ווען דער רמב"ם האט פראפעגאנדירט פאר שבתי צבי

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

ווען דער רמב"ם האט פראפעגאנדירט פאר שבתי צבי

הודעהדורך ונבנתה העיר » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 3:59 pm

(טייערע פריינט, זייט מוחל דעם ארטיקל'ס אויסשפראך, כ'האב עס געשריבן פאר א היימישע אויסגאבע, און זיי האבן עס נישט געוואלט נעמען.)

---------------

שארלאטאנען, בלאפער, שווינדלער און זייפנים, זיי זענען אלעמאל געווען מיט אונז. עס זעט אויס ווי זיי זענען טייל פון די בריאה, מעגליך גאר די עלטסטע פראפעסיע אין היסטאריע. עס האט נישט גענומען מער ווי עטליכע שעה ביז מען האט פאר די ערשטע מענטשן פארקויפט דאס טויט אליין, אין פארעם פון א גלאנציגען עפל.

זייט קבלה איז נתפשט געווארן ביי אידן, האבן די חברה אריינבאקומען א נוצבארע געצייג צו די שווערע ארבעט זייערע: מיסטיקע. אז מען קען זיך פארגלייזן די אויגן און מורמעלען ווערטער אומבאקאנט פאר'ן המון, איז דאך שוין א האלבע ארבעט אפגעטון.

און טאקע ווייל קבלה גיבט זיך אפ מיט העכערע השגות, מיט מיסטישע קאנצעפטן וועלכע קענען נישט געטאפט ווערן מיט פיזישע חושים, האט זי נישט קיין ארט פאר פארווע שפילער, אזעלכע פוסחים על שני הסעיפים. איז ער טאקע אן ערליכער איד, אן עובד ה', און האט עס מקבל געווען (- הענס, קבלה) פון גרויסע לייט, יודע אני שהוא מקובל, ואם לאו יודע אני שהוא מטורף...

דער באבוב'ער רב זצ"ל, רבי שלמה, האט מיט גרויסע ניסים איבערגעלעבט די לעצטע קריג, און געגרייכט די פרייע אמעריקאנער שטאטן צוריק אויפצובויען דאס אידישקייט פון אמאל. מיט אים האט אויך איבערגעלעבט זיין מאמע הרבנית ע"ה, וועלכע איז שפעטער נפטר געווארן אין אמעריקא און ליגט באהאלטן אין ניו דזשערסי.

זיין גרויסער טאטע, דער קדושת ציון פון באבוב, האט ליידער נישט איבערגעלעבט דעם קריג. אין יאר תש"א איז ער אומגעברענגט געווארן אין א וואלד נעבן די שטאט יאנוב, צוזאמען מיט נאך צוואנציג טויזנט אידן הי"ד. דער פונקטליכער ארט וואו ער ליגט איז געבליבן אומבאקאנט.

האט זיך געמאכט אז א שארלאטאן, א חוזה חזיונות און הוזה הזיות, איז אריינגעקומען צו רבי שלמה, און פארגעלייגט אן איינמאליגער געלעגנהייט: אזויווי ער האט אפענע אויגן, איז ער גרייט פאר א שיינעם סכום, מגלה צו זיין פונקטליך וואו דער קדושת ציון הי"ד ליגט באערדיגט.

ענטפערט רבי שלמה: גוט, א שיינע הצעה. אבער זאגט מיר נאר קודם, וואו ליגט די מאמע ע"ה?...

צו וואס וויל איך צוקומען? אט הערט איבער אן אויסער-וועלטליכען זיוף, און דער מעגליכער אידענטיטעט פון דעם זייפן. און ער איז טאקע געווען א גרויסער מקובל.

-------------

מיט א צייט צוריק, שפאצירנדיג צווישן די ווירטואלע ווענט פון דעם אוניווערזיטעט פון פראנקפורט שעל נהר מיין, היפנאזירט פון די אומצאליגע כתבי יד וועלכע נעמען ארום הונדערטער יארן פון אונזער היסטאריע, באגעגן איך זיך מיט אן איידעלען באנד, מיט א טרוקענעם עניוות'דיגן נאמען - 'איוב'.

ווי אינטערעסאנט קען עס שוין זיין? נאך א כתב יד פון ספר איוב, באפעפערט מיט פרישע טעיות מן הסתם?

אבער, דער דאזיגער כתב פון ספר איוב, האט מיט זיך א לאנגע הקדמה, געשריבען אין א פארצייטישען ספרד'ישען כתב. ווער חתמ'עט די הקדמה פרעגט איר? אה, זעצט אייך אראפ, און כאפט זיך גוט אן די נאז... די הקדמה איז אונטערגעשריבען בזה הלשון:

"כ"ד משה בר מיימן מעיר קורדובה אשר בספרד ותשלום המלאכה בשנת ארבע אלפים ותשע מאות ותשעה וששים לבריאות עולם"

הא, וואס? כ'זע גוט? אט איז אנטדעקט געווארן א נייער כתב יד פון דעם הייליגען רמב"ם?

אבער אריינמישנדיג ווייטער אין דעם כתב יד פונעם עצם ספר, ווערט מיר רויט פאר די אויגן. יא, רויט, כפשוטו.

דער גאנצער כתב יד איז געשריבען אין רויטע אותיות. טאקע אותיות, אבער נישט אין א שפראך וועלכע איז מיר באקאנט. פאקטיש איז דער שפראך נישט באקאנט פאר די מענטשהייט בכלל, עס איז א מלאכים-שפראך אין פולען זין פון ווארט.

1.jpg
ספר איוב געשריבען מיט'ן געהיימען הימלישען כתב


וואס רעד איך דא? לאמיר כאפן א בליק אין די הקדמה, שיין געשריבן אין לשון הקודש.

זאגט ער אזוי:

"הנני יושב פתח האהל לראות אם יש עובר ושב להכניסו בדלתות ביתי בדברים נאים המפתים ואומר בא ברוך ה' אשריך שזכית לדפוק ולכנס בשער. ומי בכם ירא ה' שומע בקול עבדו. ולקטן כגדול אני אומר אם נא מצאתי חן בעיניך אל נא תעבור עד שתקרא ההקדמה מתחילתה ועד סופה כי בזולתה יהיה לך ספר זה כדברי ספר החתום אשר יתנו אותו אל יודע ספר לאמר קרא נא זה ואמר לא אוכל כי חתום הוא.

"אמנם בהקדמה תמצא מרגוע לנפשך להבין עניני זה הספר. ואחר תעבור ותלך מחיל אל חיל לראות הכל בציון ובסימן טוב. ובדרך קצר אודיעך פה קצת מענין הספר וכתיבתה. כי כבר הארכתי בזה בהקדמה לספר בראשית.

"ויהי כאשר התעו אותי אלהים מבית אבי ומארץ מולדתי ורדפוני טלטול אחר טלטול וטלטולי דגברא קשה מדאתתא עד אשר הביאני אלהים לבית האדון הטפסר והנגיד מהור"ר אברהם קונק"י אשר שם ישיבתו בעיר מצרים ונתתי לבי לתור ולדרוש אחר הספרים אשר היה לו ומצאתי קונטרס אחד אשר היה נכתב בכתב הזה. ונשתוממתי על המראה ועל הכתב הזה אשר מעולם לא ראיתי.

2.jpg
דער אנפאנג פון די הקדמה


"ושאלתי לאותו הגאון על המראה ועל הכתב הזה. והשיב לי כתב זה זה יש סוד גדול ונורא בקשר בימי עזרא ונחמיה כאשר היו רוצים לכתוב מבבל לירושלים על אודות בנין ירושלים באשר שהמלך כורש הותר להם לילך ולבנות חורבות ירושלים. וסנבליט החורני ושמשי ספרי בנו של המן הרשע היו שונאים לישראל והיו רוצים לעצור הבנין והיו גוזלים האגרת משלוחי היהודים. ועל זה התפלל עזרא ונחמיה אל השם תפילות גדולות שיתן להם השם שכל והבנה שיוכלין לכתוב בלשון שיבינו ובצורות אחרות. מה שאין יכולין לקרא הרשעים ההם.

"ובא מלאך אחד ונתן להם כתב זה על פתקא אחת צורות האותיות ולמד להם הכתב הזה בסדר הזה ..."

דא איז דער הייליגער רמב"ם מאריך מבאר צו זיין דעם פונקטליכען סיסטעם פון דעם נייעם כתב וואס דער מלאך האט מגלה געווען, געבויעט אויף די לעגיטימע מהלך פון צעטיילען די א"ב כזה: איק בכר גלש דמת הנך וסם זען חפף טצץ.

3.jpg
דער סיסטעם


דערנאך איז ער ממשיך:

"שאלה שאלתי להרב הנ"ל אם כן כשהיה הנס הזה כל כך גדול. ולמה נעשה דווקא בלשון הזה ולא בלשון אחר. התשובה היתה כך הקדוש ברוך הוא נתן בזה רמז לישראל שהיו חוטאים בתרומת ובמעשרות ..."

און איז מסביר א גאנצן פלפול וויאזוי דער כתב איז מרמז אויף תרומות ומעשרות.

"... כך שמעתי מפי החכם הנזכר למעלה ... ובקשתי להגאון הנ"ל שיתן לי רשות לעתוק הספר הנ"ל ומתוך רוב הפצרות נתן לי רשות והרמנא להעתיק ..."

דא גייט דער רמב"ם אריין אין גאנצע בלעטער מיט לאנגע פילאזאפישע ביאורים אין דעם גאנצן ענין פון איוב און זיינע פריינט, כדרכו בקודש. דערנאך שרייבט ער ווייטער:

"ימים רבים עמדתי על המשמר וחשבתי כמה מחשבות לידע ענין ותוכן הצורות של הכתב הזה ..." און טענה'עט אז דאס איז דער כתב וואס האט זיך אויפגעשריבן ביי בלשאצר אויפ'ן וואנט, און קיינער האט עס נישט געקענט ליינען אויסער דניאל.

אונטערגעשריבען: דער הייליגער רמב"ם...

4.jpg
דער סוף פון די הקדמה מיט דעם חתימת הרמב"ם


-----------

אז איר זענט שוין געקומען צו זיך פון געלעכטער, און זיך צאמגעכאפט די אברים, לאמיר זיך זעצן דן זיין א מינוט וואס גייט דא פאר. לאמיר זיך בעטן ביים גאט פון אברהם: למה לנצח תשכחנו.

איז אזוי. פארוואס צו אלע צרות איז פונקט דער רמב"ם געווען זיין קאנדידאט אויף אזעלכע פאנטאסטישע דמיונות, ווייסט איין באשעפער, אבער לאמיר א מינוט זען די טעכנישע חלקים.

מען דארף נישט מער ווי א בר בי רב דחד יומא, צו זען אז דער שפראך און אויסדרוק געהערט נישט צום רמב"ם. נישט נאר איז עס נישט דעם רמב"ם'ס בארימטע שפראך, נאר מ'קען זאגן אז מען דארף נאך צואווארטן עטליכע הונדערט יאר נאכ'ן רמב"ם, ביז עס ווערט געבוירען דער מענטש פון אזא סארט שפראך.

און אויב ווילט איר דוקא א פראקטישע ראיה שאין עלי' תשובה, איז הערט.

דער גאנצער אריכות אין די הקדמה, איבער די פילאזאפישע אספעקטן פון ספר איוב, איז דוקא יא געשריבען מיט א רמב"ם-שפראך. איר ווייסט פארוואס? ווייל דער טייל האט דער רמב"ם טאקע יא געשריבען...

דער גאנצער ענין, בלעטער איבער בלעטער, איז אן העתקה ווארט נאך ווארט פון ספר מורה נבוכים פון הייליגען רמב"ם.

דער זייפן האט זיך נאר נישט געכאפט איבער איין נקודה אין דעם גאנצן שפיל זיינער. דער ספר המורה האט דער רמב"ם גארנישט געשריבן אין לשון הקודש, ער האט עס געשריבען אויף אראביש, און דער לשון הקודש איז אן איבערזעצונג פון אבן תיבון...

און וואס זאגן די חכמי פראנקפורט? וואס שטייט אין די קאטאלאגן פון דעם אוניווערזיטעט?

זיי שרייבן טאקע אז דער כתב יד איז "פאלשליך צוגעשריבען" צום רמב"ם, אבער פארוואס? אויף דעם דארף מען שוין אנטון יעקישע, סייענטיפישע גלעזער.

די הויכגעשעצטע פראפעסארן טענה'ן אז עס קען נישט זיין פון דעם רמב"ם ווייל ער וואלט זיך נישט באנוצט מיט'ן לשון 'אגב גררא'.

ביי אונז האט מען געזאגט, גיי רעד מיט א גוי איבער דעם הידור פון אן אתרוג...

(גראדע דערמאנען זיי אויך די טענה אז דער כתב יד איז אונטערגעשריבען געווארן עטליכע יאר נאכ'ן רמב"ם'ס פטירה. דאס איז אבער נישט אזוי פשוט, זע יצחק שילת' מבוא צום רמב"ם'ס בריוו צו אבן תיבון.)
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3608
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7147 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 4:08 pm

אבער לאמיר גיין מיט א טריט ווייטער. קענען מיר מעגליך דערגיין ווער איז דער זייפן? וועמענ'ס פרוכטבארער דמיון האט אויסגע'חלומ'ט אזעלכע חלומות שחלמו אחרים על אחרים?

איבערגייענדיג די הקדמה, זוכענדיג עפעס א רמז קל, ווער האט דאס פאבריצירט און פארוואס, זע איך אז איין נאמען ווערט יא דערמאנט: האדון הטפסר והנגיד מהור"ר אברהם קונק"י אשר שם ישיבתו בעיר מצרים. ביי אים אין שטוב האט דער רמב"ם געזאלט האבן אנטדעקט דעם הימלישען כתב.

אברהם קונקי. ווער איז דאס? האט אזא מענטש אמאל עקזעסטירט?

דער ענטפער איז אז יא. און נישט נאר איז געווען אזא מענטש, נאר ער קומט נאך מיט א פולען באגאזש אויך.

אין די ת' יארן, אין חברון עיר הקודש האט געלעבט דער גרויסער חכם ומקובל רבי אברהם קונקי. פאקטיש האט די חברון'ער קהילה אויסקליבען אין רבי אברהם אז ער זאל זיין זייער שד"ר קיין חוץ לארץ צו שאפן געלט פאר די יושבי ארץ הקודש, דער גענויער פאסטן וואס זיי וועלן שפעטער ארויפלייגען אויפן הייליגען חיד"א.

ר' אברהם קונקי האט געשריבען עטליכע ספרים, איינע פון זיי האט ער געדרוקט אין יאר תס"ד אין אמסטערדאם, מיט'ן נאמען אבק סופרים.

5.jpg
דער ספר אבק סופרים פון רבי אברהם קונקי


פילע גדולי ישראל דערמאנען אים, און ברענגען בשמו. דער משנה למלך ברענגט אים אין פרשת דרכים, דער הייליגער חתם סופר דערמאנט אים, דער חיד"א ברענגט אים אין עטליכע ערטער, און רעכענט אים אין שם הגדולים כאחד החכמים, אזוי אויך ברענגט אים דער יעב"ץ אין זיינע תשובות אלס "החכם מהר"א קונקי נר"ו".

נו, איז דאך גוט, וואס איז דער פראבלעם?

אה... דער פראבלעם איז אז (רבי) אברהם קונקי איז געווען א שבתאי... יא, לא פחות ולא יותר. און נישט סתם א שבתאי, נאר ער איז געבליבען א פייערדיגער חסיד פון שבתי צבי עד יום מותו, אפי' נאכדעם וואס יענער איז אריבער צו איסלאם.

און עס איז אים נישט געווען גענוג וואס ער אליין האט משיג געווען דעם אור האמת, נאר פארענדיג איבער די לענג און ברייט פון אייראפע אין זיין ראלע אלס שד"ר, האט ער מיט אלע כחות פרובירט צו פאנגען נפשות צו זיין רבי'ן, דעם צבי שבור, שכבר ניצוד ועומד.

6.jpg
א בריוו פון די קהילה אין אמסטערדאם צו שבתי צבי


איינע פון די שטעט וואו קונקי האט זיך אויפגעהאלטן, און וואו ער האט זיך געזעצט שרייבן די תולדות פון שבתי צבי, און זיין אייגענע באגעגעניש מיט אים, איז טאקע געווען פראנקפורט. יא, אונזער פראנקפורט שעל נהר מיין.

דער יעב"ץ אין תורת הקנאות (א שיינע פאר יאר נאך די אויבנדערמאנטע תשובה אין שאילת יעב"ץ...) איז מעתיק קונקי'ס מגילה:

"העתק כתב בא לידי ביום ב' ב' אב תכט"ל מן התורני כהר"ר זעליגמן חתן של הר"ר יוקב פאן שי' מק"ק פרנקפורט אוחז כתב בא לידו מן ירושלמי א' הנקרא בשמו חכם אברהם קונקי מק"ק חברון שהיה שמה ק"ק פ"פ בבית האלוף והקצין כהר"ר זלמן דרום זלה"ה זה עשרה שנים, כי הקצין כה"ז הנ"ל הפציר בו מאד להודיע מהות האדון ש"צ הנאמר עליו בשנת תכ"ו שהוא משיח אלקי יעקב לישראל, ואחר הפצרתו כתב לו בקצור מראשו ועד סופו ... כ"ד הקטן יחיאל מיכל סג"ל עפשטיין. (לייגט צו דער יעב"ץ:) עכ"ל המעתיק הנפתה.

בתוך דבריו פארציילט קונקי ווי ער האט אליין אנגעטראפן ש"צ אין חברון עיר הקודש:

"... היא הפעם הראשונה שראיתיו, שאע"פ שהייתי רגיל בירושלים, מעולם לא ראיתי פניו עד עת בא אצלינו. ונבהלתי מראות קומתו כאחד מארזי הלבנון, ופניו צהובות מאד נוטה לשחרות מעט, פרצופו יפה והדר וזקנו שחור ועגול סביב פניו, לובש בגדי מלכות ממש, איש בריא ומאויים מאד מאד.

"לא זזו עיני ממנו מעת כניסתו בחצר קודש, הן בהתפללו תפלת מנחה אצלנו בבה"כ, הן בהתפלל תפלת מעריב במערת המכפלה עם כל הקהל הקדש אשר הלכו לרגלו. אין דעת סובל היכן היו גנוזות כל אותן הדמעות שהוריד בתפלתו שלא כדרך הטבע, רק כשטף מים רבים כנחלים נטיו (דא האקט דער יעב"ץ אריין מיט זיין אייגנארטיגער שארפקייט: מי עיין אחריו אם היו מי עינים, או מי רגלים...)"

7.jpg
אן ארגינעלער באריכט אין א לונדונ'ער צייטונג פון יאר 1665, ווי דער עקסטאז ארום שבתי צבי ברענגט האנדל'ס פראבלעמען – חלק א'

8-min.jpg
חלק ב'


-----------

על כל פנים, האלטן מיר אזוי: עס איז געווען איינער אן אברהם קונקי, ער איז געווען א פייערדיגער שבתאי אזוי אז מען קען אננעמען אז זיין כח הדמיון איז געווען געזונט און גוט צעוואקסען, און ער איז געזיצן אין פראנקפורט נישט ווייניגער ווי צען יאר, די זעלבע שטאט וואו אונזער זיוף געפונט זיך.

צעביסלעך הייבט דער טעאריע אן קורם צו זיין עור וגידים, א בעל דמיון א בעל כשרון זיצט אין פראנקפורט און שרייבט פיקציע. ווי דער אמת'ער רמב"ם שרייבט בלשונו הזהב, "כי השקרן, כמו שיכזב בפיו, כן יכזב בקולמוסו."

בלייבט מברר צו זיין, וואס זאל א שבתאי שטיין צו פארדינען מיט'ן צושרייבען א פאנטאסטישער דמיון צום הייליגען רמב"ם.

והנה, און אט, פארשנדיג אביסל זע איך שכבר קדמני אח'ר, דער משכיל שלמה מאנדעלקערן. מאנדעלקערן איז אויך אנגעקומען צו דעם כתב יד אין פראנקפורט, און ער וויל טאקע טענה'ן מיט א זיכערקייט אז קונקי איז דער מזייף.

איי, צו וואס זאל דאס קונקי טון? והמשכיל בעת ההיא ידום - ער זאגט נישט עפעס זאכליך. מאנדעלקערן פרובירט צו שטופן א סברא דחוקה, אז קונקי האט געוואלט אוועקשטעלן א פאקט אז בזמן הרמב"ם איז אין מצרים געווען א חשוב'ע משפחה קונקי, און מיט דעם הייבן זיין אייגענעם שטאנד.

א שטיקל אסמכתא צו אזא סברא קען מען מעגליך טרעפן אין דעם וואס דער זייפן גייט פון 'האדון הטפסר והנגיד' אברהם קונקי, צו 'הגאון' (אויך מיר אן אויסדרוק פונעם רמב"ם...) און 'החכם'.

-------------

לאחר כל הדברים והאמת האלה, דוכט זיך מיר אבער אז ר' אברהם קונקי איז נישט אונזער קאנדידאט.

קונקי איז נישט עפעס א מפיל-קינד, ער איז געווען א רעספעקטירטער חכם און מקובל בימיו, און שפעטער. פון דער אנדערער זייט, דעם זייפנ'ס הקדמה גיבט עפעס אפ א ריח פון מעשי-ישיבה-בחור. ער האט טאקע א געוויסע בקיאות אין פסוקים, עס איז אבער בכלל נישט אין דעם קאליבער וואס פאסט פאר קונקי, אפגערעדט די טעיות אין אויסלייג.

און פון וואנעט ווייס איך אזוי גוט איבער קונקי'ס כח הכתיבה? גיבט נאר א קוק אין זיין הקדמה צום אבק סופרים, גאר רייך געשריבען מיט זאפטיגע מליצות אויפן ספרד'ישען שטייגער. אט האט איר א שטיקל וואו ער באדאנקט זיך פאר אלע קהלות בישראל וועלכע האבן אים ארויסגעהאלפן דורכאויס זיינע רייזעס:

"עודהו הסל על כתפי ונפשי בכפי, אשא אל שמים ידי, כי הן זכרון לראשונים, שלומי אמוני ישראל חיל גדול מאד יושבים בשבת תחכמונים, השרידים אשר ה' קורא, ומורה לצדקה אחינו נפוצי הגולה.

"אשר במדינת איטאלייא של יון והרומאנייא, וק"ק רומי העיר הגדולה וכל הטושקאנה, עם שלשת הנפת קהלות הקדש ויניזייאה ליגורנה פלורינצייאה וכל הלוברדיאה, עם ק"ק קזאל מונפירט.

"ומדינת צרפת לגבולותיה עם באיונה ובורדיוס ומיץ דילורינה. ומדינת אולאנדייא ופרישלאנד עם ק"ק אמשטרדם ראש הממלכה, וק"ק לונדריש אשר באינגילא טירא ... וק"ק המבורג הזלים זהב מכיסם, וק"ק באמבורג כיוצא בם. ומדינת אונגארין ועיר ויינה קמ"ר ראש אומות עם ק"ק אייזן שטאט המהוללה. ומדינת פיהם ועטרת תפארת בראשה וממלכה נסוכה, ק"ק פראג העדינה. ומדינת מעררין וגולה על ראשה, ק"ק ניקלשפורג כאיל תערוג לעשות רצון קונה בנפש חפצה ... ומדינת המרק וכלי חמדתה בערלין והלברשטאט גזרת יהלום.

"ומדינת אשכנז והעסין לאנד ופרנק לאנד כעיר שחוברה לה יחדיו עיר גדולה של חכמים ושל סופרים גברת ממלכות ק"ק פראנקפורט, יחד עם ק"ק פירדא שנייה לה רבתי בדעות. ומדינת פולין גדול ומדינת פולין קטן עם תשע קהלותיה כפתוריה ופרחיה זהב טהור, קראקא פוזנא לובלין לבוב המכונה לעמברג וכל מדינת לאחייא וק"ק זולקוי חצר המלוכה. ומדינת אוקראייני ומדינת וולין, ובקרבה העיר הגדולה לאלהים ק"ק אוסטראה יע"א. ומדינת ליטא ומדינת רייסין, עם ארבעה גביעים משוקדים כנגד ארבעה לשונות של גאולה בריסק פינסק הורודני וילנה, ועוד לה ק"ק סלוצק מלא כף נחת תורה וגדולה במקום אחד ...

"... המה ושריהם, ורבניהם ונסיכיהם, שופטיהם ושוטריהם, גביריהם קציניהם ורוזניהם, ראשי מדינות, פרנסים יועצים, רואי חשבונות, והיו למאורות, יחידי סגולתם רבים ועצומים, וישרים בלבותם משבצות זהב במלואותם, אשר גמלוני מטובם, ובחדרי לבי מנת חלקם וכוסם ..."

נו, מ'האלט שוין באלד ביי אלי ציון...

אבער, איר דארפט מיר נישט נעמען ביים ווארט, דער מרי דלישנא אליין, גאון עוזינו דער חיד"א אין מדבר קדמות, רימט אויס דעם רייכן שפראך פון ר' אברהם קונקי.

פאקטיש, איז זיין שפראך אזוי רייך און געשמאק, אז דאס וואס דער חיד"א ברענגט דארט פון כתב יד "להרב הישיש כמה"ר אברהם קונקי ז"ל", פארשידענע הוראות אין דרכי הלימוד, איז שפעטער איבערגעשריבן געווארן כמעט ווארט ביי ווארט אויפן נאמען פונעם גר"א, אין דער הקדמת בני הגר"א צום שו"ע אורח חיים...

---------------

נאך א נקודה. לאמיר א מינוט שפילן דעטעקטיוו, און אביסל באטראכטן דעם כתב יד.

עס איז טאקע דער באקאנטער ספרד'ישער כתב, אבער יעדער כתב האט זיך זיינע קנייטשען, און יעדער כותב האט זיך זיינע געוואוינהייטן, און דא מיין איך איז עס דער אות אלף. כמעט יעדע אלף אין דעם כתב יד זעט אויס ווי א פארמאכטע קוף, מיט א שטרעכל פון אויבן.

נו, פעלט אונז נאר אויס יעצט צו נעמען א כתב יד פון ר' אברהם קונקי, און פרובירען צו פארגלייכען די שריפטליכע ניואנסן.

מה עשה הקב"ה? היתה עלי יד ה', און כ'האב מצליח געווען צו לייגן א יד אויף אן אויטענטישען כתב יד פון קונקי. אט לאמיר זען.

9.jpg
דער כתב יד פון ר' אברהם קונקי


ריכטיג, עס איז גאנץ קלאר בולט אז קונקי'ס כתב איז פון אן עלטערער כותב ווי דעם זייפנ'ס, אבער מיר דוכט זיך אז דער אלף איז קלאר אן אנדערער. אין רוב ערטער זעט עס גאר אויס ווי א שריפטליכער גימל.

און אז מען רעדט שוין פונעם צורת הכתב, וועט זיין אינטערעסאנט אנצומערקען ווי די צוויי שורות פון חתימת הרמב"ם זעען אויס רעלאטיוו צו די איבריגע טייל פון די הקדמה. עס איז טאקע דער זעלבער כתב, אפי' דער אלף איז בולט, אבער עפעס א געהיימער ציטער הערט זיך אן אין די צוויי שורות.

ווארשיינדליך האט דער זייפן עפעס געשפירט ווען ער האט שולח יד געווען במשיח ה', אין דעם נאמען פונעם רבן של ישראל.

------------

בלייבט עס דערווייל א מיסטעריע. ווער איז געווען דער זייפן? וואס זענען געווען די אומשטענדן? און וואס האט ער געוואלט עררייכען מיט זיין זיוף?

אפשר האט ער פשוט געזוכט א נאיווער קונה, זאל עס אים מחליף זיין פאר עטליכע דאלער?

אין די ישיבה-וועלט איז פארהאן אן הגדרה איבער געוויסע מפרשי הרמב"ם, ווי גלאט זייער פשט גייט אריין אין דעם רמב"ם'ס ווערטער: דער איז אן אונס, און דער א מפתה. איינער צווינגט זיינע רייד אריין אינעם רמב"ם, און דער אנדערער פרובירט איבערצורעדן מיט שיינעם...

איך מיין אז אנווארפען אזא פלאטשיגער דמיון אויף דעם רמב"ם איז מער אזא כי יכה את עבדו בשבט אזא... אבער אז דער בלאף האט געהאלטן א טאג צוויי, און דערווייל האט יענער ארויסבאקומען אפאר דאלער דערפאר, קען איך קיין טענות נישט האבן – אם יום או יומיים יעמוד לא יוקם, כי כספו הוא...

סוף דבר איז לאלקים פתרונים. אויב האט איר א טעאריע אדער השערה, אדרבה, ספרו נא לי.

-------
איבער די עצם מציאת הזיוף, האביך באריכטעט דא.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3608
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7147 מאל

Re: ווען דער רמב"ם האט פראפעגאנדירט פאר שבתי צבי

הודעהדורך חוקר ודורש » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 11:19 pm

רבי אברהם קונקי, איז א לעבעדיגע דוגמה צו וואס העניך שרייבט אין די נייע וועקער אז אננעמען שבתי צבי אדער נישט, איז געווען א נסיון, פונקט ווי יעדע אנדערע נסיון.


Sent from my iPhone using Tapatalk
חסידי קר, ציוני נלהב, חוקר ודורש כל הבא לידי.
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 291
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 196 מאל

הודעהדורך הוגה » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 12:39 am

אז מ'טיילט שוין טעאריעס אומזונסט טראכט איך אז אפשר איז אילו ואילו וכו'. דער אברהם קונקי האט פארפאסט די מעשה און אפשר אויך אן ארגינעלע שטיקל כתב פון וואס די עיקר זייפן האט מעתיק געווען און באשאפן זיין גאנצע ספר. און צוליב דעם איז ער אזוי משבח רבי אברהם קונקי.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2822
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7282 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6472 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 8:03 am

וואס איז באמת א חילוק ווער דער זייפן איז? איינער האט איבער געשריבן א ספר אין אי"ק בכ"ר, אפילו איינער זאל גלייבן אין דער ספר אלץ אויטענטיש איז עס אויך גארנישט. ווען מען רעדט עפעס פין א זיוף וואס טראגט עפעס מער סאבסטאנס איז אינטערעסאנט צו שפעקולירן ווער האט עס געשריבן, אבער דער ספר איז גארנישט, סא ביג דיל.

טרעף ווער עס האט געקענט שרייבן זוהר, תיקונים, רעיא מהימנא איז אינטערעסאנט.

בדרך אגב, דער פרשה פין שבתי צבי האט געטוישט דער אמונה אין משיח ביי אידן. ביז אים האט מען געגלייבט אז משיח וועט זיין א מענטש כפשוטו וואס וועט קומען אונז אויסלייזן און אויפבויען דער בית המקדש, נאך אים האט זיך עס געטוישט אויף א מענטש וואס איז א מלאך, און אפילו א בשר ודם, איז עס א סארט מענטש וואס קען נישט זיין ע"פ דרך הטבע, און אזוי אויך דער גאנצע גאולה האט פרטים וואס קענען נישט געשען טבע'דיג.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1858
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 986 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 12:27 pm

דער עצם ספר איוב איז אודאי נישט די אינטערעסע. וואס איז יא אינטערעסאנט, איז דער אונטערליגענדער סיפור, וואס און פארוואס האט וועמען צוגעברענגט צו אזא מעשה אויפן חשבון פונעם רמב"ם.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3608
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7147 מאל

הודעהדורך גדליה » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 7:26 pm

זייער אינטערסאנט. ש'כח ונבנתה. ביסט איינע פון די בעסטע היסטאריע פארשער וואס כ'האב אמאל געזעהן!
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1037
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1624 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 9:51 pm

נו, ליצנות אין די ניין טעג.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3608
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7147 מאל

הודעהדורך גדליה » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 11:23 pm

ווען דער רמב"ם האט פראפאגאנדירט פאר שבתי צבי זענען די ניין טעג אויסגעפאלן אלול.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1037
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1624 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 12:51 am

ונבנתה

דער לעצטער שורה ווי דער רמב"ם שרייבט אונטער, זעהט אויס צוגעלייגט, עס איז א שוואכערע קאליר פין דער רעשט, און קען זיין אז די אותיות זענען אביסל אנדערש און קען זיין פין אן אנדערע שרייבער.

עס קען נאך אלץ זיין אז עס איז געוועהן א נגיד ר' אברהם קונקי אין מצרים, וואס האט געהאט א אלטע כתב יד וואס איינער האט געשריבן פאר סטופיד סיבות.

איך בין נישט קלאר ווי שבתי צבי ווערט פראפעגאנדירט דורך דער כתב יד, what am I missing?
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1858
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 986 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט