץ ארגענעזאציעס האט ער נישט צופיל געטון...

מ'ריפט אים שוין יעצט בעל מסירת נפש..... קוק אויף די קאווער פון מאמענט דא אנפאנג אשכול
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1591 מאל

Re: האבן אונז שוין מוחל געוועהן מרדכי יצחק סאמעט??

הודעהדורך אונטער חכם » דינסטאג פעברואר 25, 2020 5:50 pm

וואס זאגן זיינע קרבנות דערצו?

איך קען איינעם פון זיי און יענער וויל נישט רעדן דערפון, עס זעהט אבער אויס ווי ער האט אים נאך נישט אינגאנצן מוחל געווען.
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 770
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 362 מאל

הודעהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך פעברואר 26, 2020 12:03 am

אונטער חכם האט געשריבן:וואס זאגן זיינע קרבנות דערצו?

איך קען איינעם פון זיי און יענער וויל נישט רעדן דערפון, עס זעהט אבער אויס ווי ער האט אים נאך נישט אינגאנצן מוחל געווען.

קען איך אויך איינעם פין זיינע קרבנות וואס איז זייער אנגעווייטאגט אויף אים, אין וויל אים ריפען צי ד"ת ווי נאר ער קומט ארויס,
טשאדעלע באדעלע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 13, 2020 12:09 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט