השירים אשר לשלמה - (קארליבאך)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
אמת45
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 09, 2016 7:24 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 333 מאל

השירים אשר לשלמה - (קארליבאך)

שליחה דורך אמת45 »

זיצענדיג אין קאר אין טאג פון ר' שלמה קרליבאך'ס יארצייט, האב איך אויף ספּאַטיפיי אויפגעשפילט דעם אלבום "הייליגע ברודער און שוועסטער" און זיך פארטראכט.

אלס בחור, דורכאויס מיינע יארן, פלעג איך אסאך צוהערן צו קרליבאך און בין געווען איבערגענומען פון די ווארעמקייט וואס דאס האט ארויסגעשפראצט אין מיר.
קיין שום זשאנר אין מוזיק האט דאס נישט געקענט איבערשטייגן אין איר דורכדרינגליכע טיפעניש.
אסאך הארץ-וויי האב איך דערין אויסגעגאסן און פיל מרה שחורה דערמיט בארואיגט.
ווען אימער מיין הארץ האט גערופן האב איך מיט דעם געענטפערט.
נישט דווקא ביטערניש, פרייד אין צוגלייך און סיי וועלכע געפילן, זענען אויך מיט קרליבאך אויטענטיש געפראוועט געווארן.

ביסלעכווייז האט זיך מיין לעבן מער סטאביליזירט און די סומע פון שטונדן אויף קרליבאך זענען געפאלן צו איינציגע ציפערן, מינוטן ווי שטונדן.
א קומזיץ ציהט מיר נישט אזוי אפט ווי אמאל, און סך הכל אן ערב שבת ביים הכנה דרבה אדער סיי וועלכע יומא דפגרא הערט זיך זיין ווארימע שטימע אין שטוב.
פון אויבנאויף בין איך אריבער "די קרליבאך עפאכע".

אנצינדענדיג היינט דעם אלבום האב איך אנדערקענט עפעס טיפער אין ר' שלמה, א נייע געדאנק.

א מענשט האט שטענדיג מאמענטן אין לעבן וואס ער באגעגענט זיך מיטן עפר ואפר'דיגע אומבאהאלפענע זיך.
די איי קיו שטייט נישט צוהילף, די לאגיק טראגט אין ערגעץ, די הארץ איז א שארב און פארשלאסן, און מען ווייסט נישט ווי אזוי דאס צו עפענען.
פארגעס פון תכלית, פארגעס פון ציל, ס'מענטשעלע נאגט און ווייסט נישט וואס.

ר' שלמה איז שטענדיג מצליח צו עפענען די טויערן, די מויער, די פעסטונג.
מיט א פשוט'ע פייף, א קנייטש, אפילו בלויז זיין קול, איז ער מצליח זיך אריינצובאקומען.
ס'איז געוואלד.
ער שלעפט זיך נישט נאכן הארץ, טיף אראפ, ער פארשטייט עס.
צומאל איז עלאה גבר, און צומאל נישט, אבער תתאה קיינמאל.
די נגינה איז שטענדיג פאזיטיוו געווייקט אבער ס'איז א שליסל צו אלע געפילן.
קרליבאך איז מצליח אנצוקומען ווי קיין מעטאדן ארבעטן נישט, און ער זיכט נישט צו היילן, נאר צו פארשטיין.
פילייכט איז דאס די אורזאך.
אידן גלייכן דאס, אידן קאנעקטן דערצו, אידן לעכצן דערצו, יעדער לויט זיין געברויך.
מ'קען זיך נישט אפשאקלען פון קרליבאך ווייל מ'קען זיך נישט אפשאקלען פון פריוואונגען, פון דורכפעלער, פון לעבנס אומשטענדן, פון הארץ וויי.
מענטשן זענען דן ר' שלמה, און איך בין געווענליך דן די מענטשן וואס זענען שטענדיג פארנומען זיך אויפהאלטן אויף קרליבאך.
מיר ביידע פארלאנגען, נעם דיך צאם, שטעל דיך אוועק, קענסט נישט זיין געהעריג? מיר מיינען אז ס'פארהאן א מושג פון אוועקשטעלן/זיין געהעריג.
פרובירן קען מען ווירקליך, "זיין" איז נישט אין קיינעם'ס האנט.

יעצט שפיר איך וואס דאס מיינט ווען נאר קרליבאך רעדט צו מיר, היינט ווייס איך אז צומאל האב איך נישט קיין שום ענטפער און שליסל, סיידן הערן א שטיק ווארעמקייט ארומנעמען מיין נשמה מיט פארשטאנד.
טראכט איך דערפאר, אז אויף וויפיל מ'קען פון לעבנס ברוטאלקייט זיך נישט באפרייען, קען מען פון ר' שלמה זיך נישט געזעגענען.
איינער ברויך מער איינער ווייניגער, יעדער לויט זיין כוס.
ר' שלמה'ס געוואלדיגע מאכט און איינפלוס פון פארשטאנד, אויף אזא טיף און ברייטן פארנעם, ברענגט מיך צום געדאנק, אז ער האט געמוזט דורכגיין אלסדינג וואס אלע צוהערער זענען און גייען דורך, און נאר אזוי שפירן מיר זיין פארשטאנד.
אשריך שלמה בן נפתלי זכר צדיק לברכה פארן זיין דא פאר אזויפיל נשמות, מיט זיכערקייט און א גלעט.

ת.נ.צ.ב.ה

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר